מיט 75 יאָר צוריק, אין די טעג צווישן דעם 17טן אויגוסט און דעם 1טן סעפּטעמבער 1934, איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען דער ערשטער צוזאַמענפֿאָר פֿון סאָוועטישע שרײַבער, וואָס האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר אַ נײַער תּקופֿה אין דער סאָוועטישער קולטור — די תּקופֿה פֿון דעם אַזוי-גערופֿענעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם. דער צוזאַמענפֿאָר האָט געשאַפֿן דעם סאָוועטישן שרײַבער-פֿאַראיין, אַ מין מיניסטעריום פֿאַר ליטעראַטור. דעמאָלט זײַנען, אָבער, ס׳רובֿ סאָוועטישע ליטעראַטן געווען צופֿרידן מיט אַזאַ מלוכישער מאָנאָפּאָליזאַציע פֿון קאָנטראָל איבערן ליטעראַרישן לעבן, ווײַל מע איז שוין מיד געווען פֿון די רײַסערײַען צווישן פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע פֿאַראייניקונגען, וועלכע האָבן געפֿירט אַ ביטערן קאַמף פֿאַר העגעמאָניע אין די שאַפֿערישע קרײַזן.
אין יאָר 1930, ווען מע האָט פֿאַרמאַכט די ייִדישע סעקציעס בײַ דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, זײַנען די ייִדישע שרײַבער פֿאַרבליבן כּמעט אָן אַ באַלעבאָס. געדויערט האָט עס ניט לאַנג, ווײַל שוין אין 1932 האָבן זיך אָנגעהויבן צו אַנטוויקלען פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציאָנעלע סטרוקטורן, וועלכע האָבן געפֿירט צום שאַפֿן דעם שרײַבער-פֿאַראיין. דעם 2טן דעצעמבער 1933 האָט די קאָמיסיע פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור בײַם אָרגאַניזיר-קאָמיטעט פֿונעם שרײַבער-פֿאַראיין אויסגעהערט באַריכטן וועגן דעם מצבֿ אין די ליטעראַרישע קרײַזן אין רוסלאַנד, אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד. די קאָמיסיע איז געווען צופֿרידן צו הערן, אַז די "גרופּאָוושטשינע" (דאָס הייסט, צעטיילונג אויף קליקעס) איז געוואָרן שוואַכער. "קאָנסאָלידאַציע" איז דאָך געווען אַ וויכטיק וואָרט אין יענער צײַט.
גערעדט האָט מען אויך וועגן כּלערליי פּראָבלעמען פֿון סאָוועטיש-ייִדישער ליטעראַטור. דער דיכטער פּרץ מאַרקיש און דער פּראָזאַיִקער שמואל גאָדינער האָבן אויפֿגעהויבן די פֿראַגע פֿון דער קאָנטיק פֿאַלנדיקער צאָל לייענער. ניט צופֿעליק האָט מען ייִדישע ביכער געדרוקט מיט קליינע טיראַזשן, בדרך-כּל פֿון צוויי ביז דרײַ טויזנט עקזעמפּלאַרן. אָבער לערנביכער האָבן געהאַט טיראַזשן ביז 50 טויזנט. מאַרקיש און גאָדינער האָבן געטענהט, אַז די ייִדישע יוגנט איז "דענאַציאָנאַליזירט" געוואָרן און וויל ניט עפֿענען קיין ייִדיש בוך, ווײַל עס ציט זיי מער צו רוסישע ראָמאַנען, אַ שטייגער פֿון מיכאַיִל שאָלאָכאָוון און פֿיאָדאָר פּאַנפֿיאָראָוון. אמת, אייניקע שרײַבער פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד זײַנען געווען ניט מסכּים מיט אַזאַ אָפּשאַצונג פֿון דעם ייִדישן לייענער-מאַרק. זיי האָבן באַשלאָסן, אַז די מאָסקווער תּושבֿים מאַרקיש און גאָדינער האָבן זיך פּשוט אָפּגעריסן פֿון די ייִדיש-רעדנדיקע מאַסן.
דעם 5טן אויגוסט 1934, ערבֿ דעם צוזאַמענפֿאָר, האָט זיך צונויפֿגעקליבן אַ קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע שרײַבער. זיי האָבן באַשלאָסן, אַז די סאָוועטיש-ייִדישע ליטעראַטור איז געוואָרן די ערשטע און, דערווײַל, די איינציקע אין דער גאָרער וועלט פֿון ייִדיש־ליטעראַרישער שאַפֿונג, וואָס האָט זיך אין גאַנצן באַפֿרײַט פֿון דער "ייִדישער פֿראַגע". דערמיט האָט מען געוואָלט אונטערשטרײַכן דעם אינטערנאַציאָנאַלן כאַראַקטער פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער ליטעראַרישער פּראָדוקציע. אָט אַזאַ דעמאַגאָגיע וועט ווערן אַ נאָרמע ביז די סוף 1980ער יאָרן. די שרײַבער וועלן, נעבעך, מוזן זיך סטאַרען אָפּצושוואַכן די ייִדישקייט פֿון זייערע ווערק, דורך אַרײַנמישן אינטערנאַציאָנאַלע מאָטיוון. ס׳איז וויכטיק געווען, למשל, אָפּצוהיטן אַ באַלאַנס פֿון גוטע און שלעכטע העלדן. האָסט אַ שלעכטן רוס, ווײַז אויך אַ שלעכטן ייִד.
בעת דעם שרײַבער-צוזאַמענפֿאָר גופֿא, האָבן ייִדישע דיכטער, פּראָזאַיִקער און ליטעראַטור-קריטיקער געהאַט אַ מעגלעכקייט אַרויסצוטרעטן פֿאַרן גאַנצן עולם. דוד בערגעלסאָן, וואָס איז גאָר ניט לאַנג צוריק געקומען פֿון אויסלאַנד, איז אָפּגעשאַצט געוואָרן ווי דער גרעסטער ייִדישער פּראָזאַיִקער. גענוג כּבֿוד איז אָפּגעגעבן געוואָרן אויך איציק פֿעפֿערן און פּרץ מאַרקישן. בכלל, עס האָט זיך אויסגעבויט אַ היעראַרכיע פֿון שרײַבער — אַ ייִדישע סוב-היעראַרכיע אין דער אַלגעמיינער פּיראַמידע פֿון סאָוועטישן ליטעראַרישן עסטאַבלישמענט.
דער שרײַבער-פֿאַראיין איז אויסגעבויט געוואָרן לויטן טעריטאָריעלן פּרינציפּ, ווי דער גאַנצער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. יעדע רעפּובליק, געגנט צי אַ גרויסע שטאָט האָט געהאַט אַ שרײַבער-אָרגאַניזאַציע. נאָר די ייִדישע ליטעראַרישע סבֿיבֿה האָט באַקומען די מעגלעכקייט צו שאַפֿן אויסער-טעריטאָריעלע סטרוקטורן. באַזונדערע אַסאָציאַציעס זײַנען געווען אין מאָסקווע, אין אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד. זיי, די דאָזיקע פֿאַראייניקונגען פֿון ייִדישע שרײַבער, זײַנען געווען איינע פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע קולטור-אָרגאַניזאַציעס אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ניט צופֿעליק האָבן זיי זיך שפּעטער, בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, פֿאַקטיש צונויפֿגעוואַקסן מיטן ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. ס׳איז אויך גאָר ניט צופֿעליק, אַז מע האָט זיי און דעם קאָמיטעט פֿאַרמאַכט אַן ערך אין דער זעלבער צײַט.
דער שרײַבער-פֿאַראיין וועט נאָך סטאַלינס טויט ווערן דער לעצטער מקום-מיקלט פֿון סאָוועטיש-ייִדישער קולטור. ס׳איז אַן אײַנגערעדטע זאַך, אַז דאָס ייִדישע וואָרט האָט מען ווידער דערלויבט צו דרוקן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד נאָר אַ דאַנק די פֿאָדערונגען פֿון אויסלאַנד. די אַרכיוו-מאַטעריאַלן ווײַזן, אַז די שרײַבער-ביוראָקראַטיע האָט צו דעם אויך צוגעלייגט אַ סך כּוחות.
דער הויפּט-פֿאַרלאַג פֿונעם פֿאַראיין, "סאָוועטסקי פּיסאַטעל" ("סאָוועטישער שרײַבער") איז ביז 1991 געווען, אין תּוך אַרײַן, דער איינציקער אין גאַנצן לאַנד אַרויסגעבער פֿון ייִדישע ביכער, ווי אויך פֿונעם ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אין דעם זעלבן פֿאַרלאַג זײַנען אַרויס צענדליקער איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף רוסיש.
דער ליטעראַרישער אינסטיטוט פֿונעם שרײַבער־פֿאַראיין האָט אין די 1980ער יאָרן אויסגעשולט אַ צאָל ייִדישע פּען-מענטשן, אַרײַנגערעכנט דעם איצטיקן "פֿאָרווערטס"-רעדאַקטאָר, באָריס סאַנדלער, און עטלעכע מחברים פֿון דער צײַטונג — מיכאל קרוטיקאָוו, משה לעמסטער און לעוו בערינסקי. דער שרײַבער-פֿאַראיין האָט אויך פֿינאַנצירט שאַפֿערישע רײַזעס און פֿאַרשיידענע אַנדערע פּראָפֿעסיאָנעלע און פּשוט מענטשלעכע באַדערפֿענישן פֿון אַ ליטעראַט.
דער שרײַבער-פֿאַראיין איז געווען אַ מיאוסער פּראָדוקט פֿון אַ מיאוסן טאָטאַליטאַרישן רעזשים. אָבער — פּאַראַדאָקסאַל — איז ער, גלײַכצײַטיק, געווען אַ ממשותדיקער שטיצער פֿאַר שוואַכע ליטעראַרישע קרײַזן; אַ כּוח, וואָס האָט געגעבן צענדליקער ייִדישע פּען-מענטשן אַ מעגלעכקייט צו באַשעפֿטיקן זיך מיט ליטעראַטור, צו שרײַבן און דרוקן פּאָעטישע און פּראָזאַיִשע ווערק, ניט געקוקט אויף אַ גאַנץ נישטיקער צאָל לייענער. הקיצור, אַ מאָל וואָלט מען געדאַרפֿט אָנשרײַבן אַן ערנסטע פֿאָרשונג וועגן "ייִדיש אין דעם סאָוועטישן שרײַבער-פֿאַראיין".