פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק
לייבוש לעהרער
לייבוש לעהרער

צו זײַן 45סטן יאָרצײַט

אַז מע וועט פֿרעגן געוויסע מענטשן צו דערמאָנען אַ ייִדישן פֿירער וואָס האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף זייערע לעבנס, וועלן עטלעכע טויזנטער ענטפֿערן אַז דאָס איז געווען לייבוש לעהרער, דער פֿאַרטראַכטער און גײַסט פֿונעם זומערקעמפּ "בויבעריק". וויפֿל גײַסטיקע שפּײַז מענטשן ווי איך און מײַן פֿאַמיליע, למשל, האָבן גענאָסן פֿון לייבוש לעהרערס "בויבעריק" — איך און מײַן שוועסטער מלכּה גאָטליב, ווי אויך מײַן שוואָגער בנימין "בינג" זײַנען געווען קעמפּערס — מלכּה איז געווען אַקאָמפּאָניסטקע ווען זי איז אויפֿגעוואַקסן, "בינג" — פֿאָרזיצער פֿון קעמפּ־קאָמיטעט, און איך — געזאַנג־לערערין. עס איז געווען אַ ייִדיש־קעמפּ, מיט אַלע אויפֿשריפֿטן אויף ייִדיש, מיט טראַדיציאָנעלע פֿרײַטיק־צו־ נאַכטסן און שבת־צערעמאָניעס, מיט מיט־סעזאָן־יום־טובֿים און מיט לעהרערס קרוינווערק — דעם פֿעלקער־יום־טובֿ. די לידער פֿלעגן מיר זינגען יאָר־אײַן יאָר־אויס; לעהרער איז געווען אַן ערנסטער פּעדאַגאָג און פּסיכאָלאָג און האָט אַוועקגעשטעלט דעם קעמפּ אויף געזונטע, העכסט פּעדאַגאָגישע יסודות. די קעמפּערס האָבן געהאַט דעם גרעסטן אָפּשײַ פֿאַר אים און אַלע האָבן אים אַרויסגעוויזן ליבשאַפֿט. לעהרער האָט אָנגעשריבן די טעקסטן פֿון די לידער וואָס דער קעמפּ האָט געזונגען און זיי זײַנען געוואָרן אַ טייל פֿון דעם ריטואַל פֿונעם קעמפּ.

לייבוש לעהרער איז געבוירן געוואָרן אין 1887 אין וואַרשע. ער האָט געלערנט אין חדרים און אין די ישיבֿות פֿון מאַקאָוו און נאָוואָמינסק. ער איז צוגעשטאַנען צו אַ גרופּע "דער אונז" און אַ ציוניסטישער גרופּע. אין 1906 איז ער אַריבערגעפֿאָרן קיין בעלגיע וווּ ער איז געווען אַ פֿרײַער צוהערער אין אוניווערסיטעט אין בריסל. ער איז צוריקגעפֿאָרן קיין וואַרשע און אַ קורצע צײַט נאָך דעם האָט אַ גרופּע פֿרײַנד אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אים געשיקט אַ שיפֿסקאַרטע. אין 1909 איז ער אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק. ער האָט באַקומען דעם באַקאַלאַווער־ און מאַגיסטער־דיפּלאָם פֿון "קלאַרק־קאַלעדזש". דערפֿאַר אין עטלעכע פֿון זײַנע לידער האָט ער זיך אונטערגעשריבן ל. מאַגיסטער, וואָס דאָס באַטײַט לערער אין לאַטײַן. אַזוי איז זײַן נאָמען פֿאַרצייכנט ווי דער מחבר פֿון פּאָפּולערן ליד "אַ ניגון" מיט מוזיק פֿון לאַזאַר ווײַנער. ער איז געווען אַ לערער אין די שלום־עליכם־שולן און אַ מיטגרינדער פֿונעם "שלום־עליכם־פֿאָלק־אינסטיטוט" און פֿון "קעמפּ בויבעריק". ער איז געווען דירעקטאָר פֿון בויבעריק איבער 40 יאָר און האָט דאָרט אײַנגעפֿלאַנצט אין דער יוגנט ייִדישע טראַדיציעס און מינהגים. ער איז אויך געווען אַ מיטגרינדער און מיטפֿירער פֿון ייִוואָ, סעקרעטאַר פֿון זײַן פּסיכאָלאָגיש־פּעדאַגאָגישער סעקציע און רעדאַקטאָר פֿון דער סעקציעס שריפֿטן.

איינע פֿון זײַנע שיינע שבת־לידער אין בויבעריק איז דאָס באַגריסונגס־ליד, וואָס דער קעמפּ האָט געזונגען בײַם אַרײַנקומען אין זאַל:

גריס, באַגריס זיי מיט געזאַנג,
ווען די זון פֿאַרגייט,
שפּרייט זיך אונדזער לויב־געזאַנג
איבער ווײַט און ברייט.

זינגט, זינגט, אַלע צוזאַמען,
אַלע, אַלע, קליין און גרויס,
ברענגט, ברענגט מיט פֿרייד און לידער,
ליכט אין אונדזער הויז.

שפּרייט דײַן וואַרעמען פֿליגל אויס
אין דעם אָוונט־ווינט,
ווײַסע ליכט אין אונדזער הויז
ווען דער טאָג פֿאַרשווינדט.

נאָך אַ שבת־ליד וואָס דער קעמפּ האָט געזונגען איז באַזירט אויף דעם ניגון פֿון אַקדמות:

אַ ליד וויל איך זינגען, אַ ליד פֿון מײַן האַרצן,
צום גאָלד פֿונעם אָוונט, צום ווײַס פֿון מײַן קלייד,
אַ ליד צום געזאַנג פֿון די פֿרײַטיק פֿאַרנאַכטן,
אַ ליד צו דער זון, וואָס פֿאַרגייט.

צו רוישיק דאָס גראָ פֿון די שטויביקע וועגן,
צו שטיל איז דאָס גרין פֿון פֿאַרנאַכטיקן פֿעלד.
זאָל בלענדן די ווײַסקייט וואָס קומט זיי אַנטקעגן
פֿון אונדזער פֿאַרשבתטער וועלט.

אַ צווייט שבת־ליד איז באַזירט אויפֿן גשם־ניגון:

ווען די אָוונט־זון פֿאַרגייט,
טוט זי אָן איר פּורפּור־קלייד.
נאַכט וועט באַלד ווערן,
זילבערנע שטערן
וועלן אַלע לײַכטן
אויף אונדז, אויף אונדז.

שטילער, שטילער, אָוונט שײַן —
הילט ער זיך אין בלויען אײַן.
נאַכט וועט באַלד ווערן,
זילבערנע שטערן
וועלן אַלע לײַכטן
אויף אונדז, אויף אונדז.

דאָס ליד פֿון דער עלטסטער אָפּטיילונג האָט לעהרער געדרוקט אונטער זײַנע איניציאַלן אין דער לידער־זאַמלונג פֿון דער "בין" — אַ סקויטן־אָרגאַניזאַציע אין ווילנע:

טיף אין האַרצן אונדזער פֿאָן,
די גרויסע, גרויסע פֿרייד פֿון טאָן,
די עלטסטע, די עלטסטע, די עלטסטע קומען אָן.

דורך גאָלד און בלאָ, דורך גאָלד און בלאָ,
קומט אָן די גרויסע, שיינע שעה,
די עלטסטע, די עלטסטע, די עלטסטע זענען דאָ.

די פֿרייד פֿון טאָן, די גרויסע פֿרייד,
מיר האָבן זי אין האַרץ פֿאַרזייט,
די עלטסטע, די עלטסטע, די עלטסטע זענען גרייט.

בײַם סוף פֿון זומער איז פֿאָרגעקומען דער גרויסער ספּעקטאַקל, דער "פֿעלקער־יום־טובֿ", וווּ יעדער גרופּע איז געוואָרן אַ פֿאָלק און האָט אָנטייל גענומען מיט געזאַנג און טאַנץ אין דעם פֿעסטיוואַל פֿון שלום לויט דער וויזיע פֿון ישעיהו־הנבֿיא. די בויבעריקאַנער זײַנען אויך געוואָרן אַ פֿאָלק, ווי אויך די ביבלישע ייִדן, וואָס האָבן געזונגען:

צעשאַלט זיך, אָ שופֿרות, און שאַלט,
די וועלט ווערט אויף ס’נײַ געבאָרן;
דער גײַסט פֿונעם נבֿיא שטייט אויף,
זײַן וואָרט איז מקוים געוואָרן.

מקוים געוואָרן זײַן וואָרט,
דער גרויסער, דער געטלעכער חלום;
מיר קומען זיך אַלע צונויף
אין אייביקן הויז פֿון שלום.

און

אַ בת־קול פֿון הימלען:
קום אַהער, דו מענטש,
אין דער נײַער וועלט,
צו דעם נײַעם מענטש.
קום אַהער און וויין פֿון פֿרייד
אין שלום־הויז.

אַ בת־קול פֿון הימלען:
קום אַרויס, דו מענטש,
אין פֿרישן פֿעלד
און שנײַד מיט געזאַנג
וואָס דו מיט טרערן האָסט פֿאַרזייט
אַ מאָל, אַ מאָל.

פֿאַר זײַן אויפֿטו אין בויבעריק קומט לייבוש לעהרער אַ יישר־כּוח און גרויס אָנערקענונג פֿאַר אײַנפֿלאַנצן אין קינדער און דער יוגנט די ליבשאַפֿט צו אַ זומער־היים מיט אירע ייִדישע טראַדיציעס און קולטור.