פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זײַן 40סטן יאָרצײַט

לייב מאָרגענטוי איז געווען אַ ייִדישער פּאָעט וואָס האָט געשטאַמט פֿון פּינסק, געלעבט אין סאָוועט־רוסלאַנד בעת דער מלחמה, און צום סוף — אין ישׂראל. לייב מאָרגענטוי איז דער פּסעוודאָנים פֿון חנן־לייב סאַפּאָזשניק. ער איז געבוירן אין 1905 אין פּינסק, אין אַן אַרבעטער־משפּחה. ער האָט געלערנט אין חדר, אין אַ ייִדיש־העברעיִשער פֿאָלקסשול, און אין אָוונט־קורסן. צו 13 יאָר איז ער געוואָרן אַ שוסטער. ביז דער מלחמה האָט ער געלעבט אין פּינסק, דערנאָך איז ער אַוועק קיין סאָוועט־רוסלאַנד, וווּ ער האָט געלעבט אין סאַמאַרקאַנד פֿון 1941—1945. דאָרט האָט ער זיך באַטייליקט אין די ליטעראַרישע זונטיקס פֿונעם אָרטיקן שרײַבער־פֿאַראיין. זומער 1947 איז ער צוריקגעקומען קיין פּוילן, געלעבט אין לאָדזש און אין וואַרשע, און זינט 1957 האָט ער געלעבט אין ישׂראל. אין 1979 איז ער געשטאָרבן.

צווישן זײַנע ביכער, וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן, איז פֿאַראַן אַ בוך מיט לידער פֿאַר קינדער, וואָס ווײַזן אָן אויף זײַן ספּעציעלן טאַלאַנט, און אויף וועלכן מיר שטעלן זיך הײַנט אָפּ. זיי זײַנען חנעוודיקע, און פֿײַנע אויסדרוקן פֿון קינדערשער פֿרייד און הנאה.

פֿרילינג

די וועלט באָדט זיך ווידער אין זוניקער שײַן,
אָ, קינדערלעך קליינע, געזונט זאָלט איר זײַן!
קוקט צו, ווי דאָס גרעזעלע שפּראָצט פֿון דער ערד,
קוקט צו, ווי דאָס ברעטעלע גרעסער אַלץ ווערט.

און גרין ווערן פֿעלדער און סעדער אויף ס׳נײַ
אין וווּנדערלעך־שיינעם, אין ליכטיקן מײַ.

קוקט צו, ווי אַ בלימל שיילט אויס זיך פֿון קנאָספּ,
די בלעטעלעך פֿאַרביקע פֿריידיק צעלאָזט,

און יעטוועדעס קווייטל און יעטוועדע בלום
מיט טויזנטער ריחות פֿילט אָן דעם אַרום,

עס שמייכלען די בלימלעך, דורך טראָפּעלעך טוי,
מיט שוואַלבן, וואָס בויען זיך נעסטן פֿון שטרוי.

בײַ אונדז איז דער פֿרילינג נאָך שענער, ווי שיין,
בײַ אונדז איז אַ פֿרילינג דאָס לעבן אַליין!

און איר זענט פֿון פֿרילינג די הערלעכסטע שײַן,
אָ, קינדער קליינע, געזונט זאָלט איר זײַן!

אין אַ צווייט ליד זינגט ער פֿון פֿריד און זון, וואַלד און קינדער:

זון און וואַלד און קינדער,
יעדעס קינד — אַ ליד,
אַלע קינדער זינגען
און דער וואַלד זינגט מיט.

גערטנער און באַסיינען,
בלומען אומעטום,
שײַנט מיט אַלע חנען
יעדעס קינד — אַ בלום.

אויף די פֿעלדער — קינדער,
קינדער בײַ דעם שניט,
אַלע קינדער זינגען
און דאָס פֿעלד זינגט מיט.

קינדער אויף די זאַמדן,
קינדער אויפֿן טײַך,
— קינדער, נאָר דאָס לאַנד איז,
אַל דאָס גוטס פֿאַר אײַך!

נאָר דאָס גליק פֿון זומער
נעמט געזונטערהייט,
זאָל אײַך ווויל באַקומען
אײַער רו און פֿרייד!

מאָרגענטוי האָט עטלעכע קינדער־לידער געווידמעט דעם חורבן. ער באַשרײַבט די קינדער־יתומים געשוואָלענע פֿון הונגער:

קינדער אין געטאָ, ווי פֿלאַנצן פֿאַרוועלקטע אין בליִען,
קינדער, ווי זקנים, מיט האַלב־אויסגעלאָשענע אויגן,
זיי זענען מקנא דעם ווינט און די זאָרגלאָזע פֿייגל,
וואָס קאָנען פֿון געטאָ דעם שטעכיקן צוים איבערפֿליִען.

קינדער פֿון געטאָ — פֿון הונגער געשוואָלענע שטייען.
דאָס נאַקעטע לײַב — אונטער שטעכיקע רעגנס און שנייען,
זיי בעטלען אַ קרישקעלע ברויט, אַ קאַרטאָפֿל דעם הונגער צו שטילן,
אַ בגד אַן אַלטס — דאָס צעוווּנדיקטע לײַב צו פֿאַרהילן.

קינדער אין געטאָ. פֿאַריתומטע, עלנטע קינדער,
דער ברוק זייער היים איז און ווער וועט זיי שיצן אַצינדער,
נישטאָ ווער ס׳זאָל צוטוליען וואַרעם, אַ לעפֿל געקעכטס זיי דערלאַנגען —
און ס׳פֿאַלן די קינדער אויף גאַסן, ווי אונטערגעשניטענע זאַנגען.

ער האָט אַ ליד צו דעם באַפֿרײַער, נאָך וועמען מע האָט געוואַרט און געגאַרט, וואָס האָט באַפֿרײַט פּוילן.

עס האָבן דיך הערצער אין צאַפּל דערוואַרט,
ווען ס׳האָט דאָ דער טויט אַלע וועגן פֿאַרמאַכט,

ווען ס׳האָבן די הימלען אין שׂרפֿות געברענט,
און ס׳האָבן נאָך הילף אויסגעשטרעקט זיך די הענט.

דיך האָבן גערופֿן די מאַמע, דאָס קינד —
געיאָגט פֿון די רוצחים און הפֿקרן ווינט.
דער מענטש — הינטער שטעכיקע דראָטן פֿאַרשפּאַרט —
ביז לעצטער מינוט אויף דײַן הילף האָט געוואַרט.

דײַן שטערן געוועזן פֿאַר זיי איז די שײַן,
וואָס אויסלייזן וועט זיי פֿון אומקום, פֿון פּײַן.

און דו, וואָס באַפֿרײַט האָסט דעם דניעפּער,
דעם דאָן
געבראַכט צו דער ווײַסל האָסט זיגרײַך דײַן פֿאָן.

און האָסט מיטן פּוילישן זעלנער בײַנאַנד
באַפֿרײַט פֿון די הענקער דאָס פּוילישע לאַנד.

אין דעם ווײַטערדיקן ליד, דערציילט דער פּאָעט רירנדיק און בילדעריש וועגן די מלחמה־יאָרן אין ווײַטן מיזרח —

דושנע טעג

דושנע טעג אין ענגע פֿראַכט־וואַגאָנען,
יולי — זון אין בלויען הויכן ברענג,
ציִען, ציִען לאַנגע עשעלאָנען
קיין אופֿאַ, סאַראַטאָוו און טאַשקענט.

האַרטע בענק, נאָך האַרטערע מעת־לעתן,
קעפּ אויף קעפּ, געפֿלאָכטן פֿיס און הענט.
אויגן האָבן שוין דעם טעם פֿון שלאָף פֿאַרגעסן
און פֿון דורשט און שטויב דער גומען איז פֿאַרברענט.

קלאַפּן רעדער און דעם טרויער וויגן,
פּעק פֿאַרפֿולט מיט וויי און בראָך פֿון היים.
ברומען ייִדן שטיל אַ נײַעם איכה־ניגון,
יעדער ייִד — אַן אויסגעפֿליקטער בוים...

טרעפֿט מען זיך מיט צווייטע עשעלאָנען,
זוכט מען טרייסט, מע רעדט זיך אויס דאָס האַרץ.
יעדער זעט אין צווייטן מענטש זײַן פּנים —
יעדעס פּנים איז פֿאַרקוילט און שוואַרץ...

דערפֿער, שטעט און רויכיקע וואָקזאָלן
שטייט מען אָפּ אויף סטאַנציעס גאַנצע טעג.
ווערן עשעלאָנען אין דער ווײַט פֿאַרפֿאַלן.
ווען זשע וועט מען קומען צו אַ ברעג?