צו זיין 65סטן יאָרצײַט
דאָס פּאָפּולערסטע ליד וואָס איז אַרויסגעקומען פֿונעם חורבן איז אָן אַ ספֿק דאָס פּאַרטיזאַנער־ליד — "זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג". כּמעט יעדעס יאָר — ווען עס דערנענטערט זיך די דאַטע פֿון דער הזכּרה פֿון דער שואה און 19טן אַפּריל — קומט אַ בקשה וועגן דעם ליד. צווישן די לידער וואָס מע בעט זײַנען — "ס׳ברענט, ברידערלעך ס׳ברענט", "אַני־מאמין" און דער "פּאַרטיזאַנער־הימען". בײַ די הזכּרות וואָס איך האָב בײַגעוווינט זינגט מען דאָס ליד שטייענדיקערהייט אין כּבֿוד פֿון די געפֿאַלענע קעמפֿער.
דער מחבר פֿונעם ליד, וואָס איז געוואָרן אַ הימען, איז הירש אָדער הירשקע גליק — און דאָס ליד איז אויפֿגעקומען אין 1943. יעדער צו וועמען הירש גליק האָט געזונגען זײַן ליד — איז געווען אַנטציקט הערנדיק דאָס ליד — און דער פּאַרטיזאַנער־שטאַב אין געטאָ האָט באַשטימט דאָס ליד ווי דעם הימען. דער הימען איז גיך אויפֿגעכאַפּט געוואָרן און האָט זיך פֿאַרשפּרייט צו אַנדערע געטאָס און לאַגערן און איז פֿאַרבליבן ווי אַ ווירדיקער אייביקער מאָנומענט.
זאָג נישט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,
ווען הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג,
ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה —
ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט: מיר זײַנען דאָ!
פֿון גרינעם פּאַלמענלאַנד ביז ווײַסן לאַנד פֿון שניי
מיר קומען אָן מיט אונדזער פּײַן, מיט אונדזער וויי.
און וווּ געפֿאַלן איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט,
שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבֿורה, אונדזער מוט.
עס וועט די מאָרגנזון באַגילדן אונדזער הײַנט,
דער שוואַרצער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿײַנד,
נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר,
ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור.
דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בלײַ,
ס׳איז ניט אַ ליד פֿון זומער־פֿויגל אויף דער פֿרײַ.
ס׳האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט
דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט.
טאָ זאָג נישט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,
ווען הימלען בלײַענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג,
ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה —
ס׳וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט: מיר זײַנען דאָ!
(לויט נחמן מײַזיל — הירש גליק: לידער און פּאָעמעס, נ״י, 1953)
הירש גליק איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע אין 1922. ער האָט געלערנט אין דער תּרבות־שול "בית־יהודה". אין 1933 האָט ער געמוזט פֿאַרלאָזן די שול כּדי צו העלפֿן דער משפּחה צו פֿאַרדינען אויף חיונה. ער האָט געאַרבעט בײַ אַן אײַנבינדער און אין אַ פּאַפּיר־פֿאַבריק. ער איז געווען אַ מיטגליד אין "השומר־הצעיר". אין 1935 האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן לידער אין העברעיִש. שפּעטער, אונטער דער השפּעה פֿון די פּאָעטן פֿון "יונג־ווילנע", האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן ייִדיש. גליק האָט אַרום זיך געזאַמלט יונגע שרײַבערס וואָס האָבן איינער דעם אַנדערן פֿאָרגעלייענט זייערע שאַפֿונגען. שפּעטער האָבן זיי אַרויסגעגעבן דעם זשורנאַל "יונגוואַלד" אין 1939. דאָס איז אויך געוואָרן דער נאָמען פֿון דער נײַער יוגנטלעכער ליטעראַרישער גרופּע.
ווען ווילנע איז אין 1941 פֿאַרנומען געוואָרן פֿון די נאַציס, איז ער צוזאַמען מיט זײַן פֿאָטער, אַוועקגעפֿירט געוואָרן אויף אַרבעט צו די טאָרף־גריבער פֿון ביאָלאַ וואָקאַ און רעשע, 14 און 15 מײַל פֿון ווילנע, וווּ ער האָט שווער געאַרבעט און איז קראַנק געוואָרן. ער האָט אין די לאַגערן אַ סך געשריבן, געמוטיקט די מענטשן אין די לאַגערן. ער האָט זײַנע לידער געשיקט אין ווילנער געטאָ וווּ זיי זײַנען צוויי מאָל פּרעמירט געוואָרן אויף קאָנקורסן. אין מײַ 1943, ווען די טאָרף־אַרבעט איז איבערגעריסן געוואָרן, איז גליק אַריבערגעפֿירט געוואָרן אין ווילנער געטאָ.
בעת דער ליקווידאַציע פֿון ווילנער געטאָ האָט זיך הירש גליק געפּרוּווט דורכרײַסן דורך דער נאַצישער אַרומרינגלונג. ער איז אָבער אַרײַנגעפֿאַלן צו דער "געשטאַפּאָ" אין די הענט און מע האָט אים אַוועקגעפֿירט אין קאָנצענטראַציע־לאַגער גאָלדפֿילד, אין עסטלאַנד. זומער 1944, ווען די רוסן האָבן אָנגעהויבן זייער אָנגריף, איז ער אַנטלאָפֿן פֿון לאַגער און אומגעקומען אין קאַמף קעגן די דײַטשן אין די וועלדער אַרום גאָלדפֿילד.
מיר האָבן צו פֿאַרדאַנקען הירש גליקן פֿאַר נאָך צוויי פּאָפּולער־געוואָרענע לידער, געזונגען אין ווילנער געטאָ: "שטיל, די נאַכט איז אויסגעשטערנט" און "דאָס זאַנגל". "שטיל, די נאַכט איז אויסגעשטערנט" איז געשריבן געוואָרן נאָך דעם ערשטן דיווערסיע־אַקט פֿון די פּאַרטיזאַנער פֿון דער ווילנער געטאָ — איציק מאַצקעוויטש און וויטקע קעמפּנער — וועלכע האָבן הינטער ווילנע אויפֿגעריסן אַ דײַטשן עשעלאָן, אין 1942.
שטיל, די נאַכט איז אויסגעשטערנט
און דער פֿראָסט האָט שטאַרק געברענט,
צי געדענקסטו ווי איך האָב דיך געלערנט
האַלטן אַ שפּײַער אין די הענט?
אַ מויד, אַ פּעלצל און אַ בערעט
און האַלט אין האַנט פֿעסט אַ נאַגאַן,
אַ מויד מיט אַ סאַמעטענעם פּנים
היט אָפּ דעם שׂונאס קאַראַוואַן.
געצילט, געשאָסן און געטראָפֿן
האָט איר קליינינקער פּיסטויל,
אַן אויטאָ אַ פֿולינקן מיט וואָפֿן
פֿאַרהאַלטן האָט זי מיט איין קויל.
פֿאַרטאָג, פֿון וואַלד אַרויסגעקראָכן,
מיט שנייגירלאַנדן אויף די האָר,
געמוטיקט פֿון קליינינקן נצחון,
פֿאַר אונדזער נײַעם, פֿרײַען דור.
נחמן מײַזיל שרײַבט, אַז אַבא קאָוונער האָט אים געשריבן אין אַ בריוו, אַז דאָס ליד האָט הירש גליק געווידמעט וויטקען.
דאָס ליד "דאָס זאַנגל" האָט גליק אָנגעשריבן אין וואַלד אין 1943 בײַ רעשע, לעבן ווילנע, וווּ ער האָט געאַרבעט בײַ טאָרף. מײַזיל שרײַבט: "אַז מ׳דאַרף שטוינען, ווי אין דער "געשטאַפּאָ"־אַטמאָספֿער און אין דעם גרויליקן צושטאַנד האָט הירש גליק, דאָס יונגע בחורל, אַרויסגעשטיפֿט אַזאַ פֿריידיק און לוסטיק ליד פֿאַר יוגנט!"
בלאָנד ביסטו ווי אַ זאַנגל,
שיין ווי דער זון־פֿאַרגאַנגל,
פֿיר מיך דורך באַרג און טאָל
און איך דיך נאָך אַ מאָל,
ביז מיר וועלן זיך שיידן.
און וואָלט איר זען בײַם שיידן
אין ראָזן שקיעה ביידן,
ליפּן ווי מערעלעך,
אויגן פֿיל טרערעלעך
און בעסער גאָרניט ריידן.
הער, מיידל, מײַן פֿאַרלאַנגל,
אין ראָזן זון־פֿאַרגאַנגל,
שווער מיר בײַם זונען־שײַן
אַז דו וועסט מײַנע זײַן —
און זי האָט אים געשוואָרן.
און זי האָט אים געשוואָרן,
פּורפּור איז ער געוואָרן,
פּורפּור ווי דער פֿאַרלאַנג,
פּורפּור ווי זון־פֿאַרגאַנג,
הינטער די בלאָנדע קאָרן.
אין פּאַסטעכס פֿײַפֿל־קלאַנגל,
לעשט זיך דער זון־פֿאַרגאַנגל,
און אין די הימלען טיף,
די לבֿנה אַ זעגל־שיף
איז שוין אַרויסגעגאַנגען.
איז זי זיי נאָכגעגאַנגען
און שטערן אויסגעהאַנגען,
שטערן איבער די צוויי
שטייען ווי חופּה־שטאַנגען.
דאָס ליד, ווי די אַנדערע, איז אַ פֿאַרגעניגן צו זינגען און הערן. הירש גליק האָט פֿאַרדינט אייביקע אָנערקענונג פֿאַר זײַנע אָריגינעלע און שיינע לידער, וואָס האָבן דערפֿרישט די ווילנער באַפֿעלקערונג אין די גרויליקע טעג. ער איז אומגעקומען צו 22 יאָר און ווי ביאַליק זאָגט: "וויי, ער האָט נאָך אַ ליד געהאַט און פֿאַרלאָשן איז דאָס ליד אויף אייביק".