דזשעני מערקין, איינע פֿון מײַנע אַמאָליקע סטודענטקעס, האָט זיך ווידער רעגיסטרירט און גענומען אַ סעמעסטער מיט מיר. יענע וואָך האָט זי מיר דערלאַנגט אַן אַרבעט, באמת אַ גאַנצע שטודיע וועגן איר משפּחה וואָס אַ טייל פֿון זיי האָבן געוווינט אין פּוילן, אַריבער קיין דײַטשלאַנד און צום סוף קיין בעלגיע. זי דערציילט אַז אין 1940, ווען די דײַטשן זײַנען באַפֿאַלן בעלגיע, דעם זעלבן פֿרײַטיק, האָט איר זיידע, זײַן עלטערער ברודער, עלטערע שוועסטער, זייערע עלטערן, די באָבע־זיידע פֿון טאַטנס צד, צוזאַמען מיט אַן עלטער־מוטער, זײַנען שטילערהייט אַנטלאָפֿן פֿון אַנטווערפּן, אויפֿן וועג קיין דאַנקוירק, און אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן זייער וואָגלעניש דורך פֿראַנקרײַך, שפּאַניע, פּאָרטוגאַל, מאָזאַמביק, זיד־אַפֿריקע און צום סוף דערגרייכט די ברעגעס פֿון ניו־יאָרק. אין יאָר 1941, בעת דער גאַנץ געפֿערלעכער נסיעה האָט דזשעניס זיידע באַגעגנט פֿאַרשיידענע ייִדן פֿון דער גאַנצער וועלט. ער האָט געקענט זיך אַדורכשמועסן מיט זיי אויף מאַמע־לשון.
"מײַן זיידע דערציילט, אַז די ייִדישע קהילה אין בעלגיע איז געווען רעלאַטיוו אַ קליינע. זי האָט דעמאָלט געציילט אַרום דרײַסיק טויזנט ייִדן. ס’רובֿ פֿון זיי האָבן געוווינט אין אַנטווערפּן, די רעשט אין בריסל. די ייִדן זײַנען מערסטנס געווען סוחרים און אַ צאָל פֿון זיי האָבן זיך פֿאַרנומען מיט בריליאַנטן. די צאָל געמישטע חתונות איז געווען אַ זעלטנקייט. עס זײַנען דערשינען ייִדישע און ייִדיש־דײַטשע צײַטונגען. בעלגיע האָט אויך פֿאַרמאָגט אַנטיסעמיטיזם. אין אַנטווערפּן האָט מען קוים געהערט פֿון דעם, אָבער אין צפֿונדיקן טייל, וווּ די וואַלונס און די טשעלס האָבן געלעבט, איז אַנטיסעמיטיזם געווען אַ סך שטאַרקער. אַ סך בעלגיער זײַנען געווען באַגײַסטערט פֿונעם נײַעם דײַטשלאַנד. זיי האָבן עטאַבלירט צוויי פֿאַשיסטישע פּאַרטייען, די "רעקסן" און די "ראַרעלן." ביידע האָבן אָפֿענערהייט געפּריידיקט אַנטיסעמיטיזם. אין אַנטווערפּן אָבער, וווּ ס’רובֿ ייִדן האָבן געוווינט צווישן דער פֿלעמישער באַפֿעלקערונג, זײַנען די פֿלעמער געווען טאָלעראַנט. זיי זײַנען געווען דאַנקבאַר פֿאַר דער דיאַמאַנטן־אינדוסטריע, וווּ עס האָבן געאַרבעט אַ סך פֿלעמישע יונגע מענטשן.
נאָך דער אינוואַזיע פֿון די דײַטשן האָט זיך אַלץ געביטן. דער בעלגישער קעניג לעאָפּאָלד דער דריטער, איז אַלע מאָל געווען פֿרײַנדלעך צו דער ייִדישער באַפֿעלקעונג. ווען די דײַטשן האָבן געפֿאָדערט פֿון אים ער זאָל אַרויסגעבן די ייִדן, האָט זיך דער קעניג אָפּגעזאָגט. ער האָט געטענהט, אַז ער קען נישט אָפּהאַלטן דעם דײַטש פֿון צונויפֿזאַמלען די ייִדן, אָבער ער וועט זיך נישט באַטייליקן אין דעם. די ייִדן זײַנען לעגיטימע בירגער פֿון לאַנד. די מלכּה ווילהעמינאַ איז דערווײַל אַנטלאָפֿן קיין לאָנדאָן. נאָך דער מלחמה האָט מען באַשולדיקט דעם קעניג אין קאָלאַבאָרירן מיט די דײַטשן."
ערשט נישט לאַנג צוריק האָט מיר דזשעני צוגעשיקט אַן אַרטיקעלע פֿון אַ זשורנאַל וואָס זי האָט געפֿונען אויף דער אינטערנעץ. די שרײַבערין זשאַקלין אָשעראָוו האָט באַשריבן איר נסיעה קיין אַנטווערפּן, אויף לעבעדיקע שפּורן פֿון ייִדיש. זי שרײַבט, אַז איר פֿערצן־יאָריקע טאָכטער מאַלי, אַרויסקוקנדיק דורכן פֿענצטער פֿון דעם אויטאָ אין אַנטווערפּן, האָט זיך נישט געקענט צוגלייבן, אַז די ערשטע זאַך וואָס זי האָט געזען זײַנען געווען די פֿרומע ייִדן. פֿון גרויס שטוינונג האָט די שרײַבערין פֿונעם אַרטיקעלע פֿאַרפֿירט אַ שמועס מיט איר גאַסט־געבערין, וווּ זי האָט זיך באַזעצט אויף אַ פּאָר וואָכן.
זי שרײַבט:
"איך בין אַהערגעקומען מיט אַ פּלאַן צו שרײַבן אַ פּאָעמע וועגן לעבעדיקן ייִדיש. איך האָב געשריבן גענוג פּאָעמעס וועגן ייִדיש אין מײַן לעבן, וועגן דער "טויטער" שפּראַך, און איך קען זיך נישט פֿאָרשטעלן, ווי איך וועל זיך ספּראַווען מיט שרײַבן עפּעס וועגן מײַנע באָבע־זיידעס־לשון, וואָס לעבט און איז געזונט. ייִדיש איז געווען די הויפּטשפּראַך פֿון אַכציק פּראָצענט ייִדן אין אַנטווערפּן.
אין דער טעקסי צו אונדזער גאַסט־געבערין האָט זיך מײַן יונגע טאָכטער אָפּגערופֿן:
'ווי איך זע, זעט אַנטווערפּן אויס ווי אַ ייִדישע שטאָט. האָסט נישט געזען?’
'ניין! וואָס האָב איך נישט געזען.’ האָב איך איר געענטפֿערט.
'פֿרומע ייִדן אויף ביציקלעטן.’
אין דעם איז פֿאַרבײַגעפֿאָרן אַ ביציקליסט אין אַ שוואַרצן קאַפּעליוש, מיט אַ באָרד, אַ שוואַרצער קאַפּאָטע, פּאות, ציצית וואָס האָבן זיך געשלענגלט אין ווינט, מיט אַ קאָשיקל וואָס האָט זיך געוויגט צווישן זײַנע ביציקלעט־האַנטפּעדאַלן. פֿרומע ייִדן האָבן געהאַט זייערע געשעפֿטן אַרום דעם וואָקזאַל, אַ דימענטן־דיסטריקט. איינער פֿון די ביציקליסטן האָט אַרײַנגערעדט אין זײַן צעלולאַרן טעלעפֿאָן אויף ייִדיש.
פֿון מײַן קוזינע בעקאַ, וועמען איך האָב שפּעטער באַגעגנט, האָב איך אויסגעפֿונען, אַז כּמעט די גאַנצע משפּחה מײַנע פֿאַרנעמט זיך מיט בריליאַנטן. איך בין געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז ייִדיש רעדט מען שוין נישט מער אין אייראָפּע, און מסתּמא שוין אין ערגעץ נישט. כאָטש די שפּראַך וואָס איך האָב געהערט אויף דער 47סטער גאַס אין ניו־יאָרק, רעכנט זיך נישט, ווײַל איך האָב געהאַלטן אַז זייער ייִדיש איז זייער פֿאַראָרעמט. כּמעט אַלע אין מײַן פֿרומער משפּחה אין בעלגיע האָבן גערעדט פֿינף שפּראַכן. צווישן זיי פֿראַנצויזיש, פֿלעמיש, העברעיִש און ענגליש. די שפּראַך וואָס זיי רעדן צווישן זיך אָבער, איז פֿראַנצויזיש. איך האָב געהערט אין גאַס אָפּקלאַנגען פֿון ייִדיש בעת מיר האָבן שבת שפּאַצירט צו זיי אַהיים. אַגבֿ, דער שבת האָט אַרײַנגעפֿירט אַ שבתדיקע שטימונג אין דער געגנט. אַלע זײַנען געווען אויסגעפּוצט. די קליינע חבֿרה האָט געטראָגן אויף די קעפּלעך מיניאַטור־קאַפּעלעך. אין שיל האָבן מיר באַמערקט אַ פֿרוי, וואָס יעדער איינער האָט זי גערופֿן 'זשאַקלין קענעדי.’ זי האָט געטראָגן אַ פּרעכטיקן זײַדענעם קאָסטיום, מיט אַ צוגעפּאַסט היטעלע און הויכע קנאַפֿל אויף די שיכעלעך. דאָ אין אַנטווערפּן קען מען שפּאַצירן צום צענטער פֿון שטאָט צו פֿוס.
דאָ האָב איך דערזען פּרעכטיקע געשעפֿטן פֿול מיט מאָדערנע כּלה־קליידער, פֿאַנטאַסטישע הוטן און די אומגלייבלעכע פּיער מאַרקאָליני־שאָקאָלאַדן. פֿאַרשטייט זיך, אַז מײַן משפּחה דאָ וועט אַזוינס נישט אָנרירן. זיי זאָגן ס’איז נישט כּשר, שוין אָפּגערעדט פֿון חלבֿ־ישׂראל. די ייִדן אין אַנטווערפּן האָבן אַ 'קליינבאַט,’ וואָס נאָך דרײַ מינוט נאָכן באַקענען זיך מיט אַן אַנטווערפּן־ייִד, וועט ער באַלד וועלן וויסן:
איר זײַט שוין געווען אין 'קליינבאַטס?’ אַפֿילו די חבֿ״דסקע רביצין אין סאָלט־לייק־סיטי, פֿון וואַנען איך קום, ווייסט וועגן דער כּשרער בעקערײַ אין אַנטווערפּן. די רייען רינגלען אַרום די גאַס יעדן זונטיק אין דער פֿרי. עס וואַרטן נישט נאָר ייִדן, נאָר נישט־ייִדן אויך. און כאָטש איך האָב געטראָגן לאַנגע הויזן, האָט מיך אָפּגגעשטעלט אַ פֿרוי אין אַ שײַטל מיט אַ קינדער־וועגעלע וועלכע האָט זיך נאָכגעפֿרעגט נאָך אַן אַדרעס. ווען איך בין אַרײַן אין דער בעקערײַ האָב איך געהערט ווי די פֿאַרקויפֿערין האָט זיך געוואָנדן צו אַ בחורל און אים געפֿרעגט אויף ייִדיש: 'נאָך עפּעס?’ און עס האָט מיך אַרומגענומען אַ וואַרעמע פֿרייד.
בלײַבט די פֿראַגע, ווי אַזוי וועל איך דאָ שרײַבן אַ פּאָעמע וועגן לעבעדיקן ייִדיש? דער עיקר ווען איך בין אַרײַן אין אַ ביכער־געשעפֿט, פֿול מיט שטויב און פּאָרעך. דאָ האָב איך געזוכט אַ בוך פֿון תּפֿילות, וואָס איך האָב געוואָלט מיטנעמען מיט זיך אַהיים קיין אַמעריקע. אַנשטאָט דעם, האָט דער ביכער־פֿאַרקויפֿער מיר פֿאָרגעלייגט אַ בוך וווּ עס איז געשטאַנען ווי צו זײַן אַ גוטע ייִדישע פֿרוי און אַ גוטע בעל־הביתטע. ווען ער האָט געזען אַז איך בין נישט פֿאַראינטערעסירט, האָט ער מיר פֿאָרגעלייגט אַ פּלאַקאַטל וואָס מען קלעפּט אָן אויפֿן אויטאָ, וואָס פּראָקלאַמירט אַז משיח קומט.
אין גאַס האָב איך און מײַן טאָכטער דערהערט העברעיִש און נישט ייִדיש, וואָס די חבֿרה האָט אַרײַנגעשריגן אין זייערע צעל־טעלפֿאָנדלעך. מיר זײַנען אַוועק אין פּאַרק און געהערט העברעיִש און פֿראַנצויזיש. מיר האָבן באַשלאָסן אויפֿצוגעבן אונדזער ייִדיש אויף אַ טאָג. ס’איז געווען אַ זוניקער נאָכמיטיק, און עמעצער האָט אונדז פֿאָרגעשלאָגן מיר זאָלן אַריבער דעם טײַך צו זען אַנטווערפּנס סקראָמנעם האָריזאָנט. מײַן טאָכטער האָט באַמערקט אַ מענטש אין אַ שוואַרצן קאַפּעליוש. יענער איז געזעסן אַליין אויף אַ באַנק מיט צוויי ליידיקע קינדער־וועגעלעך לעבן אים. מיר האָבן זיך אײַנגעקוקט אין פּאַרק און דערזען קליינע ייִנגעלעך אין יאַרמלקעס און קליינע מיידעלעך אין לאַנגע יופּקעלעך. זײַנען מיר צוגעגאַנגען נאָענט און דערהערט קינדער־שטימעלעך אויף אַ הויך קול. זיי האָבן זיך געשפּילט אויף ייִדיש. זיי זײַנען נאָכגעלאָפֿן איינער נאָכן אַנדערן און אַלץ אויף ייִדיש. זיי האָבן באַשולדיקט איינער דעם צווייטן אויף ייִדיש און געפֿאָדערט אַ נאַש אויף ייִדיש. זייערע מאַמעס האָבן געמאָטלט, געלאַכט אויף ייִדיש. זיי האָבן אַפֿילו איגנאָרירט די קינדער. אַזוי פֿאַרנומען זײַנען זיי געווען מיט זייערע מאָטלערײַען.
און איך, וואָס האָב געזוכט אָט דעם מאָמענט אין אַנטווערפּן, בין אין גאַנצן געבליבן פּערפּלעקסט. איך בין זיכער, אַז איך האָב טאַקע פֿאַרשטאַנען אַז מיט דער שפּראַך קען מען זיך באַנוצן אין אַ פּאַרק וווּ קינדער שפּילן זיך; מײַן גאַנצע מי בײַם אַרומזוכן אַזאַ ווינקעלע. נאָך אַזוי פֿיל אַנטוישונגען, האָב איך זיך בשום־אופֿן נישט געקענט באַפֿרײַען פֿונעם געדאַנק, אַז ייִדיש געהערט בלויז צום עלטערן דור, ביז יענעם מאָמענט, אין פּאַרק, אויפֿן שפּילפּלאַץ. ערשט דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען וואָס עס מיינט אַ שפּראַך ווען זי לעבט."
זיכער האָט מיך דאָס אַרטיקעלע וועגן אַ לעבעדיק ייִדיש־לשון צווישן קינדערלעך געמוטיקט, און צוגעגעבן כּוחות און אינספּיראַציע ווײַטער צו חלומען ווען עס קומט צו מאַמע־לשון. צי די ייִדישע שפּראַך איז צעקאַליעטשעט אָדער צעלומיעט בײַ די פֿרומע, און דערפֿאַר דאַרף מען זיי שטראָפֿן, ווייס איך נישט. אָבער דער עיקר, רעדן זיי ייִדיש. בײַ אונדז, כאָוועט מען די קינדער אויף ענגליש, און אַ ייִדיש וואָרט איז בלויז גוט צום לאַכן. אָבער ייִדיש האָט אַדורכגעמאַכט אַ סך סטאַדיעס אין זײַן לאַנגער און טראַגישער געשיכטע. איז לאָמיר האָפֿן, אַז דאָס איז נאָך איינע פֿון יענע אומעטיקע סטאַדיעס פֿון וועלכער דאָס לשון וועט ניצול ווערן.