חורבן, פּובליציסטיק
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאָקטער איזאַבעלע פֿײַגענבערג אויפֿן סטאַלינגראַדער פֿראָנט
דאָקטער איזאַבעלע פֿײַגענבערג אויפֿן סטאַלינגראַדער פֿראָנט

זיבעציק יאָר זײַנען פֿאַרבײַ זינט ס׳האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה. די לעצטע וועטעראַנען פֿון דעם העלדישן און בלוטיקן קאַמף קעגן די נאַציס גייען אַוועק און טראָגן מיט זיך אַוועק אין דער אייביקייט פֿילצאָליקע אוניקאַלע זכרונות, וועלכע זײַנען אין ערגעץ ניט פֿאַרנאָטירט אָדער ניט באַשריבן געוואָרן. מיר, זייערע נאָענטע, קערן זיך אום צו דעם, וואָס לעבט נאָך אין אונדזער זכּרון פֿון זייערע דערציילונגען און בריוו פֿון פֿראָנט.

ווען מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט אונדזער משפּחה אין רחובֿות באַגלייט אין איר לעצטן וועג מײַן עלטערע שוועסטער, ד״ר איזאַבעלע פּינקוס ז״ל (פֿון דער היים פֿײַגענבערג), האָב איך אין מײַן אַרכיוו געפֿונען אירע בריוו פֿון פֿראָנט און מײַן אייגענע סקיצע וועגן איר, געשריבן דעמאָלט אין ייִדיש. דאָס איז געווען איינע פֿון עטלעכע קאָרעספּאָנדענצן וועגן העלדישקייט פֿון ייִדישע פֿראָנט־קעמפֿער אין דער רויטער אַרמיי, וועלכע איך, דעמאָלט אַ יונגע זשורנאַליסטקע און אַ מאַמע פֿון אַ קליין קינד, האָב דאַן אויפֿן סמך פֿון בריוו און דאָקומענטן אָנגעשריבן. איך בין מיט דעם געקומען אין ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס האָט זיך געפֿונען אין קוּיבישעוו (סאַמאַרע), וווּ אויך מיר, פּליטים פֿון ליטע, האָבן געוווינט. אין קאָמיטעט האָט מען מיר פֿאָרגעשלאָגן, איך זאָל דאָס בײַ זיי לייענען אין ראַדיאָ פֿאַר ייִדן אין אויסלאַנד, און איך האָב דאָס אַ פּאָר מאָל געטאָן.

איך האַלט פֿאָרזיכטיק אין האַנט די פֿאַרגעלטע, אויסגעריבענע בלעטלעך פֿון מײַן סקיצע וועגן בעלען, כּדי צו איר אָנדענק זיי ווידער ברענגען צום לעבן:

ווער ס׳געדענקט בעלען, דעם דאָקטער פֿײַגענבערגס טאָכטער פֿון ווילנע, געדענקט זי מיט איר שטענדיקן קלינגענדיקן געלעכטער, צי אין דער ייִדישער גימנאַזיע פֿון סאָפֿיע מאַרקאָוונע גורעוויטש, צי שפּעטער אין די סטודענטישע יאָרן אויפֿן עק פֿון ייִדישן מכּבי־באַסיין — שטענדיק אַ לעבנסלוסטיקע, אַן אַקטיווע, אַן ענערגישע.

שוין באַלד אָנדערטהאַלבן יאָר פֿירט זי אָן מיט אַ סאַניטאַרן־בריגאַדע אויף די פֿאָדערשטע ליניעס פֿונעם פֿראָנט.

בעלע איז אַ מיליטערישער דאָקטער, אַ כירורג. זומער איז זי מיט איר מיליטער־איינהייט אַריבערגעפֿירט געוואָרן אין סטאַלינגראַדער געגנט, וווּ זי האָט אַ געוויסע צײַט געאַרבעט ווי הויפּט־דאָקטער פֿון אַ שפּיטאָל. אָבער באַלד איז געקומען אַ באַפֿעל: צום מאַרש! און מען האָט זיך ניט באַוויזן אַרומצוקוקן, ווי בעלע מיט אירע מיידלעך, מיט איר סאַניטאַרן־בריגאַדע זײַנען שוין אָנגעקומען אויף דער פֿאָדערשטער ליניע.

יעדער מענטש, וואָס האָט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט־מלחמה ווייסט, וואָס פֿאַר אַ בלוטיקע קאַמפֿן זײַנען טאָג־טעגלעך, יעדע שעה, געפֿירט געוואָרן אין סטאַלינגראַד און וואָס פֿאַר אַ דעצידירנדיקע ראָלע דער נצחון איבער די דײַטשן אויפֿן סטאַלינגראַדער פֿראָנט האָט געשפּילט פֿאַרן ווײַטערדיקן פֿאַרלויף פֿון דער מלחמה. איך דערמאָן עס הײַנט פֿאַר די ייִנגערע דורות לייענער פֿון "פֿאָרווערטס", זיי זאָלן פֿאַרשטיין דעם זין פֿון מײַן סקיצע.

פֿאָטאָ־קאָפּיע פֿון פֿײַגענבערגס אַ בריוו אַהיים, צו די עלטערן און שוועסטער
פֿאָטאָ־קאָפּיע פֿון פֿײַגענבערגס אַ בריוו אַהיים, צו די עלטערן און שוועסטער

ס׳האָבן געדונערט אויפֿרײַסן פֿון אַוויאָ־באָמבעס. די פֿאַשיסטישע פּיראַטן זײַנען אָנגעפֿלויגן אויף אַן אָרט, וווּ ס׳זײַנען נאָך דער שלאַכט געלעגן אונדזערע פֿאַרוווּנדעטע. די באָמבעס פֿלעגן עקספּלאָדירן, האָגלענדיק אויף אַלע זײַטן מיט שפּליטערס. און אין סאַמע קריטישסטן מאָמענט, ווען ס׳האָט געדראָט מיט פּאַניק, האָט די איבערגעגעבענע סאָוועטישע פּאַטריאָטקע בעלע פֿײַגענבערג געגעבן אַ קאָמאַנדע: 'סאַניטאַרן, נאָך מיר! אַלע אויף די ערטער!’ איר פֿעסטע שטים האָט מענטשן צוגעגעבן מוט און די אַרבעט איז אַוועק.

אין שווערע באַדינגונגען האָט בעלע פֿײַגענבערג מסירת־נפֿשדיק געגעבן הילף די פֿאַרוווּנדעטע רויט־אַרמייער און קאָמאַנדירן. צוזאַמען מיט דער קראַנקן־שוועסטער נאַטאַשאַ פּאַנקאָוואַ האָט זי געאַרבעט פֿיל שעהען נאָך אַנאַנד, ניט וויסנדיק פֿון קיין מידקייט...

דאָס איז געווען אַ נאָטיץ פֿון פּאָליטרוק (פּאָליטישער אָנפֿירער) אַ. שילאָוו אין דער אַרמיייִשער צײַטונג פֿון סטאַלינגראַדער פֿראָנט "Вперёд, за Родину" (פֿאָרויס, פֿאַרן פֿאָטערלאַנד) נומ׳ 96 פֿון 31סטן אויגוסט 1942. דאָס בלעטל פֿון דער צײַטונג איז אָנגעקומען פֿון בעלען צו אונדז אַהיים צוזאַמען מיט איר בריוו, אין וועלכן זי שרײַבט וועגן דעם, ווי שווער עס איז איר געווען אַליין אַרויסצוטראָגן פֿאַרוווּנדעטע פֿון אונטערן פֿײַער; אַליין זיי אַרויפֿלייגן אויפֿן אָפּעראַציע־טיש און זיי אָפּערירן. "מאַמע, טײַערע", שרײַבט זי אין איר בריוו, "ביסט אַליין געווען אַ קראַנקן־שוועסטער אויפֿן פֿראָנט בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, דאַרפֿסטו דאָס וויסן. איך האָב זיך ביז אַהער ניט פֿאָרגעשטעלט, ווי שווער דאָס איז. אָבער דאָס פֿאַרשטיין, אַז איך מוז עס טאָן, גיט מיר צו כּוח אויסצופֿירן יעדע, אַפֿילו די שווערסטע און געפֿערלעכסטע אַרבעט".

און אָט איז נאָך אַ פּרט, וועלכן זי האָט אונדז מיטגעטיילט: "די פֿאַרוווּנדעטע, געבראַכטע פֿונעם שלאַכטפֿעלד, האָב איך אָפּגעפֿירט דאָ דערנעבן בײַ דער פֿאָדערשטער ליניע אין אַ מעדיצינישן געצעלט. געהאָלפֿן האָבן מיר אַ שוועסטער און אַ סאַניטאַרקע. מיר האָבן געאַרבעט אויף די קני, ווײַל די דײַטשן פֿלעגן באַשיסן דאָס געצעלט".

אָבער איך קער זיך צום המשך פֿון מײַן סקיצע:

ווען די רויטע אַרמיי האָט אויפֿן סטאַלינגראַדער פֿראָנט אָנגעהויבן אָנגרײַפֿן, איז בעלע פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אין לינקן שליסלביין. מען האָט איר פֿאָרגעלייגט צו פֿאָרן אַהיים, אין הינטערלאַנד, זיך היילן, זי האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט, ניט ווילנדיק אָפּשטיין פֿון איר מיליטער־טייל. זי איז צוגעפֿאָרן אין דעם בײַפֿראָנט־שפּיטאָל, אָבער זיך דאָרט אַפֿילו ניט אָפּגערוט. 'אַז מען לייגט זיך שוין אַוועק, טויג ניט’, האָט זי געשריבן אַהיים. און טאַקע דאָ, היילנדיק זיך, צוגעטראָטן צו דער אַרבעט: געשריבן קראַנקייט־געשיכטעס, אָנגעפֿירט מיט קולטור־אַרבעט צווישן די פֿאַרוווּנדעטע, אָרגאַניזירט פֿאַר זיי קאָנצערטן. און אַז ס׳זײַנען ניט געווען קיין אַרטיסטן, פֿלעגט זי אַליין אויפֿטרעטן פֿאַרן עולם — שפּילן אויף איר באַיאַן, זינגען, עפּעס פֿאָרלייענען.

ס׳פֿאַרהיילט זיך די וווּנד, קומט בעלע ווידער אויף די פֿאָדערשטע פּאָזיציעס. נאָכן ליקווידירן דעם סטאַלינגראַדער פֿראָנט פֿאָרט זי מיט איר טייל אַריבער אויפֿן צענטראַלן פֿראָנט. זי קומט אין שטעטלעך און דערפֿער, וואָס זײַנען נאָר וואָס באַפֿרײַט געוואָרן פֿון די דײַטשישע אָקופּאַנטן און העלפֿט צוריקשטעלן דאָס לעבן אין זיי. זי קומט מיט אירע מעדיצינישע מכשירים, מיט איר באַיאַן, מיטן מונטערן ליד אויף די ליפּן, מיט איר יונגער בריגאַדע מיידלעך, כּדי אַרײַנצוטראָגן אין די אויסגעליטענע געגנטן היילונג און לעבן.

און אָט זײַנען אין קורצן די ווײַטערדיקע עטאַפּן פֿון בעלעס לעבן: פֿאַרן אָנטייל אין די שלאַכטן בײַ סטאַלינגראַד ווערט זי באַלוינט מיטן אָרדן פֿון "רויטן שטערן". נאָך דעם, ווי זי איז געווען פֿאַרוווּנדעט בלײַבט זי אויפֿן פֿראָנט ביזן סוף פֿון דער מלחמה. דאַן קערט זי זיך אום אַהיים, קיין ווילנע, האָט חתונה, ספּעציאַליזירט זיך ווי כירורג־אָרטאָפּעד, היילט קראַנקע אויף ביינער־טובערקולאָז. צוזאַמען מיט איר משפּחה איז זי אין יאָר 1957 עולה קיין ישׂראל און נעמט אָנטייל ווי אַ דאָקטער אין אַלע מלחמות — אין דער זעקס־טאָגיקער, יום־כּיפּור־מלחמה, אין קאַמף קעגן די טעראָריסטן. זי אַרבעט אין שפּיטאָל "קאַפּלאַן" אין רחובֿות, איז באַליבט בײַ די פּאַציענטן.

אַ באַקאַנטע ספּאָרטלערין, טובֿה לאַנען, וועלכע האָט שוין צו 16 יאָר געשפּילט אין אַ האַנדבאָל־מאַנשאַפֿט, און האָט דערשפּירט שאַרפֿע ווייטיקן אין אַ קני (אַ מיניסק), האָט מיר דערציילט: "אין משך פֿון צוויי חדשים האָט אײַער שוועסטער געהיילט מײַן קני, מאַכנדיק יעדע וואָך אײַנשפּריצונגען, נאָך דעם געשיקט מיך אויף פֿיזירטעראַפּיע, און ס׳איז געוואָרן אויף אַזוי פֿיל בעסער, אַז איך האָב ווײַטער געקענט זיך פֿאַרנעמען מיט ספּאָרט. איין מאָל, בעת אַ מאַטש, ווען אונדזער ישׂראל־מאַנשאַפֿט האָט געשפּילט קעגן אַ מאַנשאַפֿט פֿון דײַטשלאַנד, האָב איך צווישן די צושויער דערזען מײַן דאָקטער מיט איר מאַן. זיי זײַנען געקומען זען ווי איך שפּיל. דאָס איז פֿאַר מיר געווען אַ גרויסער פֿאַרגעניגן".

מענטשן גייען אַוועק פֿון דער וועלט, אָבער אויב אין הערצער פֿון אַנדערע בלײַבן וועגן זיי אַזעלכע זכרונות און געפֿילן, לעבן זיי ווײַטער...