‫פֿון רעדאַקציע

די רעגירונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן דריקט אויס איר אומרו אין שײַכות מיט דער דערקלערונג פֿונעם ווענעזועלער פּרעזידענט כוגאָ טשאַוועס, אַז דער קרעדיט אין 2.2 ביליאָן דאָלאַר, וואָס ער האָט אויסגעשנאָרעט בײַ זײַן רוסלענדישן קאָלעגע און פֿרײַנד, דמיטרי מעדוועדיעוו, בעתן לעצטן באַזוך אין מאָסקווע, וועט אויסגעניצט ווערן אויף צו קויפֿן בײַ רוסלאַנד סאָפֿיסטיקירט געווער, דהײַנו: 92 טאַנקען T-72, רעאַקטיווע סיסטעמען "סמערטש" און די קעגנראַקעטן־קאָמפּלעקסן C-300.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער פּאָליטישער יאַריד אין ישׂראל האָט פֿאָריקע וואָך געקאָכט און געפֿיבערט מיט נתניהוס מיסטעריעזן פֿאַרשווינדן פֿון דעם סדר־היום אויפֿן לוח פון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע. אַלע פֿאַראינטערעסירטע — מ׳קען זאָגן, דאָס גאַנצע לאַנד, די זשורנאַליסטן און דער מלוכישער, פּאַרטיייִשער און דער געזעלשאַפֿטלעכער, יאַריד — אַלע האָבן יענעם טאָג זיך געבראָכן דעם קאָפּ און פּרובירט לייזן דאָס רעטעניש: וווּהין איז נעלם געוואָרן דער שיפֿס־קאַפּיטאַן פֿון דער מדינה, דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו? אויף גאַנצע פֿערצן שעה.

אײראָפּע
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער דענקמאָל פֿון יחיאל שרײַבמאַן אין וואַד־ראַשקעוו

לויט דער שוין אײַנגעשטאַנענער טראַדיציע, קומען אָפֿט אין אויגוסט די געוועזענע אײַנוווינער פֿונעם לאַנד. אויך הײַיאָר איז פֿון עסטרײַך געקומען צו באַזוכן זײַנע קרובֿים דער מוזיקער ראָמאַן גרינבערג. ער וווינט אין ווין און איז אַקטיוו באַשעפֿטיקט אינעם דאָרטיקן ייִדישן לעבן: טרעט אויף מיט ייִדישע לידער און פֿירט אָן מיטן ווינער ייִדישן כאָר. ער איז שוין פֿריִער געווען אין קעשענעוו, וווּ ער האָט זיך באַטייליקט מיט זײַן כאָר אינעם פֿעסטיוואַל "בעסאַראַבער ליד". דאָס מאָל איז ער געקומען מיט זײַן פֿרוי און ברודער טאָני צו פֿאַרברענגען זייערע וואַקאַציעס אין דער היים־שטאָט בעלץ.

מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
לעאָ צייטלין

Leo Zeitlin ״Chamber Music״
Ed. Paula Eisenstein Baker 
and Robert S. Nelson
A-R Editions, Inc. 2009

נאָך אַ סך יאָרן פֿון פֿאָרש־אַרבעט, נישטערן אין די אַרכיוון, און זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט מענטשן, וואָס זענען צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט, האָט די פּראָפֿעסאָרין פּאָלאַ אײַזנשטײַן־בייקער פֿון היוסטאָן, טעקסאַס, געפֿונען, רעדאַקטירט און צוזאַמענגעשטעלט די זאַמלונג פֿון קאַמער־מוזיק פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר לעאָ צייטלין, אַ וויכטיקער מיטגליד אין דער באַקאַנטער פּעטערבורגער "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק".

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Jewish Topographies:
Visions of Space,
Traditions of Place.
Edited by Julia Brauch, Anna Lipphardt and Alexandra Nocke. Ashgate, 2008.

ווי עס האָט באַמערקט דער באַרימטער ייִדישער ליטעראַטור־היסטאָריקער לעאָפּאָלד צונץ, האָבן ייִדן טראַדיציאָנעל ניט געהאַלטן קיין סך פֿון געאָגראַפֿיע. צווישן די מוסטערן פֿון אַזאַ מין באַציִונג צו דער וויסנשאַפֿט זעט מען אין מענדעלעס ראָמאַן "מסעות בנימין השלישי". דאָס וואָרט "מקום" פֿאַרמאָגט ניט בלויז אַ רעאַלן, נאָר אויך אַ מעטאַפֿיזישן באַטײַט, וואָס האָט ווייניק צו טאָן מיט אַ קאָנקרעט אָרט, דאָ און איצט. די לאַגע האָט זיך געענדערט מיטן אויפֿקום פֿון חובֿבֿי–ציון און ציוניזם אין די לעצטע יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין ס׳רובֿ קאַלענדאַר־סיסטעמען אַרום דער וועלט ווערט בלויז איין חודש באַטראַכט ווי דער ערשטער אינעם יאָר. די ערשטע משנה אין דער מסכתּא "ראָש־השנה" דערקלערט אָבער, אַז יעדעס ייִדישע יאָר הייבט זיך אָן, אין אַ געוויסן זין, פֿיר מאָל: אין ניסן, אין אלול, אין תּשרי און אין שבֿט. מיר פּראַווען אַ באַזונדערע "ראָש־השנה" פֿאַר מלכים, פֿאַר מעשׂר־בהמה, פֿאַר תּבֿואה און פֿאַר ביימער.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַראַיאָרן, אין נאָוועמבער, קורץ נאָך די פּרעזידענט־וואַלן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָב איך פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג אין פּאַריז. אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט האָט זיך ממש געוואָרפֿן אין די אויגן די צאָל פּאָרטרעטן פֿון באַראַק אָבאַמאַ — ער האָט פֿון אַלע זײַטן געקוקט אויף די פּאַריזער אײַנוווינער און, אַזעלכע ווי איך, פֿאַרבײַפֿאָרער. אין מײַן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט האָט זיך פֿון יענע טעג אָפּגעהיט אַ בילד, וואָס איך האָב געמאַכט שוין אויפֿן צפֿון-וואָקזאַל, Gare du Nord, פֿון וואַנען אַ באַן האָט מיך אַריבערגעפֿירט קיין לאָנדאָן.

זכרונות, ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שמעון סאַנדלער (רעכטס), משה לעמסטער (לינקס)

אין די יאָרן 1963—1968 האָב איך זיך געלערנט אין טיראַספּאָלער מלוכישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. צווישן די לימודים, וואָס איך האָב דאָרט שטודירט איז אויך געווען די דײַטש. מיט דער קאַטעדרע פֿון גערמאַנישע שפּראַכן האָט אין יענע יאָרן אָנגעפֿירט שמעון (סעמיאָן אַנאַטאָליעוויטש) סאַנדלער.

חורבן, פּובליציסטיק
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאָקטער איזאַבעלע פֿײַגענבערג אויפֿן סטאַלינגראַדער פֿראָנט

זיבעציק יאָר זײַנען פֿאַרבײַ זינט ס׳האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה. די לעצטע וועטעראַנען פֿון דעם העלדישן און בלוטיקן קאַמף קעגן די נאַציס גייען אַוועק און טראָגן מיט זיך אַוועק אין דער אייביקייט פֿילצאָליקע אוניקאַלע זכרונות, וועלכע זײַנען אין ערגעץ ניט פֿאַרנאָטירט אָדער ניט באַשריבן געוואָרן. מיר, זייערע נאָענטע, קערן זיך אום צו דעם, וואָס לעבט נאָך אין אונדזער זכּרון פֿון זייערע דערציילונגען און בריוו פֿון פֿראָנט.

ווען מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט אונדזער משפּחה אין רחובֿות באַגלייט אין איר לעצטן וועג מײַן עלטערע שוועסטער, ד״ר איזאַבעלע פּינקוס ז״ל (פֿון דער היים פֿײַגענבערג), האָב איך אין מײַן אַרכיוו געפֿונען אירע בריוו פֿון פֿראָנט און מײַן אייגענע סקיצע וועגן איר, געשריבן דעמאָלט אין ייִדיש.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט 75 יאָר צוריק, אין די טעג צווישן דעם 17טן אויגוסט און דעם 1טן סעפּטעמבער 1934, איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען דער ערשטער צוזאַמענפֿאָר פֿון סאָוועטישע שרײַבער, וואָס האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר אַ נײַער תּקופֿה אין דער סאָוועטישער קולטור — די תּקופֿה פֿון דעם אַזוי-גערופֿענעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם. דער צוזאַמענפֿאָר האָט געשאַפֿן דעם סאָוועטישן שרײַבער-פֿאַראיין, אַ מין מיניסטעריום פֿאַר ליטעראַטור.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק, קהילה־לעבן
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דזשעני מערקין, איינע פֿון מײַנע אַמאָליקע סטודענטקעס, האָט זיך ווידער רעגיסטרירט און גענומען אַ סעמעסטער מיט מיר. יענע וואָך האָט זי מיר דערלאַנגט אַן אַרבעט, באמת אַ גאַנצע שטודיע וועגן איר משפּחה וואָס אַ טייל פֿון זיי האָבן געוווינט אין פּוילן, אַריבער קיין דײַטשלאַנד און צום סוף קיין בעלגיע. זי דערציילט אַז אין 1940, ווען די דײַטשן זײַנען באַפֿאַלן בעלגיע, דעם זעלבן פֿרײַטיק, האָט איר זיידע, זײַן עלטערער ברודער, עלטערע שוועסטער, זייערע עלטערן, די באָבע־זיידע פֿון טאַטנס צד,

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

הײַנט, ווען עס פֿאַלן אויס די ימים־נוראים, ברענגען מיר די לידער וואָס ייִדישע דיכטער האָבן אין פֿאַרשיידענע צײַטן געשאַפֿן וועגן ראָש־השנה און יום־כּיפּור. אין די לידער הערן זיך די ברכות און גוטע וווּנטשן, מען הערט דאָס בלאָזן פֿון די תּקיעות.