מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
לעאָ צייטלין
לעאָ צייטלין

Leo Zeitlin ״Chamber Music״
Ed. Paula Eisenstein Baker 
and Robert S. Nelson
A-R Editions, Inc. 2009

נאָך אַ סך יאָרן פֿון פֿאָרש־אַרבעט, נישטערן אין די אַרכיוון, און זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט מענטשן, וואָס זענען צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט, האָט די פּראָפֿעסאָרין פּאָלאַ אײַזנשטײַן־בייקער פֿון היוסטאָן, טעקסאַס, געפֿונען, רעדאַקטירט און צוזאַמענגעשטעלט די זאַמלונג פֿון קאַמער־מוזיק פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר לעאָ צייטלין, אַ וויכטיקער מיטגליד אין דער באַקאַנטער פּעטערבורגער "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק". דער נײַער באַנד ווערט אַרויסגעגעבן מיט דער הילף פֿון ראָבערט נעלסאָן און נעמט אַרײַן 27 קאָמפּאָזיציעס, כּמעט אַלע פֿון זיי באַאַרבעטונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער. לויט פּראָפֿ׳ בייקער האָט מען די ווערק נישט פֿאָרגעשטעלט מער ווי אַ האַלב יאָרהונדערט.

נאָך אַ סך זוכענישן, האָט פּאָלאַ אײַזנשטײַן־בייקער אָפּגעפֿונען די קינדער פֿון צייטלין אין אַמעריקע, און זײַן טאָכטער האָט פֿאַרמאָגט אַ קופֿערט, וואָס זי האָט געירשנט פֿון איר מאַמען, פֿול מיט מוזיק־שאַפֿונגען, קאָנצערט־אַפֿישן און פֿאָטאָגראַפֿיעס. אין די 1920ער יאָרן האָט צייטלען, אַ פּנים, געהאַט פּרנסה, שרײַבנדיק מוזיק פֿאַר שטום־פֿילמען און ראַדיאָ־פּראָגראַמען. אָבער פֿאַר בייקער זענען די כּתבֿ־ידן פֿון צייטלינס קאַמער־מוזיק אינעם קופֿערט געווען דער אמתער אוצר און די דאָזיקע מאַנוסקריפּטן ווערן דאָ אינעם באַנד צום ערשטן געדרוקט.

לעאָ (לייב) צייטלין איז געבוירן געוואָרן אין פּינסק, דעם 7טן דעצעמבער 1884, און געשטאָרבן אין ניו־יאָרק, דעם 8טן יולי 1930. ווען ער איז געווען דרײַצן יאָר אַלט איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין אָדעס, צו שטודירן אין אַ קאָנסערוואַטאָריע, און פֿאַרענדיקט אין 1904, צו נײַנצן יאָר. ער האָט געשפּילט סײַ אויף דער וויאָלאַ, סײַ אויפֿן פֿידל אין די שול־אָרקעסטערס און קוואַרטעטן. ער האָט ממשיך געווען זײַנע מוזיק־שטודיעס, צום טייל, צוליב דעם וואָס מיטן טיטל "פֿרײַער קינסטלער" אין רוסלאַנד צו יענער צײַט, האָט ער געקענט זיך אַרויסדרייען פֿון מיליטער־דינסט און פֿרײַ אַרומפֿאָרן איבערן לאַנד — אַ רעכט, וואָס דער געוויינטלעכער ייִד האָט נישט פֿאַרדינט.

אין 1904 האָט מען אים אָנגענומען אין דער פּעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע און דאָרטן האָט ער שטודירט פֿידל, קאָמפּאָזיציע (מיט רימסקי־קאָרסאַקאָוו) און אינסטרומענטאַציע. אין פּעטערבורג האָט ער זיך באַקענט מיט דער "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק", וואָס האָט צווישן 1909 און 1918 געדרוקט אַכציק אָריגינעלע שאַפֿונגען, פֿיר פֿון זיי, געשריבן פֿון צייטלין: "אלי ציון", אָנערקענט ווי זײַן מײַסטערווערק, "זאָג זשע רביניו", "רב נחמנס ניגון", און "שבת־ליד".

צייטלין איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער מוזיקער און האָט געשפּילט אין די פּעטערבורגער אָרקעסטערס. מסתּמא האָט ער דעמאָלט אויך קאָמפּאָנירט זײַנע ווערק "איבער די הויפֿן" און "ייִדישע מעלאָדיע/רב נחמנס ניגון", וואָס געפֿינען זיך אינעם נײַעם באַנד. אין 1917, ווען די שטאָט איז געוואָרן אומרויִק האָט ער באַקומען אַ פּאָסטן ווי אַ דיריגענט אין יעקאַטערינאָסלאַוו (הײַנט דניפּראָפּעטראָווסק, אוקראַיִנע) וווּ ער האָט חתונה געהאַט. זעקס פֿון די ווערק, געדרוקט אינעם נײַעם בוך, האָט ער דאָרטן געשאַפֿן און פֿאָרגעשטעלט: "געבעט פֿון רב לוי־יצחק", "אלי, אלי", "שוין ניטאָ דער נעכטן", "פּאַטש, פּאַטש, קיכעלעך", "דער קדיש פֿון רב לוי יצחק" און נאָך איינס. דאָס איז אויך געווען אַ שווערע צײַט און דאָס ערשטע קינד צייטלינס איז געשטאָרבן, מסתּמא פֿון די שרעקלעכע באַדינגונגען אין מיטן פֿון דעם בירגערקריג.

פּאָלאַ אײַזנשטײַן־בייקער מיט ראָבערט נעלסאָן
פּאָלאַ אײַזנשטײַן־בייקער מיט ראָבערט נעלסאָן

סוף 1922 האָבן די צייטלינס זיך באַזעצט אין ווילנע און ער האָט תּיכּף אָנגעהויבן צו דיריגירן מיט אָרקעסטערס און קאַמער־מוזיק־גרופּעס. אין ווילנע האָט ער אויך דיריגירט ייִדישע אָפּערעטעס ווי "ציפּקע פֿײַער" און האָט באַאַרבעט טשײַקאָווסקיס "יעווגעני אָנעגין" אויף ייִדיש. בייקער האַלט, אַז לפּחות צען ווערק האָט ער געשאַפֿן אין ווילנע: צווישן זיי, "זײַ, זיידע מתפּלל פֿאַר אונדז דײַנע קינדער", "ציִען זיך כמאַרעס אויף, האַרץ מײַנס, האַרץ מײַנס", "בענק איך יאָ, בענק איך ניט?" "דער פּאַראָם", "קלעזמאָרימלעך" "חסידישער טאַנץ" צווישן אַנדערע.

אין 1923 זענען זיי אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק און צייטלינס ווילנער חבֿר, דער ייִדישער שרײַבער און דראַמאַטורג, מענדל עלקין און זײַן פֿרוי רבֿקה, האָבן אויף זיי געוואַרט. אין גיכן האָט צייטלין באַקומען אַרבעט ווי אַן אַלטיסט אינעם ריזיקן "קאַפּיטאָל טעאַטער", און זײַנע פֿעיִקייטן ווי אַ קאָמפּאָזיטאָר און אַראַנזשירער האָט מען אין גיכן דערקענט. אין 1929 האָט ער אָנגעהויבן קאָמפּאָנירן פֿאַרן גרויסן אָרקעסטער אינעם "קאַפּיטאָל טעאַטער", און פֿון צײַט צו צײַט געשאַפֿן אויך ווערק מיט אַ ייִדישער טעמאַטיק ווי "פּאַלעסטינע", וואָס אַן ערך 6 מיליאָן צוהערער האָבן געהערט אויף דער ראַדיאָ.

אַזוי ווי מענדל עלקין איז געווען דער דירעקטאָר פֿונעם זומער־קעמפּ "נײַלאַנד", האָט צייטלין געשאַפֿן "אַ ניגון" פֿאַר די קעמפּער, און אפֿשר אַנדערע וואָקאַלע אַראַנזשירונגען, וואָס געפֿינען זיך אינעם באַנד. אין מיטן פֿון אַזוי פֿיל שאַפֿערישקייט איז צייטלין קראַנק געוואָרן מיט ענציפֿאָליט און געשטאָרבן צו 45 יאָר. אויף זײַן מצבֿה האָט מען אויסגעקריצט די ערשטע נאָטן פֿון זײַן באַקאַנטסטער שאַפֿונג "אלי ציון". נאָך זײַן טויט האָבן זײַן אַלמנה רבֿקה און קינדער קוים געקענט אויסקומען, און זענען אַוועקגעפֿאָרן קיין לאָס־אַנדזשעלעס. דאָרטן האָבן קאָלעגעס פֿונעם טאַטן, ייִדישע דיריגענטן און מוזיקער אין האָליוווּד, אַראַנזשירט עטלעכע בענעפֿיט־קאָנצערטן אַרויסצוהעלפֿן דער אָרעמער משפּחה.

ווען פּראָפֿ׳ בייקער האָט אָנגעהויבן איר פֿאָרשונג, האָט זי באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז די ייִדישע ביבליאָטעקן און מוזיק־מבֿינים האָבן איבערגעפּלאָנטערט איר לעאָ צייטלין מיטן באַקאַנטן מאָסקווער פֿידלער לעוו צייטלין (געבוירן אין טביליסי 1881, געשטאָרבן אין מאָסקווע, 1952). אירע באַמיִונגען אויסצוקלאָרן די ביאָגראַפֿישע פּרטים פֿון לייב צייטלין האָבן גענומען יאָרן. האָט איר צו מאָל צוגעשפּילט דאָס מזל. למשל, אין 1990, ווען זי האָט געזוכט זײַן מצבֿה אין אַ ניו־יאָרקער בית־עולם, האָט זי אים געפֿונען בײַם ערשטן טעלעפֿאָן־קלונג אינעם מאָנטעפֿיאָרער בית־עולם אין קווינס.

כּמעט אַלע שאַפֿונגען אינעם באַנד פֿון "קאַמער־מוזיק" האָט צייטלין געשריבן פֿאַר סטרונע־אינסטרומענטן, און נאָר אין איין ווערק ניצט ער אַ קלאַרנעט. אין אַנדערע ווערק ניצט ער אַ באַס, פּויקן און אַנדערע קלאַפּ־אינסטרומענטן. זײַן הויפּט־אינטערעס איז געווען וואָקאַלע מוזיק, אַראַנזשירט פֿאַר פֿידל, וויאָלע, טשטעלאָ און עטלעכע פֿאַר דער פּיאַנע. בייקער האָט צייטלינס ווערק אַנטדעקט, ווײַל זי האָט לכתּכילה, געזוכט ייִדישע ווערק פֿאַר טשעלאָ, און געפֿונען אַ קאָפּיע פֿון "אלי ציון" אין אַ ישׂראל־אַרכיוו.

אין זייער אַרײַנפֿיר שרײַבן די מחברים וועגן די מוזיקאַלישע השפּעות אויף צייטלין, זײַן מעלאָדישן, האַרמאָנישן און ריטמישן סטיל. אַ גרויסער טייל פֿון דער אויפֿלאַגע ווערט אָפּגעגעבן אַ פּרטימדיקן מוזיקאַלישן אַנאַליז פֿון יעדן ווערק באַזונדער, און נאָך דעם, ווערט געדרוקט די מוזיק און ווערטער פֿון די שאַפֿונגען.

מיר קוקן אַרויס אויף אַ רעקאָרדירונג פֿון צייטלינס ווערק, וואָס זאָל "מאַכן לעבעדיק" די וויכטיקע קאָמפּאָזיציעס, געבויט אויף ייִדישע פֿאָלקסלידער. זיי פֿאַראייביקן די קורצע וויכטיקע תּקופֿה פֿון רוסיש־ייִדישער מוזיקאַלישער שאַפֿערישקייט פֿאַרן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און צייטלינס צושטײַער צו דער שאַפֿונג קען מען ערשט איצט ריכטיק אָפּשאַצן, אַ דאַנק פּראָפֿ׳ אײַזנשטײַן־בייקערס טירחה.