‫פֿון רעדאַקציע

די רעגירונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן דריקט אויס איר אומרו אין שײַכות מיט דער דערקלערונג פֿונעם ווענעזועלער פּרעזידענט כוגאָ טשאַוועס, אַז דער קרעדיט אין 2.2 ביליאָן דאָלאַר, וואָס ער האָט אויסגעשנאָרעט בײַ זײַן רוסלענדישן קאָלעגע און פֿרײַנד, דמיטרי מעדוועדיעוו, בעתן לעצטן באַזוך אין מאָסקווע, וועט אויסגעניצט ווערן אויף צו קויפֿן בײַ רוסלאַנד סאָפֿיסטיקירט געווער, דהײַנו: 92 טאַנקען T-72, רעאַקטיווע סיסטעמען "סמערטש" און די קעגנראַקעטן־קאָמפּלעקסן C-300. דערבײַ האָט דער פֿלאַמיקער חבֿר כוגאָ באַמערקט, אַז "האָבנדיק די דאָזיקע ראַקעטן, וועט זײַן זייער שווער צו אַטאַקירן אונדז" — און צוגעגעבן: "אין גיכן וועלן מיר אָנשטעלן די סיסטעמען אויף אַלע אונדזערע פֿײַנט, וואָס וועלן זיך באַווײַזן אויפֿן האָריזאָנט".

ווער עס זײַנען די פֿײַנט פֿון כוגאָ טשאַוועסן איז נישט קיין סוד: קודם־כּל, די שכנותדיקע קאָלומביע, וואָס האָט דערלויבט אַמעריקע צוצוקומען צו אירע מיליטערישע באַזעס, און אַמעריקע גופֿא, ווײַל אַמעריקע שטיצט קאָלומביעס פּלענער אָנצופֿאַלן אויף ווענעזועלע; שוין אָפּגערעדט, אַז וואַשינגטאָן, ווי דער שפּיץ פֿונעם וועלט־אימפּעריאַליזם, רײַסט אונטער ווענעזועלעס עקאָנאָמיע און, צוליב אירע רײַכע נאַפֿט־קוואַלן, חלומט צו פֿאַרכאַפּן דאָס גאַנצע לאַנד.

די אַלע סטראַשונקעס פֿונעם רעוואָלוציאָנערן דיקטאַטאָר וואָלטן אפֿשר נישט אַזוי געאַרט וואַשינגטאָן, ווען מע וואָלט נישט געוווּסט אין "ווײַסן הויז", אַז צווישן די בעסטע חבֿרים פֿון כוגאָ געפֿינט זיך נישט בלויז דער רוסלענדישער פּרעזידענט, מעדוועדיעוו, נאָר אויך דער איראַנישער פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד, וואָס אַ דאַנק זייער נאָענטער פֿרײַנדשאַפֿט האָט איראַן שוין געגרינדעט אַ באַנק אין קאַראַקאַס; דורך קאַראַקאַס קאָן טעהעראַן סוף־כּל־סוף אויך באַקומען די געגאַרטע קעגנראַקעטן־קאָמפּלעקסן C-300, וואָס דירעקט פֿון רוסלאַנד גיט זיך איר דערווײַל נישט אײַן צו באַקומען.

מע מוז אָנערקענען, אַז די "נאַפֿט־טרויקע" — רוסלאַנד, ווענעזועלע, איראַן — איז אַ סכּנותדיקער אַליאַנץ פֿאַר דער הײַנטיקער מערבֿ־וועלט, וואָס שעפּט איר ענערגעטישע קראַפֿט פֿון די נאַפֿט־פּאָמפּעס, וואָס ס'רובֿ פֿון זיי געפֿינען זיך דווקא בײַ אָט דער "טרויקע".

עס באַומרויִקט אויך, אַז דער איצטיקער מאָסקווער קרעדיט פֿאַר קאַראַקאַס איז נישט דער ערשטער; אין די לעצטע יאָרן האָט ווענעזועלע אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיט רוסלאַנד וועגן צושטעלן איר סאָפֿיסטיקירט געווער אויף 4 מיליאַרד דאָלאַר. דיקטאַטאָרן האָבן טאַקע ליב זיך צו באַוואָפֿענען. אָבער שוין זשע דאַרף דאָס קליינע לענדעלע אַזוי פֿיל געווער, כּדי נאָר זיך צו באַשיצן פֿון דער קליינער קאָלומביע?

ווענעזועלע איז סטראַטעגיש זייער אַ באַקוועם אָרט, פֿון וואַנען מע קאָן זיך קעגנשטעלן די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ס'איז גוט סײַ פֿאַר איראַן און סײַ פֿאַר רוסלאַנד. רוסלאַנד און ווענעזועלע האָבן שוין אַפֿילו דורכגעפֿירט פֿאַראַיאָרן בשותּפֿותדיקע מיליטערישע געניטונגען. נאָך מער: חבֿר כוגאָ איז נישט קעגן, אַז רוסלאַנד זאָל אויפֿשטעלן אין ווענעזועלע אירע, רוסישע מיליטערישע באַזעס. רוסלאַנד, פֿון איר זײַט, זאָגט צו ווענעזועלע העלפֿן איר צו אַנטוויקלען נוקלעאַרע ענערגיע, פֿאַרשטייט זיך, מיט "פֿרידלעכע" צילן; פּונקט ווי זי העלפֿט עס צו טאָן אין איראַן (און אויך מיט "פֿרידלעכע" צילן!).

און לסוף, וועגן דעם ברייטהאַרציקן זשעסט פֿונעם ווענעזועלער פּרעזידענט, געמאַכט בעת זײַן לעצטן וויזיט אין מאָסקווע: ער האָט אָנערקענט די אומאָפּהענגיקייט פֿון אַבכאַזיע און דרום־אָסעטיע, די צוויי סעפּאַראַטיסטישע אויטאָנאָמיעס, וואָס רוסלאַנד האָט זיי געהאָלפֿן זיך "אָפּצורײַסן" פֿון גרוזיע. פֿריִער האָט עס געטאָן זײַן פֿרײַנד, דער ניקאַראַגואַנער פּרעזידענט, דאַניעל אָרטעגאַ.

ווי מיר זעען, האָט מאָסקווע אויך ברייטהאַרציק געענטפֿערט אויף דעם ברייטהאַרציקן זשעסט פֿון איר ווענעזועלער חבֿר. בעלנים צו באַקומען אַזעלכע פֿעטע "קרעדיטן" צו מיליטאַריזירן זיך פֿעלן אין דער וועלט נישט אויס. די סכּנה איז, אַז דער מאָסקווער קרעמל איז שוין גרייט הײַנט צו צעפּראַלן זײַנע טויערן אויך פֿאַר אַנדערע שנאָרערס, אַזוי ווי עס האָבן עס אַמאָל געטאָן די פֿריִערדיקע באַלעבאַטים, די סאָוועטישע פֿירערשאַפֿט.