פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין ס׳רובֿ קאַלענדאַר־סיסטעמען אַרום דער וועלט ווערט בלויז איין חודש באַטראַכט ווי דער ערשטער אינעם יאָר. די ערשטע משנה אין דער מסכתּא "ראָש־השנה" דערקלערט אָבער, אַז יעדעס ייִדישע יאָר הייבט זיך אָן, אין אַ געוויסן זין, פֿיר מאָל: אין ניסן, אין אלול, אין תּשרי און אין שבֿט. מיר פּראַווען אַ באַזונדערע "ראָש־השנה" פֿאַר מלכים, פֿאַר מעשׂר־בהמה, פֿאַר תּבֿואה און פֿאַר ביימער.

די ליובאַוויטשער חסידים פּראַווען דעם 19טן כּיסלו — דעם טאָג, ווען רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, דער גרינדער פֿון דער חב״ד־באַוועגונג, באַקאַנט ווי דער "אַלטער רבי", איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער תּפֿיסה — נאָך אַ ספּעציפֿישן מין "חסידישע ראָש־השנה". בײַם סוף פֿונעם חודש כּיסלו, הייבן די קורצע ווינטער־טעג אָן צו ווערן ווידער לענגער; הגם ס׳איז נאָך אַלץ קאַלט און טונקל, פֿאַרשפּרייט זיך שוין אין דער וועלט דער כּוח פֿונעם קומענדיקן פֿרילינג. ס׳איז נישט קיין צופֿאַל, וואָס חנוכּה, ווען מע צינדט אָן יעדן טאָג אַלץ מער ליכט, איז פֿאַרבונדן מיטן ווינטערדיקן זונשטאַנד (Solstice) — תּקופֿת־טבֿת.

די פֿאַרשפּרייטונג פֿון תּורת־החסידות איז אויך אַ סימן פֿון דער קומענדיקער גאולה, וואָס אַנטפּלעקט זיך צו ביסלעך אין דער פֿינצטערניש פֿונעם גלות. דערפֿאַר, לויט דעם חב״ד־חסידות, איז דער "אַלטער רבי" באַפֿרײַט געוואָרן דווקא סוף כּיסלו.

מע דערציילט, אַז דער גרויסער חסידישער צדיק, רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער, האָט אַמאָל איבערגעריסן זײַן תּורה־לערנען בעת דעם ניט־ייִדישן נײַ-יאָר, און געוווּנטשן אַלעמען געזונט און נחת. די ייִדן האָבן זיך פֿאַרחידושט. האָט דער צדיק דערקלערט, אַז אינעם תּהילים שטייט געשריבן: "ה׳ יספּר בכתובֿ עמים" — דער אייבערשטער ציילט לויטן חשבון פֿון די פֿעלקער. די ייִדן לערנען און דאַוונען ראָש־השנה אַ גאַנצן טאָג, און די וועלט פֿאַרברענגט זייער נײַ־יאָר הוליענדיק און טרינקענדיק. ווען דער בית־דין־של־מעלה זעט דעם חילוק, מישפּט ער דאָס ייִדישע פֿאָלק לכף־זכות, אָפּשאַפֿנדיק די שלעכטע גזירות. פֿון דער דאָזיקער מעשׂה זעט מען, אַז אַפֿילו דאָס ניט־ייִדישע נײַ־יאָר, וואָס מע פּראַוועט אויך אַרום דער זעלבער צײַט אין ווינטער, האָט אויך אַ געוויסן גײַסטיקן באַדײַט.

די קאָמפּליצירטע ייִדישע סיסטעם פֿון פֿיר פֿאַרשיידענע "ראָש־השנהס" ווײַזט אָן, אַז אין דעם ציקלישן גאַנג פֿונעם לוח איז נישטאָ, אין דער אמתן, קיין באַשטימטער אָנהייב און סוף. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָן מען זאָגן, אַז יעדער טאָג און יעדער מאָמענט איז אַ שטיקל "ראָש־השנה", ווײַל די וועלט ווערט כּסדר באַשאַפֿן פֿון ס׳נײַ. ווי דער רבי נחמן בראַצלעווער האָט געזאָגט, וועט אַ מענטש תּמיד אַ נײַע באַשעפֿעניש; ווען מע טוט תּשובֿה, בעט מען מחילה פֿאַר די עבֿירות, וואָס ס׳איז באַגאַנגען נישט דער זעלבער מענטש, נאָך זײַן פֿריִערדיקער "ווערסיע", וואָס איז שוין בטל געוואָרן.

אויב אַזוי, פֿאַרוואָס ווערט דווקא איין טאָג אינעם יאָר, ראָש־השנה, באַטראַכט ווי דער "אָפֿיציעלער" אָנהייב פֿונעם יאָר?

אין פֿאַרגלײַך מיטן חודש כּיסלו, ווערט סײַ ניסן, סײַ דער קומענדיקער חודש, תּשרי, אַסאָציִיִרט מיט דער גלײַכנאַכט (Equinox). דערצו, איז דער מזל פֿון תּשרי — מאָזנים, די וואָג (Libra). אַזאַ "פּאָזיציע" פֿונעם חודש סימבאָליזירט דעם באַלאַנס צווישן די היפּוכדיקע כּוחות פֿון ליכט און פֿינצטערניש אינעם אוניווערס, ווי אויך דעם ענין פֿון דין, ווען עס ווערן געעפֿנט די הימלישע ספֿרים פֿון לעבן און טויט. דער כּוח פֿון תּשובֿה העלפֿט אויסצומײַדן דעם חושך, און אַנטפּלעקן שׂימחה און ליכטיקייט אין אַלע געביטן פֿונעם וועזן.

אַחוץ די ענלעכע אַסטראָנאָמישע "פּאָזיציעס", איז פֿאַראַן אַן אינטערעסאַנטער פּאַראַלעל צווישן ניסן און תּשרי, וואָס ווערט דערקלערט אין די חסידות־ספֿרים. די פֿיר זין אין דער פּסחדיקער הגדה שטימען מיט די פֿיר טיילן פֿון תּקיעת-שופֿר: די תּקיעה, אַ לאַנגער, "סאָלידער" קלאַנג, איז מרמז אויף דעם חכם; די שבֿרים, דרײַ צעריסענע קלאַנגען — אויף דעם רשע; די תּרועה, אַ ריי פֿון נײַן קורצע "וויבראַציעס" — אויף דעם תּם, און די לעצטע, לאַנגע "תּקיעה גדולה" — אויף דעם פֿערטן זון, וועלכער ווייסט נישט, ווי צו פֿרעגן.

דער לעצטער טייל פֿון תּקיעת-שופֿר איז דער וויכטיקסטער; מיט דער "תּקיעה גדולה" ענדיקט זיך דער גאַנצער סדר פֿון די תּקיעות. פֿאַרוואָס ווערט דווקא דער לענגסטער, סאַמע "סאָלידער" קלאַנג אַסאָציִיִרט מיט דעם "פֿערטן זון", און נישט מיטן חכם?

ווי עס באַטאָנט רבי נחמן בראַצלעווער, איז "תּכלית הידיעה שלא נדע" — דער תּכלית פֿון אַלע חכמות איז צו פֿאַרשטיין, אַז מע ווייסט גאָרנישט. וואָס מער מע גריבלט זיך אין די טיפֿע סודות פֿון ג־טלעכקייט, אוניווערס און דער מענטשלעכער נשמה, זעט מען אַלץ קלאָרער, אַז מע האָט נאָך גאָרנישט משׂיג געווען. בלויז אַ דילעטאַנט באַרימט זיך, אַז ער ווייסט אַלץ; אַן עכטער חכם פֿאַרשטייט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיטן ג־טלעכן אין־סוף, בלײַבט ער תּמיד אויף דער זעלבער מדרגה, ווי דער "פֿערטער זון" אין דער הגדה.

אין די הייליקע ימים־נוראָים, דערפֿילן מיר אַ ביטול פֿאַרן אייבערשטן. פּאַראַדאָקסיש, כּדי צו טאָן אַ געהעריקע תּשובֿה און דערגרייכן אַ נײַע השׂגה אין עבֿודת-השם, דאַרף דער מענטש זיך דווקא אָפּזאָגן פֿון אַלע מדרגות און זיך מודה זײַן, אַז ער בלײַבט תּמיד בלויז אַזוי ווי אַ קליין קינד, וואָס ווייסט נישט, ווי צו פֿרעגן. ראָש־השנה און יום־כּיפּור דערוועקט זיך דער אינערלעכער "קערן" פֿון דער ייִדישער נשמה, דאָס "פּינטעלע ייִד". מע זעט, אַז אין די דאָזיקע טעג קומען אַפֿילו די סאַמע סעקולערע און אַסימילירטע ייִדן אין שיל אַרײַן; אַ טייל פֿון זיי וואָלט נישט געקאָנט דערקלערן, פֿאַרוואָס פֿילן זיי דווקא דעמאָלט אַ שײַכות צו כּלל־ישׂראל.

וואָס איז, אייגנטלעך, דאָס דאָזיקע "פּינטעלע ייִד"? ס׳איז זיכער נישט דער עטנישער אָפּשטאַם, ווײַל יעדער מענטש קאָן, אין פּרינציפּ, זיך מגייר זײַן. אַחוץ דעם, ווי עס ווערט דערקלערט אין אַ סך הייליקע ספֿרים, זענען אין דער וועלט פֿאַראַן "גײַסטיקע ייִדן" — מענטשן מיט אַ ייִדישער נשמה, וואָס האָבן נישט קיין פֿיזישע פֿאַרבינדונגען מיט די ייִדן. ס׳איז אויך נישט פֿרומקייט, ווײַל דאָס "פּינטעלע ייִד" אַנטפּלעקט זיך, ווי מע זעט, אויך בײַ די ייִדן, וואָס ווייסן ווייניק וועגן הלכות; די מיצוות זענען די כּלי און דער "ברענשטאָף", אָבער נישט דאָס עצם פֿון ייִדישקייט. וואָס מער מע טראַכט זיך אין דעם אַרײַן, אַלץ מער פּאַסט זיך נישט אַרײַן דאָס דאָזיקע "פּינטעלע" אין די פֿאָרמעלע קאָנצעפּציעס און דעפֿיניציעס.

אין דער אמתן, קאָן מען זאָגן די זעלבע זאַך וועגן דער מענטשלעכער נאַטור בכלל. במשך פֿונעם לעבן, בײַט זיך דער מענטש כּסדר — בגשמיות און ברוחניות. ווי דערמאָנט, מע ווערט יעדן טאָג באַנײַט און איבערגעשאַפֿן פֿון ס׳נײַ. פֿאַרוואָס טראַכט אַ זקן, אַז ווען ער איז געווען אַ צוויי־יעריק קינד, איז ער געווען דער זעלבער מענטש? וואָס מער מע קלערט וועגן אָט־דער פֿראַגע, קומט מען צו דעם אויספֿיר, אַז דער מענטש ווערט פֿאַרוואַנדלט במשך פֿונעם לעבן אין אַ סך פֿאַרשיידענע פּערזענלעכקייטן.

די דערמאָנטע משנה זאָגט, אַז דער הײַנטיקער יום־טובֿ איז "ראָש־השנה לשנים" — "דאָס נײַע יאָר פֿאַר די יאָרן". הגם יעדער טאָג איז אַ נײַע וועלט, אַ שטיקל "ראָש־השנה", ווערט אין די ימים־נוראָים באַנײַט די דאָזיקע השׂגה גופֿא. ווען מע טוט תּשובֿה און מע עפֿנט דאָס האַרץ פֿאַרן באַשעפֿער ווי דער "פֿערטער זון", העכער פֿון אַלע חכמות און ידיעות, קאָן מען אַנטפּלעקן אויף אַ גאַנץ יאָר דעם כּוח פֿון שטענדיקן ג־טלעכן חידוש.