זכרונות, ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שמעון סאַנדלער (רעכטס), משה לעמסטער (לינקס)
שמעון סאַנדלער (רעכטס), משה לעמסטער (לינקס)

אין די יאָרן 1963—1968 האָב איך זיך געלערנט אין טיראַספּאָלער מלוכישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. צווישן די לימודים, וואָס איך האָב דאָרט שטודירט איז אויך געווען די דײַטש. מיט דער קאַטעדרע פֿון גערמאַנישע שפּראַכן האָט אין יענע יאָרן אָנגעפֿירט שמעון (סעמיאָן אַנאַטאָליעוויטש) סאַנדלער.

דײַטש, ווי אַן אויסלענדישע שפּראַך, האָב איך אָנגעהויבן לערנען אין דער יעדינעצער רוסישער מיטלשול פֿונעם 5טן קלאַס. אונדזער לערערין איז געווען אַנאַ איסאַיעוונאַ אײַבינדער, דעמאָלט נאָך אַ יונגע ייִדישע פֿרוי. אין מײַן קלאַס, ווי אויך אין אַנדערע קלאַסן, האָבן זיך געלערנט ניט ווייניק ייִדישע קינדער, פֿאַר וועלכע ייִדיש איז געווען זייער מאַמע־לשון. פֿאַרשטייט זיך, אַז אָפֿט מאָל פֿלעגן מיר אין אונדזערע מינדלעכע ענטפֿערס בײַ דעם שול־טאָוול אַרײַנמישן צווישן די דײַטשישע ווערטער אויך ייִדישע. פֿלעגט אַנאַ איסאַיעוונאַ אַראָפּלאָזן די אויגן און אַ שמייכל טאָן. דער שמייכל אירער איז געווען כּמעט ניט באַמערקט, כ׳וואָלט געזאָגט, אַז דער שמייכל אירער איז געווען ענלעך אויף מאָנאַ ליזעס שמייכל פֿון לעאָנאַרדאָ דאַ ווינטשעס בילד. אָבער פֿאַר אונדז, קינדער, איז איר שמייכל קיין רעטעניש ניט געווען. מיר האָבן געוווּסט: אויב די לערערין שמייכלט האָט שוין דער שילער אַרײַנגעהאַקט אַ פּאָר ייִדישע ווערטער אין זײַן ענטפֿער.

שמעון סאַנדלער איז געווען אַ שטרענגער אָנפֿירער פֿון דער קאַטעדרע. בײַ אים איז תּמיד געווען אַן ערנסט פּנים. ער איז ניט געווען מײַן לערער, נאָר מיר סטודענטן, האָבן געוווּסט, אַז ער איז אויך אַ שטרענגער לערער, און צווישן אים און סטודענטן איז געווען אַ געוויסע דיסטאַנץ. ווען איך האָב אָפּגעגעבן דעם מלוכישן עקזאַמען אויף דײַטש איז סאַנדלער געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דער מלוכישער עקזאַמיניר־קאָמיסיע. דאַכט זיך מיר, אַז דאָס ערשטע מאָל האָב איך דערזען אַ שמייכל אויף זײַן פּנים, דווקא אויפֿן עקזאַמען, און דווקא ווען איך האָב געענטפֿערט אויף מײַן עקזאַמיניר־בילעט. כ׳געדענק, אַז כ׳האָב בײַ זיך אַ טראַכט געטאָן: צי האָב איך ניט אַרײַנגעמישט עפּעס אַ ייִדיש וואָרט אין מײַן ענטפֿער? ס׳זאָל זײַן, אַז סעמיאָן אַנאַטאָליעוויטש קען די ייִדישע שפּראַך?

אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס כ׳ברענג דאָ, זײַנען מיר פֿאָטאָגראַפֿירט אויפֿן פּאַראַד, דעם 7 נאָוועמבער 1967 יאָר, ווען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט מען זייער ברייט אָפּגעמערקט דעם 50־יעריקן יובֿל פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. אין איינעם מיט אונדז איז פֿאָטאָגראַפֿירט דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער קאַטעדרע פֿאַר פֿילאָסאָפֿיע, פּראָפֿעסאָר סווערדלאָוו. אין יענע יאָרן זענען אין אונדזער אינסטיטוט, איינעם פֿון די עלטסטע (אָרגאַניזירט אין 1930), צווישן די העכערע לערן־אַנשטאַלטן אין דער סאָוועטישער מאָלדאַוויע, געווען ניט ווייניק ייִדן. כ׳וויל דערמאָנען בלויז עטלעכע: פֿיזיק — פֿרענק, אַסטראָנאָמיע און טעאָרעטישע מעכאַניק — פּאָלאָנוּיער, די געשיכטע פֿון מאַטעמאַטיק — גלייזער, פֿילאָסאָפֿיע — בערגינער, פּעדאַגאָגיק — נאַטאַנזאָן. זיי זענען געווען גוטע לערער, צו וועלכע די סטודענטן האָבן זיך באַצויגן מיט גרויסן רעספּעקט. פֿאַרשטייט זיך, אַז אויך צו סווערדלאָוון און צו שמעון סאַנדלערן.

מיר איז דעמאָלט אין קאָפּ ניט געקומען, אַז סעמיאָן אַנאַטאָליעוויטש האָט עפּעס אַ שײַכות צו ייִדיש, צו דער ייִדישער ליטעראַטור. דערפֿאַר האָב איך מײַנע ערשטע לידער אויף ייִדיש געוויזן ניט אים, נאָר שוואַכערמאַנען איסײַ מאַרקאָוויטשן, וואָס האָט געלערנט מיט אונדז עלעקטראָטעכניק. איסײַ מאַרקאָוויטש איז געווען אַ בענדערער ייִד, וואָס האָט זיך געפֿירט זייער דעמאָקראַטיש מיט די סטודענטן, געקענט ייִדיש, געלייענט אויף ייִדיש אונדזערע קלאַסיקער. טאַקע אים האָב איך געוויזן איינע פֿון די ערשטע לידער מײַנע:

איר ווייסט אַ נײַעס, זאָגט די מומע:
אונדזער חיים איז שוין פֿימע.
אונדזער לייזער איז שוין ליאָניע –
זאָגט די שכנה מירל־סאָניע.
מירל איז געוואָרן מאַשע,
שײַען אַלע רופֿן — סאַשע.
טײַערע ייִדן איר מעגט זיך שעמען,
וואָס האָט איר מורא פֿאַר די ייִדישע נעמען!

ערשט אין די 70ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט, ווען אין "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט מען אָנגעהויבן דרוקן שמעון סאַדלערס לעקציעס פֿאַר ייִדש (1979—1985), האָב איך זיך דערוווּסט, אַז סאַנדלער האָט אַ שײַכות צו ייִדיש, און נאָך אַזאַ שײַכות! שפּעטער האָבן מיר זיך "פֿון ס׳נײַ" באַקענט מיט אים אין דער רעדאַקציע פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד". מיר פֿלעגן זיך טרעפֿן אויף ליטעראַרישע אָוונטן אין קעשענעוו.

אין 1989—1991, האָט שמעון סאַנדלער געגעבן אונדז לעקציעס אין ייִדיש אויף די העכסטע ליטעראַרישע קורסן אין מאָסקווער ליטעראַטור־אינסטיטוט אויף מ. גאָרקיס נאָמען. דאָ האָב איך זיך איבערצײַגט, אַז ער איז אַן אויסגעצייכנטער פּעדאַגאָג און מעטאָדיסט. שפּעטער, ווען איך האָב געלערנט מיט סטודענטן ייִדיש אין קעשענעווער מלוכישן אוניווערסיטעט, האָב איך אויפֿן יסוד פֿון זײַנע לעקציעס און זײַן "סאַמאָוטשיטעל" — "זעלבסטלערער", אויסגעאַרבעט און געלייענט דעם קורס: "די מעטאָדיק צו לערנען ייִדיש אין די מיטלשולן". אויך אין מאָסקווע האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ש. סאַנדלער איז ענג פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. ער פֿלעגט לייענען אויף אויסנווייניק י. ל. פּרצעס "מאָניש", און משה קולבאַקס לידער. ער האָט מיר דערציילט, אַז אין די יונגע יאָרן פֿלעג ער אויך שרײַבן ייִדישע לידער.

ערשט נישט לאַנג, שוין אין ירושלים, האָב איך געטראָפֿן אין דער צײַטונג "פֿאָרויס", וואַרשע (1937—1939), פֿאַר דעם 17 פֿעברואַר 1939, ש. סאַנדלערס ליד "טאַרטאַק", ס׳איז גיכער אַ פּאָעמע, פֿון אַ 200 שורות. אַ פֿראַגמענט פֿון דעם ליד וויל איך דאָ ברענגען. אין דעם דאָזיקן פֿראַגמענט קאָן מען הערן די קלינגענדיקע שטימע פֿונעם יונגן שמעון סאַנדלער:

טאַרטאַק (לוצקיאַניש)*
פּליינער אויף פּליינער,
פּליינער אויף פּליינער.
אינמיטן פֿון פּליינער — אַ וואַלד,
אינמיטן פֿון וואַלד מיט רויכן געקרוינט
— אַ באַראַק,
— אַ טאַרטאַק.

און גלײַך פֿונעם רויטן פֿאַרטאָג
האָבן זיך סירענעס צעוו־וו־וואָיעט, צעקלאָגט
— אַ־ווי וו־וו־ווי זענען קלעצער?
— און אַרבעטער וו־וו־וו־ו־ו...?
האָבן זיך יונגען צעלאָזט אויף די פּלעצער,
פֿאַרצויגן, פֿאַרזונגען אַ מוטיק געזאַנג:
— העך! דובינושקאַ! מיר זינגען!
— העך דו גרינינקע! פֿאַל גלײַך אַראָפּ!
העי — האָפּ!
העי — האָפּ!
באַרג־אַרויף,
באַרג־אַראָפּ,
אין געשווינד,
ווי אַ ווינט, יאָגן קלעצער
פֿון פּלעצער
אין מויל פֿון באַראַק,
וווּ צעקאָכט און צעברענט
האָט געוואַרט דער טאַרטאַק...

* אַ. לוצקי (1894—1957) — פּאָפּולערער אין יענע יאָרן ייִדישער פּאָעט