פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זײַן 30סטן יאָרצײַט

איינער פֿון די פֿיל אומבאַקאַנטע ייִדישע דיכטער איז געווען יצחק אַהרן בערגער. ער איז געבוירן געוואָרן אין בירזש, ליטע, אין 1889. ער האָט געלערנט אין אַ חדר. אין 1902 איז ער געקומען מיט דער משפּחה קיין אַמעריקע. ער האָט געלערנט אין באָסטאָן אַלגעמיינע לימודים. זינט 1911 האָט ער געלעבט אין ניו־יאָרק. ער האָט דעביוטירט אין 1907 מיט אַ ליד אין "צײַטגײַסט" און האָט געדרוקט לידער אין פֿאַרשיידענע זשורנאַלן. ער איז געווען נאָענט צו "די יונגע". ער האָט אַרויסגעגעבן צוויי ביכער: "הײַנט ווי אַמאָל" און "אין סוף פֿון טעג". אויב עמעצער קאָן צושטעלן מער ידיעות וועגן יצחק אַהרן בערגער, וועט עס זײַן זייער אָנגעלייגט.

פֿון זײַן בוך "אין סוף פֿון טעג" האָבן מיר אויסגעקליבן עטלעכע מוסטערן פֿון זײַן שאַפֿונג. דאָס ערשטע איז אַ ליד וועגן קריג, וואָס באַשטייט פֿון דרײַ טיילן. די צווייטע און דריטע טיילן זײַנען ספּעציעל רירנדיק:

זיי זײַנען אין גרויען מאָרגן־ליכט אַוועק
מיט ביקס און בלאַנקער שווערד.
און בלוטיק האָט אין גרויען ליכט
געפֿאַרבן זיך די ערד.

זיי זײַנען מיט שטילן געזאַנג אַוועק,
שטיל האָבן די אויגן געטרערט —
זיי זײַנען אין גרויען ווײַט אַוועק
און האָבן צוריק ניט געקערט...

* * *

און אַז די צײַט פֿון שניט וועט קומען,
אָ, ווער וועט די תּבֿואה פֿאַרנעמען?
— די האַרבסטיקע ווינטן, די אײַז־קאַלטע ווינטן,
זיי וועלן די תּבֿואה פֿאַרנעמען.

און אַז פֿון בוים וועלן צײַטיק ווערן
די פֿרוכטן, אָ, ווער וועט זיי קלײַבן?
— די גאָלדענע פֿרוכטן, די צײַטיקע פֿרוכטן,
זיי וועלן דאָרט פֿוילן פֿאַרבלײַבן...

און אַז ס׳וועלן שפּעטער דורות דיר פֿרעגן,
וואָס וועסטו זיי, קינד, דען זאָגן?
— אַ העלישער האָגל, אַ בראַנדיקער האָגל,
דעם מענטש און די וועלט האָט דערשלאָגן.

ער זוכט די שאַפֿונגען פֿון אַכצנטן יאָרהונדערט וווּ ס׳האָט געשאַלט די מוזיק פֿון מאָצאַרט, היידן און גלוק:

יאָרן פֿון אַכצנטן יאָרהונדערט!
יאָרן פֿון מאָצאַרט, גלוק און היידן,
יאָרן וואָס בליִען אויף
בײַ מאַנדל־ביימער,
איידל־ווײַס —
פֿון אונטער די פֿינגער און קלאַוויר...

פֿאַר מײַן טיר:
אין גערויש פֿון אויטאָס
און הויך־קלאַפּנדיקער באַן,
ווי ליכטיקן פּלוצלונג, אויף אַ מאָל,
ווי דורך צווײַגן זוניקע —
מעלאָדיען — פֿון אַ גאַוואָט און סאַראַבאַנד...
און פֿאַלן ווי בליטן,
אומגעריכט אַזוי,
דורך דער שטיינערדיקער גאַס
און איבער מיר.

און מ׳זוכט מײַן בליק
אין דער הויכער קעגנאיבערדיקער וואַנט —
דעם אָפֿן־פֿענצטער
און סילועט־געזיכט
געבויגן, אַריבער ווײַסע ביינדלעך פֿון קלאַוויר
וואָס זינגען, גיסן זיך דורך דער גאַס
און ליכטיקן אַרום,
אין יאָרן פֿון מאָצאַרט, היידן און גלוק...

ער באַשרײַבט געזאַנגען ווי מעטעאָרן וואָס באַשטראַלן די וועלט אויף אַ רגע:

דורך אונדזער יונגער און גרויסער וועלט,
זײַנען חלומות צינדנדיקע אויפֿגעגאַנגען;
וווּנדערלעכע געזאַנגען —
און אונדזערע הימלען, ליכטיק אויפֿגעהעלט.

און פֿון די וועגן — דערנערנדיקע — געפֿאַנגען,
האָבן מיר פֿאַרכּישופֿט זיך געצויגן;
צו שפּילנדיקע ווײַטן פֿון אַ רעגנבויגן —
מיט די וווּנדערלעכע געזאַנגען...

און ווי מעטעאָרן — אויפֿגעלויכטן און פֿאַרגאַנגען,
פֿון די הויכן, נאַכטיקע, געפֿאַלן;
אין אַרום — די וועלט אַ רגע צו באַשטראַלן,
וווּנדערלעך אַזוי — מיט אונדזערע געזאַנגען.

פֿון זײַן לענגערן ליד "אין סוף פֿון טעג" ברענגען מיר דעם ערשטן טייל, וואָס באַשרײַבט אַזוי שיין זײַן אַמאָליקע וועלט:

קום, און ווידער גיי דורך יענע ווײַטע, יונגע זינגענדיקע טעג,
אין טעג מיט פֿאַלנדיקע בלײַ פֿון הײַנט, אויף דײַן געמיט,
וווּ פֿרילינגדיק אַ מאָל, מיט דער ליכטיקייט פֿון יונגן צוויט,
אויפֿגעגאַנגען פֿאַר אָפֿענע בית־מדרש פֿענצטער איז דײַן ערשטער וועג.

די גאָלדיק־בלויע שויבן, טירן, וואָס האָבן רונדיקע געפֿירט
צום נאָענטן טײַך, און צו ניט־ווײַטע סעדער — מיטן שטראָם אַרויף
מיטן האַרציקן געזאַנג פֿון "הא־תּניא" געפֿירט אָפֿט האָבן ביז צום אין־סוף,
און פּירות פֿון סעדער אייביקע, זיס דײַן ליפּ האָט ווי געשפּירט...

נאָך־פּסח־טעג — די זוניקע, און ערשט אַזוי צעבליטע פֿונעם יאָר,
דאָס יונגע האַרץ ווי אַ בעכער מיט ווײַנען שוימיקע איבערפֿילט,
פֿון יונגן פֿרילינג, וואָס ווי מיט פֿלייטן אַ פֿריידיקער שפּילט און שפּילט
אַריבער דיר, און ווייסט ניט — צי ס׳איז אין חלום, צי אין וואָר.

ס׳כּישופֿן שעהען — ס׳זינגען סטענדערס, גמרות, אין אַרום,
און ס׳זינגען שוואַלבן, שפּערלינגען פֿון איבערן דאַך צו דיר אַרײַן, — — —
(וווּ ביסטו איצט — אָ, אינדזלדיק פֿאַרוואָרפֿן שטעטל מײַן!
וווּ מענטש און גאָט געוווינט דורך דורות האָבן שטיל און פֿרום.)

פֿאַרנאַכט... און ס׳ציט אין לופֿט אַ בענקשאַפֿט, ניט דערקלערט, אַזוי פֿאַר וואָס,
די זון שפּילט אָוונטיק אין פֿענצטער און אויפֿן קופּער פֿונעם כּיור. —

צום ברעג פֿון סטאַוו, וווּ ס׳לײַכטן וואַסערן און טורעם־שפּיצן פֿון אַ שלאָס.

עס שימערן קופּאָלן, אַ הויף אַ בלומיקער דערבײַ אין רו זיך שפּרייט און העלט,
ס׳ציטערט ליד... אַ ווײַסער שוואַן שטיל שווימט דורך גילדיקע שטראָמען צוויי צענומען,
עס וויגט דער סטאַוו דעם שוואַן, דעם הויף, אין בליִענדיקע בלומען
און דו פֿאַרוויגט, — דיר דאַכט: דו שטייסט בײַם שוועל פֿון אַ געהייליקט וועלט...

מיר געפֿינען פֿײַנע לידער אין די שאַפֿונגען פֿון די אומבאַקאַנטע, פֿאַרגעסענע דיכטער, וואָס מיר ברענגען צום לעבן אין די "פּערל".