אײראָפּע
דער דענקמאָל פֿון יחיאל שרײַבמאַן אין וואַד־ראַשקעוו
דער דענקמאָל פֿון יחיאל שרײַבמאַן אין וואַד־ראַשקעוו
Efim Goldshmidt

לויט דער שוין אײַנגעשטאַנענער טראַדיציע, קומען אָפֿט אין אויגוסט די געוועזענע אײַנוווינער פֿונעם לאַנד. אויך הײַיאָר איז פֿון עסטרײַך געקומען צו באַזוכן זײַנע קרובֿים דער מוזיקער ראָמאַן גרינבערג. ער וווינט אין ווין און איז אַקטיוו באַשעפֿטיקט אינעם דאָרטיקן ייִדישן לעבן: טרעט אויף מיט ייִדישע לידער און פֿירט אָן מיטן ווינער ייִדישן כאָר. ער איז שוין פֿריִער געווען אין קעשענעוו, וווּ ער האָט זיך באַטייליקט מיט זײַן כאָר אינעם פֿעסטיוואַל "בעסאַראַבער ליד". דאָס מאָל איז ער געקומען מיט זײַן פֿרוי און ברודער טאָני צו פֿאַרברענגען זייערע וואַקאַציעס אין דער היים־שטאָט בעלץ.

אויך אויף וואַקאַציעס הערט אַ מוזיקער נישט אויף צו זײַן אַ מוזיקער; און ראָמאַן האָט פֿאָרגעלייגט צו געבן אַ פֿילאַנטראָפּישן קאָנצערט אינעם קעשענעווער ייִדישן צענטער. דער זאַל, וואָס נעמט אַרײַן אַרום 200 מענטשן איז געווען פֿול געפּאַקט. חוץ ראָמאַנען אַליין, וואָס האָט געשפּילט פּיאַנע און געזונגען, האָבן אין דער פּראָגראַם זיך באַטייליקט זײַן ברודער (שלאָג־אינסטרומענטן) און דער היגער קלאַרנעטיסט־ווירטואָז אַלעקסאַנדר דאַנילאָוו. הגם עס האָבן געקלונגען אין משך פֿונעם קאָנצערט די גוט־באַקאַנטע לידער, ווי למשל, "קעשענעווער שטיקעלע", רומייניע", אָדער "מײַן שטעטעלע בעלץ" — האָט ראָמאַן זיי געזונגען זייער אַרטיסטיש, אויף זײַן אייגנאַרטיקן אופֿן. עס האָט אויך צוגעשפּילט צום דערפֿאָלג זײַן טאַלאַנט גיך אײַנצושטעלן אַן ענגע פֿאַרבינדונג מיטן עולם אין זאַל.

* * *

דער צווייטער וויכטיקער גאַסט איז געווען בײַ אונדז דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן. ער פֿאַרגעסט נישט זײַן אַלטע היים און באַזוכט אונדזערע מקומות גענוג אָפֿטלעך. בײַ יעדער אַזאַ געלעגנהייט טרעפֿט ער זיך מיט די פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קהילה. אין זײַן קורצן אויפֿטריט האָט ליבערמאַן באַדאַנקט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער טרעפֿונג, דעם ייִדישן קאָנגרעס פֿון מאָלדאָווע, און דערקלערט פֿאַר די באַטייליקטע, פֿאַרוואָס ער האָט אַזוי ליב צו קומען אַהער, אינעם לאַנד, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן; אינעם שטעטל אוריִעוו, און שפּעטער — אין קעשענעוו, וווּ ער האָט זיך געלערנט אינעם ווירטשאַפֿטלעכן אינסטיטוט. פֿאַרשטייט זיך, אַז אין זײַן אויפֿטריט האָט דער חשובֿער גאַסט זיך אָפּגעשטעלט אויפֿן אינערלעכן מצבֿ פֿון ישׂראל בפֿרט, און אינעם מיטעלן מיזרח בכלל. ווי ער האָט באַטאָנט, איז די סיבה פֿונעם הויפּט־קאָנפֿליקט נישט אַזוי ווײַט דער סיכסוך צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, ווי צווישן די מעסיקע און ראַדיקאַלע כּוחות אין די אַראַבישע לענדער — אין לבֿנון, עגיפּטן און אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע גופֿא.

צום סוף, האָט ליבערמאַן געענטפֿערט אויף די פֿראַגן, און קודם־כּל, וואָס שייך די וויזע־פּראָבלעמען, די באַציִונגען צווישן ישׂראל און רוסלאַנד, באַזונדערס, וועגן דער נוקלעאַרער פּראָגראַם פֿון איראַן.

* * *

ווי עס פֿירט זיך שוין נישט איין יאָר, ווערט אין אויגוסט אָפּגעמערקט די טרויעריקע דאַטע פֿון 12טן אויגוסט. אויך דאָס יאָר האָבן מיר דערמאָנט די אומגעבראַכטע ייִדישע שרײַבער אין 1952. אָבער, צוליב די עקאָנאָמישע שוועריקייטן, איז עס נישט פֿאָרגעקומען אויף אַזאַ ברייטן אופֿן ווי פֿריִער — מיט אַ טרויער־אַקאַדעמיע אין דער קעשענעווער פֿילהאַרמאָניע. פֿונדעסטוועגן, האָב איך, אין מײַן ראַדיאָ־טראַנסמיסיע "ייִדיש־לעבן" צוגעגרייט אַ ספּעצילע פּראָגראַם; און אין די ראַמען פֿונעם פּראָיעקט "חבֿרותה" איז פֿאַרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע "די טראַגעדיע פֿון מאַמע־לשון". דעם הויפּט־רעפֿעראַט האָב איך צוצוגרייט און מיט אַ צווייטן אויפֿטריט איז אויפֿגעטראָטן די ביבליאָגראַפֿין בײַ דער ייִדישער ביבליאָטעק שׂרה שפּיטאַלניק. זי האָט גערעדט וועגן די אַרעסטן פֿון ייִדישע שרײַבער אין מאָלדאָווע, באַגרינדעט אויף די מאַטעריאַלן פֿון באָריס סאַנדלערס בוך "ענין נומער 5390".

אַ דאָרפֿס־ייִנגל בלעטערט שרײַבמאַנס בוך, איבערגעזעצט אויף רומעניש
אַ דאָרפֿס־ייִנגל בלעטערט שרײַבמאַנס בוך, איבערגעזעצט אויף רומעניש
Efim Goldshmidt

און די לעצטע, לויט דער כראָנאָלאָגיע, געשעעניש אין אונדזערע מקומות איז אויך פֿאַרבונדן מיטן נאָמען פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, יחיאל שרײַבמאַן. אין זײַן געבוירן שטעטל, וואַד־ראַשקעוו, וואָס ער האָט אַזוי זאַפֿטיק באַשריבן אין זײַנע ווערק, איז אַנטהילט געוואָרן אַ דענקמאָל. ס׳איז שווער צו זאָגן, צי דער דאָזיקער דענקמאָל וואָלט טאַקע פֿאַרנומען דאָס בכּבֿודיקע אָרט אין סאַמע צענטער פֿון וואַד־ראַשקעוו, ווען נישט די באַמיִונגען פֿון שרײַבמאַנס זון, עדואַרד שרײַבמאַן, וואָס האָט סײַ פֿינאַנצירט און סײַ געפֿונען ווער עס זאָל דעם דענקמאָל מאַכן — דער סקולפּטאָר וולאַדימיר שוליאַק און מאָלער עדואַרד מײַדענבערג.

אָבער אויך דאָס איז נאָך נישט אַלץ: דעם דענקמאָל־שטיין מיט שרײַבמאַנס באַרעליעף האָט מען געדאַרפֿט איבערפֿירן פֿון קעשענעוו ביז צום דאָרף, בערך 150 קילאָמעטער, איבער אַ צעקלאַפּטן וועג, וואָס איז מסתּמא קיינמאָל נישט רעמאָנטירט געוואָרן.

בײַ דער אַנטהילונג זײַנען אָנוועזנד געווען די פֿאָרשטייער פֿונעם מאָלדאַווישן שרײַבער־פֿאַראיין, אין שפּיץ מיטן פֿאָרזיצער ציכאַי טשימפּוי, וואָס האָט אין זײַן וואָרט באַטאָנט די ווערט פֿון שרײַבמאַנס שאַפֿונגען נישט בלויז פֿאַרן ייִדישן, נאָר אויך פֿאַרן מאָלדאַווישן פֿאָלק; דעם זעלבן געדאַנק האָט ממשיך געווען דער קולטור־מיניסטער פֿון מאָלדאָווע, מיכאַיִל באַרבולאַט; די איבערזעצערין פֿון שרײַבמאַנס דערציילונגען אויף רומעניש, די שרײַבערין יעודזשעניע דאַוויד, און אַנדערע שרײַבער און קולטור־טוער.

פֿונעם ייִדישן צד האָבן אין דער עפֿענונג זיך באַטייליקט דער רעזשיסאָר איליאַ שאַץ, די פֿאָרשטייערין פֿון "סוכנות" אילאַנאַ זילבערמינץ, גענעראַל־דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן קאָנגרעס אין מאָלדאָווע, פּאַוועל טועוו און אַנדערע. עמאָציאָנעל האָבן געקלונגען די רייד פֿון שרײַבמאַנס זון, וואָס האָט האַרציק באַדאַנקט די מענטשן, וואָס האָבן אים געהאָלפֿן צו רעאַליזירן דעם פּראָיעקט און צו אָרגאַניזירן די אַנטהילונג אין וואַד־ראַשקעוו. עדואַרד האָט באַטאָנט, אַז יחיאל שרײַבמאַן איז געווען פֿאַר אים קודם־כּל זײַן טאַטע, וואָס איז אים זייער געטרײַ געווען, און ערשט דערנאָך — אַ שרײַבער. ער האָט דערמאָנט אַן עפּיזאָד, ווען אַ טאָג פֿאַרן טויט, האָט יחיאל, דערהערנדיק ווי דער זון קלײַבט זיך צו פֿאָרן אַהיים זיך אָפּרוען נאָך דער שלאָפֿלאָזער נאַכט, פּלוצעם אויפֿגעעפֿנט די אויגן און שטיל אַ זאָג געטאָן: "עדיק, ווען דו קומסט אַהיים, קלינג מיר אָן, צי אַלץ איז אין אָרדענונג".

בשעת דער טרויער־אַקאַדעמיע, לכּבֿוד דער אַנטהילונג, האָט שרײַבמאַנס אַ מיניאַטור "מײַן געבוירן־טאָג", געווידמעט זײַן באַליבט שטעטל, געלייענט אין ייִדיש זײַן אַלמנה, מאַרינע פּאַנקאָוו־שרײַבמאַן. זי האָט געבראַכט מיט זיך איר תּלמידה פֿון דעם רמב"ם־ליציי, קאַטיע, וואָס האָט אויך אין ייִדיש איבערגעלייענט שרײַבמאַנס אַן אַנדער מיניאַטור "ווידוי".

אַראָפּגעריסן האָבן דעם לײַוונט פֿונעם דענקמאָל מאַרינע, עדואַרד און זײַן פֿרוי אינע; ווי אויך דער פּרימאַר פֿון וואַד־ראַשקעוו סערדזשו גוצאַן. און אַלע האָבן דערזען דאָס אויסגעהאַקטע אויפֿן מאַרמאָר־שטיין שמייכלענדיקע פּנים פֿון יחיאל שרײַבמאַן, אַרומגערינגלט מיט די שטיבלעך און פּערסאָנאַזשן פֿון זײַנע ביכער.