פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

הײַנט, ווען עס פֿאַלן אויס די ימים־נוראים, ברענגען מיר די לידער וואָס ייִדישע דיכטער האָבן אין פֿאַרשיידענע צײַטן געשאַפֿן וועגן ראָש־השנה און יום־כּיפּור. אין די לידער הערן זיך די ברכות און גוטע וווּנטשן, מען הערט דאָס בלאָזן פֿון די תּקיעות.

צום נײַעם יאָר ווינטשן מיר די לייענער אַ גוט, געזונט און שעפֿעריש יאָר פֿון כּל־טובֿ. מיר דריקן אויס אונדזער האָפֿענונג אויף אַ באַלדיקן שלום און זאָל דאָס נײַע יאָר ברענגען ברכה און הצלחה צו אײַך און כּל־ישׂראל.

לשנה טובֿה

פֿון י. ל. פּרץ

לשנה טובֿה תּכתבֿו,
אַלע, אַלע ווי איר זײַט,
צי איר האָט דאָס האַרטע מזל
אויף אַ וויסטן סטעפּ פֿאַרשפּרייט.

צי איר קילט די הייסע שטערנס
בײַ דער נאַסער מערבֿ־וואַנט,
צי איר שיפֿט אײַך איבער ימים
צו אַ נײַ פֿאַרשפּראָכן לאַנד.

צי איר טראָגט דעם יאָך דעם שווערן
מיט אַ שמייכל, אי, ווי גרינג,
און איר קויפֿט די לופֿט צום לעבן
און איר צאָלט פֿאַר יעדן שלינג.

אַלע אײַך צום יאָר צום נײַעם
אין יעדער שפּראַך, אין יעדן קלייד —
לשנה טובֿה תּכתבֿו
אַלע, אַלע וווּ איר זײַט.

ראָש־השנה

פֿון י. י. סיגאַל

הײַיאָר טוט זיך אָן אין יום־טובֿ,
זומער — יום־טובֿדיק, אין זײַד,
כאָטש דער זומער אײַלט שוין אונטער,
שטייט שוין באַלד פֿון יענער זײַט.

זע נאָר, ייִדיש ייִנגעלע טײַערס,
ס׳אַראַ געסט עס קומען אָן;
ראָש־השנה מיט אַ שופֿר,
שׂימחת־תּורה מיט אַ פֿאָן.
אַלע געסט און אייביק נײַע,
תּמיד אָנגעלייגט און ווויל,
זון און פֿרייד אין זייערע אויגן,
זיסער שמייכל אויפֿן מויל.

עפֿן אויף דאָס שיינע טויערל
פֿונעם מחזור און קוק אַרײַן,
תּפֿילות ווי די גאָלדענע בעכערלעך,
מיט געבענטשטן גוטן ווײַן.

תּפֿילות — זילבערנע עטרות
איבער זייערע פֿרומע קעפּ;
דאַרפֿן מיר נישט, גאָט צו דאַנקען,
וואָס מיר האָבן עס דערלעבט!

דאַרף מען נישט קיין ברכה מאַכן,
וואָס מיר טרעפֿן זיך נאָך הײַנט
מיט דעם שיינעם ראָש השנה
און מיט אַלע גוטע פֿרײַנד!

לשנה טובֿה

פֿון י. גויכבערג

נישט מיט גלעקער, נישט מיט פֿאָנען,
נישט מיט פֿאַרביקע באַלאָנען
זײַנען מיר מקבל־פּנים
אונדזער ייִדיש יאָר.

הענגט אַ וואָגשאָל פֿאַר די אויגן,
שטייסטו מיטן קאָפּ געבויגן,
ווען דײַן גורל ווערט געווויגן —
וויגט זיך אויף אַ האָר.

האָסטו וויי געטאָן אַ שכן,
ביסטו אין יענעמס גבֿול פֿאַרקראָכן,
האָסטו הייליק וואָרט געבראָכן —
וויינט אין דיר דײַן בלוט.

האָסטו פֿון דײַן לעצטן ביסן
כאָטש אַ ברעקל אָפּגעריסן
יענעמס הונגער צו פֿאַרזיסן —
ווויל איז דיר און גוט.

בלײַבן זאָל קיין שפּור פֿון שׂינאה,
נישט קיין וואָלקן פֿון קיין קנאה,
און אין אויג קיין בייזע מינע —
אויפֿן נײַעם יאָר.

פֿרייד און פֿריד אין אַלע שטיבער,
האָסט צעקריגט זיך, בעט זיך איבער,
זאָל פֿאַר אונדז דער יום־טובֿ ליבער
שײַנען העל און קלאָר.

דער בעל־תּקיעה

פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי

דער בעל־תּקיעה יאָמערט אויס אַ ניגון,
אַן אַלטן ניגון צו גאָט,
איבער אים —
אַ הימל און שטערן,
חושך אין חושך פֿאַרלוירן,
דער בעל־תּקיעה יאָמערט אויס אַ ניגון:
תּקיעה, תּרועה, שבֿרים.

די פֿינצטערקייט — אַ ווינט, אַ מויער,
עס איז קיין עדה,
קיין מנין נישטאָ.
דער בעל־תּקיעה יאָמערט אויס אַ ניגון,
אַן אַלטן ניגון:
לעבן אים אַ פֿאַרשלאָסענער דאָרן,
אין חושך נאָך פֿינצטערער שטאַרט,

דער בעל־תּקיעה יאָמערט אויס אַ ניגון,
אַן אַלטן ניגון,
און וואַרט,

דער דאָרן זאָל אָנהייבן ברענען,
אויף אַ וואַנט זאָל אַ פֿלאַם טאָן אַ שריפֿט,
איבער אים אַ הימל אָן שטערן,
און חושך,
און טויטלעכער גיפֿט,
נאָר ס׳איז נישט מפֿסיק,
עס שטילט נישט דער האָרן:
תּקיעה,
תּרועה,
שבֿרים.

יום־כּיפּור אין שול (פֿראַגמענט)

פֿון אַבֿרהם ליעסין

עס ברענען נשמה־ליכט מיד, מעלאַנכאָליש,
און סומנע די וועקסענע שטראַלן,
זיי בייגן זיך, קאָרטשען זיך אום אין אַן אימה,
ווי ווער וואָלט געהיים זיי באַפֿאַלן.

און פֿול איז די קלויז מיטן פֿלאַטער פֿון פֿלעמלעך
און וויינענדע מענטשן אין ווייסן;
עס הוידען זיך קיטלען, עס וואַרפֿן זיך אַרבל;
עס רײַסן זיך שאָטנס און רײַסן.

עס הוידעט זיך ווײַס אין די קיטלען דער עולם,
און וואַרפֿט מיט די אַרבל צעשראָקן,
און קלאַפּט אין פֿאַרצווײַפֿלונג די הענט אָן די שטענדערס
און טופּעט אין היי מיט די זאָקן.

און ס'הייבט זיך דער היי־ריח אויף און פֿאַרכּישופֿט,
און געלבלעך אַ שטויב אַ געדיכטער
פֿאַרנעפּלט די קלויז און די ליכט און די שטענדערס,
פֿאַרבלײַבט און פֿאַרגעלט די געזיכטער.

און אימהדיק קוקן די אַלע געזיכטער,
פֿאַרהילטע בײַנאַכט אין טליתים,
אַזוי ווי עס וואָלט זיך דאָס הוידען און שאָקלען
אַ גרויזאַמער קהל פֿון מתים.

עס הוידעט און שאָקלט זיך גרויליק די קהל,
און ס'טראָגט פֿון פֿאַרשידענע זײַטן
אַ הודיען פֿון תּפֿילות און אַלטע ניגונים,
פֿון אַלטע, גרויזאַמע צײַטן.

און ס'טוליעט זיך נאָענט צום פֿאָטער אַ ייִנגל,
אַ שטילער, אין מיטן די גוואַלדן,
פֿאַרטיפֿט אין מחשבֿות, דעם שטערן דעם הויכן
אין מחזיר פֿון זיידעס באַהאַלטן.

ער טראַכט פֿון דער גרויסקייט פֿון מלך־המלכים,
ווי קליין און ווי שוואַך און ווי אָרעם
איז קעגן אַלמעכטיקן גאָט כּבֿיכול
דאָס שטערבלעכע מענטשל, דער וואָרעם.

ער טראַכט, און ער ציט זיך צו גאָט און באַהעפֿט זיך,
און בעט בײַ אים רחמים און כּוח,
צו קענען פֿאַרטרײַבן די שרעקלעכע ספֿקות
פֿון שוואַכן, פֿון קינדערישן מוח..