פּאָליטיק

דער פּאָליטישער יאַריד אין ישׂראל האָט פֿאָריקע וואָך געקאָכט און געפֿיבערט מיט נתניהוס מיסטעריעזן פֿאַרשווינדן פֿון דעם סדר־היום אויפֿן לוח פון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע. אַלע פֿאַראינטערעסירטע — מ׳קען זאָגן, דאָס גאַנצע לאַנד, די זשורנאַליסטן און דער מלוכישער, פּאַרטיייִשער און דער געזעלשאַפֿטלעכער, יאַריד — אַלע האָבן יענעם טאָג זיך געבראָכן דעם קאָפּ און פּרובירט לייזן דאָס רעטעניש: וווּהין איז נעלם געוואָרן דער שיפֿס־קאַפּיטאַן פֿון דער מדינה, דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו? אויף גאַנצע פֿערצן שעה. ווער וועט אונדז פֿירן, ווער וועט דעצידירן אין דער צײַט פֿון זײַן אָפּוועזנהייט, טאָמער געשעט עפּעס, חלילה, גראָד אין די דאָזיקע שעהן?

אין אַן ענלעכער סיטואַציע האָט, מיט אַ דרײַ צענדליק יאָר צוריק, זיך געפֿונען דער פֿאַרשטאָרבענער פּרעמיער־מיניסטער מנחם בעגין אין דער צײַט פֿון דער ערשטער לבֿנונער מלחמה, ווען ער איז נעלם געוואָרן אויף אַ גאַנצער נאַכט פֿון דעם עפֿנטלעכן סדר־היום פֿון זײַן מלוכישן אַמט. ווי עס האָט זיך שפּעטער אַרויסגעוויזן, איז ער אין יענער נאַכט געפֿאָרן קיין דזשוניאַ, די קריסטלעכע פֿאָרשטאָט אויף צפֿון פֿון ביירוט און האָט זיך דאָרט געטראָפֿן אין געהיים מיטן (שפּעטער דערמאָרדעטן) מנהיג פֿון די מאַראָניטיש־קריסטלעכע מיליציעס, ישׂראלס פֿאַרבינדעטע קעגן דעם שיִיִטיש־מוסולמענישן "אַמאַל". אויף דער פֿראַגע פֿון זשורנאַליסטן וווּ ער איז אהינגעקומען, האָט ער געענטפֿערט, אַז "אַ דזשענטלמען פֿרעגט נישט קיין מאַנסביל, וואָס ער האָט געטאָן בײַנאַכט און מיט וועמען ער האָט פֿאַרברענגט"...

דאָס איז געווען איינע פֿון די פֿילצאָליקע פֿאָרשפּילן צו דער ערשטער לבֿנונער מלחמה, אָבער קיין עפֿנטלעכער סקאַנדאַל איז אַרום אָט דעם נאַכט־באַזוך אין דזשוניע נישט אויסגעבראָכן. דאַקעגן האָט דער געהיימער זײַטנשפּרונג פֿון דעם איצטיקן פּרעמיער־מיניסטער געריכטעט דעם פֿאָקוס פֿון דער עפֿנטלעכער פֿאַראינטערעסירונג צו דעם וואָס עס קומט פֿאָר אין דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע, דהײַנו — צו דעם סקאַנדאַל, וואָס איז אויסגעבראָכן מחמת דער שלימזלדיקער אויפֿפֿירונג פֿון נתניהוס עצה־געבערס אין דעם נערוון־שטאַב פֿון דער מדינה...

ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן איז דער ווײַסער פֿלעק אויף זײַן לוח אין דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע געווען אַ רעטעניש — שיִער נישט אַזוי ווי אַ שוואַרצער פֿלעק אין דער קאָסמישער גאַלאַקסיע, און אַזאַ שטרענגע געהיימעניש, אין וועלכער עס זענען נישט געווען אָנפֿאַרטרויט די סאַמע נאָענטסטע און פֿאַרטרוילעכסטע פֿון צווישן זײַנע פֿאַרטרויונגסלײַט. דעם אַנדערן צומאָרגנס, מיטן דערשײַנען פֿון דער אַרויסגעטריפֿטער ידיעה ווי אַ "סקופּ" פֿון שמעון שיפּער, דעם פּאָליטישן קאָרעספּאָנדענט פֿון "ידיעות אחרונות", איז דאָס גרויסע געהיימעניש געוואָרן אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד: נתניהו איז מאָנטיק פֿאַרטאָג, דעם 7טן סעפּטעמבער, אָפּגעפֿלויגן קיין רוסלאַנד אויף אַ געהיימער באַגעגעניש מיטן רוסישן פּרעמיער־מיניסטער, וולאַדימיר פּוטין.

די ידיעה איז דערשינען, ווי געזאָגט, דעם אַנדערן טאָג. וועגן דעם אינהאַלט און די טעמעס פֿון דער באַגעגעניש, וועלכע איז, אַגבֿ, אויך געוואָרן אָפּגעלייקנט דורך דעם וואָרטזאָגער פֿון דער רוסישער רעגירונג, האָט אויך דער אינפֿאָרמירטער מחבר פֿון דעם "סקופּ" נישט געוווּסט — און אויב ער האָט יאָ געוווּסט, האָט אים די צענזור פֿאַרווערט דאָס צו ברענגען פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט. דאָך, האָט ער אַרויסגערוקט די סבֿרה, אַז די עיקרדיקע סיבה פֿון דער נסיעה קיין מאָסקווע איז געווען — צו באַווירקן דעם רוסישן פּרעמיער ער זאָל מבֿטל מאַכן די געווער־טראַנזאַקציע מיט איראַן און אים דערמאָנען, וואָס ער האָט אים בשעתּו געהאַט צוגעזאָגט, נאָך דעם ווי ישׂראל האָט באַוויליקט צו דערפֿילן זײַן פֿאָדערונג און האָט אָפּגעשטעלט אירע געווער־ליפֿערונגען פֿאַר גרוזיע, מיט וועמען רוסלאַנד האָט געפֿירט מלחמה.

די אָפֿיציעלע ווערסיע פֿון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע איז אָבער געווען, ווי געזאָגט, אַז דער פּרעמיער געפֿינט זיך אויף אַ באַזוך אין אַ מיליטערישן אָביעקט.

אַזאַ אינפֿאָרמאַציע עפֿנט, געוויינטלעך, אַ סעריע פֿון כּלערליי ספּעקולאַטיווע אָנצוהערענישן. אַן אַראַבישע צײַטונג האָט געוווּסט צו דערציילן, אַז נתניהו געפֿינט זיך אין אַן אַראַביש לאַנד און פֿירט דאָרט געהיימע געשפּרעכן. אָבער, ווי עס האָט זיך שפּעטער אַרויסגעוויזן, האָט אויך דער אינפֿאָרמאַטאָר אַליין, דהײַנו דער וואָרטזאָגער פֿון דער קאַנצעלאַריע און נתניהוס ראַטגעבער פֿאַר די ענינים פֿון דער מעדיאַ, ניר חפֿץ, וועלכער האָט לכתּחילה פֿאַרעפֿנטלעכט די ידיעה, נישט געוווּסט, וווּ זײַן באָס איז אַהינגעקומען. ער האָט נאָר אויסגעפֿירט דעם פֿאַרלאַנג פֿון נתניהוס מיליטערישן סעקרעטאַר, אלוף (קאָלאָנעל) מאיר כַליפי’, וועלכער האָט אַליין אויך, קענטיק, נישט געוווּסט און האָט "אויף זײַן אייגענער האַנט", ווי מען זאָגט, אַרויסגעלאָזט די שקרדיקע ידיעה. זי איז געוואָרן איבערגעחזרט אין דער אָפֿיציעלער מיטטיילונג פֿון דער אַרמיי. אין דעם איז אויך געוואָרן אַרײַנגעצויגן די מיליטערישע צענזור.

"לשקר אין רגלים" — זאָגט דאָס העברעיִשע קלוגווערטל, וואָס זײַן ווערטלעכער טײַטש איז, אַז דער ליגן האָט נישט קיין פֿיס; איז דערפֿון אין דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר אַרויסגעקומען דער באַפֿליגלטער אַפֿאָריזם, אַז — דער שקר פֿאָרט אין אַ קאַרעטע (טאַקע ווײַל ער האָט נישט קיין פֿיס) און דער אמת גייט צופֿוס...

בײַ דער הײַנטיקער טעכנאָלאָגיע קאָן מען אָבער מיט קיין קאַרעטע ווײַט נישט דערפֿאָרן — פאַרמאָגט דערפֿאַר דער שקר פֿליגלען, וואָס האָבן אים פֿליגלשנעל צעטראָגן איבערן גאַנצן לאַנד, און דאָס גאַנצע לאַנד האָט זיך געבראָכן דעם קאָפּ און געוואָלט דערגיין דעם רעטעניש אין וואָס פֿאַר אַ זיכערהייט־אָביעקט פֿאַרברענגט איצט דער מדינה־קאַפּיטאַן און אין וואָס פֿאַר אַ זיכערהייט־געפֿאַר געפֿינט זיך איצט די מדינה...

אין דער צײַט ווען די באַפֿעלקערונג פֿון לאַנד האָט זיך, אין יענע ליידיקע פֿערצן שעה געבראָכן דעם קאָפּ איבער דעם רעטעניש, האָבן די הויכע באַאַמטע און די אַנדערע נאָענטע פֿאַרטרויונגסלײַט פֿון דעם פּרעמיער זיך געשלאָגן מיט דער דעה צווישן זיך, און אין קעגנזײַטיקער קינאה, וועגן זייערע אמתדיקע קאָמפּעטענצן צו דערשײַנען אין נאָמען פֿון דעם פּרעמיער פֿאַר דער מעדיאַ און פֿאַר דעם ציבור, וועמען דער פּרעמיער־מיניסטער איז מחויב צו געבן אַ דין־וחשבון פֿון זײַנע מלוכישע האַנדלונגען.

נתניהו האָט לכתּחילה געדאַרפֿט פֿאַרשטיין, אַז דאָס "פֿאַרשווינדן" פֿון אַ מדינה־פֿירער בײַ מיסטעריעזע אומשטענדן וועט אַרויסרופֿן אַ פּאַניק, אַ שטורעם אין דער מעדיאַ און אין דער גאַנצער עפֿנטלעכער אינפֿאַרמירונגס־דינסט, און קען ברענגען שאָדן דער מדינה. דער צײַט־קאַלענדאַר פֿון דער מדינה־פֿירונג פֿאַרטראָגט נישט קיין ווײַסע און נישט קיין שוואַרצע פֿלעקן.

אָבער בנימין נתניהו, וועלכער רעקלאַמירט זיך מיט זײַן לאַנג־יאָריקער דערפֿאַרונג, האָט פֿון איר אין דער אמתן קיין סך נישט געלערנט. ער איז געבליבן, אַזוי ווי ער איז געווען, אַ פּאַניקמאַכער און אַ באַרימער וואָס שייך "געהיימע אָפּעראַציעס", אַפֿילו אויך, ווען ער האָט אין זיי קיין חלק נישט געהאַט. אַזוי, למשל, האָט ער זיך באַרימעריש צוגעשריבן דעם "קרעדיט" פֿון אַ כּלומרשטן שותּף צו דער באָמבאַרדירונג פֿון דעם אַטאָמישן אָביעקט אין סיריע — אין דער צײַט ווען זײַן פֿאָרגייער אהוד אָלמערט האָט אַ לאַנגע צײַט מצליח געווען צו היטן דעם סוד. אַרויסגעוויזן האָט זיך, אַז נתניהוס "חלק" אין דער געהיימער אָפּעראַציע איז באַשטאַנען אין זײַן טעלעפֿאָנישער באַגריסונג פֿאַר איר הצלחה...

נאָך די געהיימנישפֿולע 14 שעה האָט זיך נתּנהיו בשלום צוריקגעקערט אין לאַנד מיטן פּריוואַטן עראָפּלאַן פֿון זײַן פֿרײַנד, דעם מיליאַרדער (מיליאָנערן זײַנען שוין הײַנט נישט קיין יחסנים) י. מימן, און האָט זיך גלײַך גענומען גרייטן צו זײַן באַגעגעניש מיטן עגיפּטישן פּרעזידענט מובאַראַק, וואָס איז צושטאַנד געקומען הײַנטיקע וואָך אין מצרים. אויך דאָס האָט לכתּחילה געזאָלט געהאַלטן ווערן בסוד. אַפֿילו דער אַמבאַסאַדאָר איז וועגן איר נאָך נישט געווען אינפֿאָרמירט. דער סוד האָט זיך אָבער גאָר גיך אויפֿגעדעקט — און דאָס מאָל גראָד אין זכות פֿון... אַ פֿיש: ווען דער "שעף" אין דער קיך פֿון פּרעזידענט מובאַראַק האָט זיך אָנגעפֿרעגט בײַ דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין קאַיִר, וואָס פֿאַראַ פֿיש האָט נתניהו ליב מען זאָל פֿאַר אים צוגרייטן צו דער סעודה?...

די געשמאַקע סעודה האָט נישט געהאָלפֿן צום פֿאַרקלענערן דעם תּהום פֿון די חילוקי־דעות, וואָס דערווײַטערן מיט יעדן יאָר די שאַנסן צו דערגרייכן דעם שלום צווישן ישׂראל און דער אַראַבישער וועלט, דורך אַ שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. וואָס שײַך די אויסערלעכע אומשטענדן און דער איצטיקער געמיינשאַפֿט פֿון די אינטערעסן אין דעם ראַיאָן, אין אָנבליק פֿון דער וואַקסנדיקער בשותּפֿותדיקער געפֿאַר מצד איראַן, איז נאָך קיינמאַל נישט געווען אַזאַ גינסטיקע געלעגנהייט פֿאַר אַ היסטאָרישער ווענדונג. עס איז נאָך אָבער קיינמאָל נישט געווען אין ישׂראל אַ רעגירונג, וואָס זאָל זײַן אַזוי נעגאַטיוו אײַנגעשטעלט און אַזוי נישט רײַף אײַנצוגיין אויף אַ היסטאָרישער פּשרה... עס האָט זיך פֿאַרלאַנגט אַ קאָלאָסאַלער אָנשטרענג און אַ שטאַרקער דרוק פֿון דער אַמעריקאַנער גרויסמאַכט אונטער אָבאַמאַ און פֿון דעם מצרישן שכן אונטער מובאַראַק, כּדי אַרויסצוקריגן פֿון דעם פּרעמיער נתניהו כּמעט שטאַמלענדיק די צוויי ווערטער "פּאַלעסטינער מדינה", כּדי צו דערמעגלעכן דאָס באַנײַען די איבערגעריסענע געשפּרעכן מיט אַבו מאַזען, דעם מנהיג פֿון די פּאַלעסטינער. אַ קורצע וואָך פֿאַר דער געפּלאַנטער באַגעגעניש מיט אים און מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט די קומענדיקע וואָך, דעם 23סטן סעפּטעמבער, בעת דער סעסיע פֿון דער גענעראַל־אַנסאַמבלעע פֿון דער "יו־ען" אין ניו־יאָרק, איז נאָך אַלץ נישט קלאָר, צי דער צוזאַמענטרעף פֿון די דרײַ מנהיגים וועט פֿאָרקומען און צי דער שלום־פּראָצעס וועט באַנײַט ווערן — צוליב די קעגנזײַטיקע פֿאָרבאַדינגען, און דעם אינמיטן אַרײַנגערוקטן פֿלאָקן פֿון דעם בוי־פּראָיעקט פֿון די 455 נײַע וווין־איינהייטן אין מיזרח־ירושלים. דער דערפאָלג פֿון די פֿאַרמיטלונגס־געשפּרעכן פֿון אַבאַמאַס שלום־שליח, דזשאָרדזש מיטשעל, אין ירושלים און אין ראַמאַלאַ, וועט וועגן דעם דעצידירן.

עס איז ווערט צו באַטאָנען, אַז די באַגעגעניש צווישן נתניהו און מובאַראַק איז פֿאָרגעקומען דעם 13טן סעפּטעמבער — גענוי אין דער זעלבער דאַטע, אין וועלכער עס איז מיט 16 יאָר צוריק געוואָרן אונטערגעשריבן אין וואַשינגטאָן די "אָסלאָ־פֿאַרשטענדיקונג" און די פֿאָרמעלע איבערבעטונג צווישן די פּאַלעסטינער און די ייִדן. אין שײַכות דערמיט שרײַבט איצט איתן האַבער, וועלכער איז געווען דער פֿאַרוואַלטער פֿון ראַבינס פּרעמיער־קאַנצעלאַריע, אַז די וואָס האָבן זיך דעמאָלט קעגנגעשטעלט דעם הסכּם, באַצייכענענדיק זײַנע מחברים ווי "די פֿאַרברעכערס פֿון אָסלאָ" און האָבן דערפֿירט מיט זייער העצע צו ראַבינס מאָרד — זײַנען שוין איצט גרייט אײַנצוגיין אויף אַ סך גרעסערע פּשרות, און אין דער צוקונפֿט וועט דער פּרײַז זײַן נאָך אַ סך האַרבער. און ער פֿרעגט ("ידיעות אחרונות" 13.9.2009): ווער פֿון די דעמאָלטיקע שרײַערס קעגן אָסלאָ ווייסט דען הײַנט, אַז אין דעם הסכּם פֿון אָסלאָ ווערן אַפֿילו נישט דערמאָנט די ווערטער "פּאַלעסטינער מדינה"?

עס איז מערקווערדיק די צופֿעליקע קאָנאָטאַציע, וואָס געוויסע ציפֿערן רופֿן אַרויס אין דעם היסטאָרישן זכּרון. אין דער צײַט ווען עס האָבן זיך אָנגעהויבן אין קאַיִר — נאָך סאַדאַטס באַזוך אין ירושלים מיט 32 יאָר צוריק — די געשפּרעכן, וואָס האָבן צום סוף געברענגט דעם שלום צווישן ישׂראל און מצרים, האָט דער פּרעסע־צענטער פֿאַר די זשורנאַליסטן, וואָס זײַנען דעמאָלט געקומען פֿון ישׂראל און פֿון דער גאַנצער וועלט, געווען אין דעם צימער נומער 242. דאָס איז געווען אַ סימבאָלישע ציפֿער — דער נומער פֿון דער רעזאָלוציע פֿונעם זיכערהייטס־ראַט, וואָס האָט געדינט ווי די באַזע פֿאַר אַ צוקונפֿטיקן שלום מיט ישׂראל אין די גרענעצן פֿון דער "גרינער ליניע" פֿון פֿאַר דער 6־טאָגיקער מלחמה פֿון יוני 1967.

דער דאָזיקער נומער ווערט שוין לאַנג נישט דערמאָנט אין דעם פּאָליטישן לעקסיקאָן, צוזאַמען מיטן באַשלוס פֿון דער "יו־ען"; און די מנהיגים פֿון ישׂראל טוען אַלץ, אַז די וועלט זאָל אים פֿאַרגעסן. אָבער אַלע אַמעריקאַנער און אייראָפּעיִשע פּלענער פֿאַר אַ לייזונג אין מיטעלן מיזרח באַזירן זיך אויף דעם "יו־ען"־באַשלוס נומער 242, וועלכער שטעלט פֿעסט, אַז יעדע לייזונג פֿון דעם קאָנפֿליקט אין דעם ראַיאָן דאַרף זיך שטיצן אויף ישׂראלס צוריקקער צו די גרענעצן פֿון פֿאַר יוני 1967. צי האָבן אויך די מנהיגים פֿון דעם ראַיאָן עפּעס געלערנט פֿון דער דאָזיקער דערפֿאַרונג?

זאָל דאָס נײַע יאָר אונדז דערנענטערן צום שלום — און נישט דערווײַטערן פֿון אים.

תּל־אָבֿיבֿ, 15טער סעפּטעמבער 2009