ליטעראַטור
Jewish Topographies:
Visions of Space,
Traditions of Place.
Edited by Julia Brauch, Anna Lipphardt and Alexandra Nocke. Ashgate, 2008.
Jewish Topographies:
Visions of Space,
Traditions of Place.
Edited by Julia Brauch, Anna Lipphardt and Alexandra Nocke. Ashgate, 2008.

ווי עס האָט באַמערקט דער באַרימטער ייִדישער ליטעראַטור־היסטאָריקער לעאָפּאָלד צונץ, האָבן ייִדן טראַדיציאָנעל ניט געהאַלטן קיין סך פֿון געאָגראַפֿיע. צווישן די מוסטערן פֿון אַזאַ מין באַציִונג צו דער וויסנשאַפֿט זעט מען אין מענדעלעס ראָמאַן "מסעות בנימין השלישי". דאָס וואָרט "מקום" פֿאַרמאָגט ניט בלויז אַ רעאַלן, נאָר אויך אַ מעטאַפֿיזישן באַטײַט, וואָס האָט ווייניק צו טאָן מיט אַ קאָנקרעט אָרט, דאָ און איצט. די לאַגע האָט זיך געענדערט מיטן אויפֿקום פֿון חובֿבֿי–ציון און ציוניזם אין די לעצטע יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. ארץ־ישׂראל איז פּלוצעם געוואָרן אַ ממשותדיק לאַנד, מיט אַן אייגענער לאַנדשאַפֿט, אייגענעם קלימאַט, כאָטש אָן אַן אייגענער באַפֿעלקערונג.

די מאַסן–עמיגראַציע פֿון מיזרח–אייראָפּע קיין מערבֿ האָט שטאַרק דערווײַטערט די געאָגראַפֿישע האָריזאָנטן פֿון ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר. ייִדישע טעריטאָריאַליסטן און אָנהענגער פֿון "דאָיִקייט" האָבן נאָך געזוכט אַלטערנאַטיווע לייזונגען צו ארץ־ישׂראל. מען האָט געשיקט שליחים אַזוי ווײַט ווי דרום־אַפֿריקע, אויסטראַליע און דרום–אַמעריקע, כּדי צו געפֿינען אַ פּאַסיקע טעריטאָריע פֿאַר ייִדישע פּליטים פֿון אייראָפּע. אין ווײַטן סאָוועטישן מיזרח האָט מען זיך גענומען בויען אַ נײַע ייִדישע היים.

און כאָטש פּראַקטיש שפּילט געאָגראַפֿיע אַ גרויסע ראָלע אין ייִדישן לעבן אינעם 20סטן יאָרהונדערט, האָט די ייִדישע פֿאָרשונג ביז לעצטנס ניט אַרויסגעוויזן קיין שטאַרקן אינטערעס צו דעם רוימישן אַספּעקט פֿונעם ייִדישן קיום. ווען מען רעדט, למשל, וועגן דעם שטעטל, מיינט מען כּסדר דאָס שטעטל "בכלל", ניט נעמענדיק אין באַטראַכט די ריזיקע לאָקאַלע וואַריאַציעס. אין דער אַלגעמיינער סאָציאַלער וויסנשאַפֿט איז אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר פֿאָרגעקומען אַ קער ״מיטן פּנים צום רוים״. מען האָט זיך גענומען צו באַטראַכטן די באַגריפֿן פֿון אָרט און רוים ניט ווי אַבסטראַקטע פֿיזישע קאַטעגאָריעס, וואָס עקזיסטירן מחוץ דער מענטשלעכער אַקטיוויטעט, נאָר ווי פּראָדוקטן פֿון פּראַקטישער טעטיקייט.

אַזאַ מין "קער צום רוים" ווערט בהדרגה אָנערקענט אויך אין די ייִדישע לימודים, הגם ניט צו שטאַרק אין די טראַדיציאָנעלע צענטערס פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט אין אַמעריקע און ישׂראל. דאָס זאַמלבוך "ייִדישע טאָפּאָגראַפֿיעס", וואָס איז אַ קאָלעקטיווער פּראָדוקט פֿונעם פֿאָרשערישן פּראָיעקט "מקום" בײַ משה־מענדעלסאָן־צענטער פֿאַר ייִדישע פֿאָרשונגען אין פּאָטסדאַם (דײַטשלאַנד), איז אַ וויכטיקער בײַטראָג צו דער נײַער אַקאַדעמישער ריכטונג.

דאָס בוך באַשטייט פֿון פֿינף טעמאַטישע טיילן, וואָס באַטראַכטן דעם ענין פֿון ייִדישן אָרט און רוים פֿון פֿאַרשידענע מעטאָדאָלאָגישע שטאַנדפּונקטן. מען אַנאַליזירט די קאָנסטרוקציעס פֿון "ייִדישע ערטער", ייִדישע קוואַרטאַלן אין די גרויסע שטעט פֿון מיזרח און מערבֿ, דעם ייִדישן אויפֿנעם פֿון לאַנדשאַפֿטן, די לאַנדקענטעניש־פּראָיעקטן און פֿאַרשידענע מינים פֿון פֿאָרשטעלן דאָס אָרט דורך די מיטלען פֿון טעאַטער, מוזיק, אָדער מאכלים. די אַרטיקלען באַהאַנדלען ביז גאָר פֿאַרשידענע טעמעס, אָבער זיי האָבן איין זאַך בשותּפֿות — די רוימלעכע פּערספּעקטיוו דערמעגלעכט צו דערזען די כּלומרשט באַקאַנטע דערשײַנונגען אין אַ נײַעם ליכט.

קוקנדיק אויפֿן ייִדישן לעבן דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון רוים, פֿאַרשטייט מען, ווי טיף אײַנגעוואָרצלט זײַנען ייִדן געווען אין די לענדער פֿונעם אַלטן "גלות", פֿון פּוילן ביז איראַק; און ווי שטאַרק זיי בלײַבן פֿאַרבונדן מיט דער אַלטער היים אין זייערע נײַע מקומות. שמואל קאַסאָוו רעקאָנסטרויִרט די געשיכטע פֿון דער לאַנדקענטעניש־באַוועגונג אין פּוילן צווישן די וועלט־מלחמות. ער באַווײַזט, אַז דער אַקטיווער אינטערעס פֿון פּוילישע ייִדן צו זייער לאַנד האָט געהאַט צוויי פֿאַרשידענע יסודות. פֿון איין זײַט, איז דאָס געווען אַ ייִדישע וואַריאַציע פֿון פּוילישן "קראַיאָזנאַווסטווע", דער פּאַטריאָטישער באַוועגונג פֿאַר דערקענען און באַהערשן די לאַנדשאַפֿט פֿון פּוילן, וואָס איז געוואָרן אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה. אַזוי ווי די פּאָליאַקן זײַנען געווען אויסן צו "פֿאַרפּוילישן" דאָס גאַנצע לאַנד, אַזוי האָבן די ייִדן געוואָלט "פֿאַרייִדישן" דאָס, וואָס זיי האָבן געהאַלטן פֿאַר זייערס׃ די שטעטלעך און די ייִדישע געגנטן אין די פּוילישע שטעט.

חוה יאָכנאָוויץ לייגט פֿאָר אַן אָריגינעלן אופֿן פֿון באַקענען זיך מיט דער ייִדישער טאָפּאָגראַפֿיע פֿון ניו־יאָרק. זי אַנאַליזירט די עטנישע טראַדיציעס פֿון קאָכן און עסן, בפֿרט צווישן אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אַזוי אַרום בויט זי אַ גאַסטראָנאָמישע לאַנדשאַפֿט פֿון דער שטאָט. גלית דאַרדאַשטי פֿאָרשט די מיזרחדיקע מוזיקאַלישע לאַנדשאַפֿט פֿון תּל־אָבֿיבֿ, און יאָאַכים שלער באַטראַכט דעם ענין פֿון דער באַזונדערער ייִדישער "גרויסשטאָטישער" מענטאַליטעט.

דאָס זאַמלבוך דעקט זייער אַ ברייטן טעמאַטישן, כראָנאָלאָגישן און געאָגראַפֿישן דיאַפּאַזאָן, פֿון מיטל־אַלטערלעכן פּוילן ביזן ווירטועלן רוים פֿונעם "צווייטן לעבן". אָבער דאָס בוך האָט אויך אַ בולטן בלויז. עס פֿעלט דאָ וואָסער ניט איז אַנאַליטישע באַטראַכטונג פֿונעם עיקרדיקן ייִדישן אָרט, דאָס מיזרח–אייראָפּעיִשע שטעטל. אַ גרופּע פֿאָרשער פֿון פֿאַרשידענע אַקאַדעמישע שטחים, באַהאַוונט אין די סאַמע נײַסטע מעטאָדאָלאָגישע חכמות, האָט פֿאַרבראַכט זעקס יאָר אין פּאָטסדאַם, דער שטאָט, וואָס פֿאַרמאָגט אַ היפּשע קהילה פֿון רוסישע ייִדן. אַ סך פֿון אָט די נײַע אימיגראַנטן שטאַמען פֿון שטעטלעך, און טראָגן אין זיך אַ שלל מיט ווערטפֿולע ידיעות וועגן אָט דעם ייִדישן "רוים". מען וואָלט געקאָנט מאַכן אַ פֿײַנע אַנטראָפּאָלאָגישע שטודיע גלײַך אויפֿן אָרט און זאַמלען זייער אַ ווערטפֿולן מאַטעריאַל, וואָס וואָלט צו נוץ געקומען פֿאַרן איצטיקן און פֿאַרן קומעדיקן דור פֿאָרשער.