פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַראַיאָרן, אין נאָוועמבער, קורץ נאָך די פּרעזידענט־וואַלן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָב איך פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג אין פּאַריז. אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט האָט זיך ממש געוואָרפֿן אין די אויגן די צאָל פּאָרטרעטן פֿון באַראַק אָבאַמאַ — ער האָט פֿון אַלע זײַטן געקוקט אויף די פּאַריזער אײַנוווינער און, אַזעלכע ווי איך, פֿאַרבײַפֿאָרער. אין מײַן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט האָט זיך פֿון יענע טעג אָפּגעהיט אַ בילד, וואָס איך האָב געמאַכט שוין אויפֿן צפֿון-וואָקזאַל, Gare du Nord, פֿון וואַנען אַ באַן האָט מיך אַריבערגעפֿירט קיין לאָנדאָן.

דער פּרעזידענט אָבאַמאַ בלײַבט זייער פּאָפּולער אין אייראָפּע. ער איז דאָרטן אַ סך פּאָפּולערער ווי בײַ זיך אין דער היים. עס שאַפֿט זיך, בכלל, אַן אײַנדרוק, אַז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט איז "צו אייראָפּעיִש" פֿאַר די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דרײַ פֿון פֿיר אייראָפּעער, ווי אויך טערקן, זײַנען צופֿרידן מיט זײַן אויסערן-פּאָליטיק, בעת בימי דזשאָרדזש בוש איז די שטיצע געווען אַ סך קלענער — ווייניקער פֿון 20 פּראָצענט. אַזאַ סטאַטיסטיק ווײַזן די רעזולטאַטן פֿון דעם לעצטן יערלעכן אויספֿרעג פֿון "טראַנסאַטלאַנטיק טרענדס". אַ סבֿרא, אַז דזשאָ ווילסאָן, דער רעפּובליקאַנער קאָנגרעסמאַן פֿון דרום-קאַראָלײַנע, וואָלט געדאַרפֿט היטן די ביינער אין אייראָפּע און בעסער אַרומפֿאָרן אינקאָגניטאָ. מיט זײַן שקאָצישער רעפּליק "ליגנערײַ!" בעת אָבאַמאַס רעדע, האָט ער, בלי-ספֿק, געוווּנען פֿאַר זיך ניט ווייניק קעגנער אויף דער אַנדערע זײַט פֿון אַטלאַנטיק.

אייראָפּע איז, פֿונדעסטוועגן, ניט אומעטום די זעלבע. לינגוויסטישע, קולטורעלע און היסטאָרישע אייגנשאַפֿטן שאַפֿן אַ קאָמפּליצירטע אידעאָלאָגישע מאַפּע. דער זעלבער אויספֿרעג פֿון "טראַנסאַטלאַנטיק טרענדס" ווײַזט זייער בולט ווי ממשותדיק אַנדערש קוקט מען אויף דער וועלט אין דער "אַלטער", מערבֿ-אייראָפּע אין פֿאַרגלײַך מיט דער "יונגער", נאָך ניט לאַנג צוריק קאָמוניסטישער מיזרח-אייראָפּע. מער פֿון 60 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע מיזרח-אייראָפּעיִשע תּושבֿים האָבן ניט געמאַכט קיין סוד פֿון זייער סקעפּטיציזם לגבי דער אויסערן-פּאָליטיק פֿון פּרעזידענט אָבאַמאַ, בפֿרט אין שײַכות מיט רוסלאַנד, איראַן, אַפֿגאַניסטאַן און מיטל-מיזרח. אויף דער פֿראַגע, צי די אויסגעפֿרעגטע זעען די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין אַ פּאָזיטיווער ליכט, איז דער ענטפֿער געווען "יאָ"; אָבער בלויז פֿון יעדער צווייטן מיזרח-אייראָפּעער, בעת אין מערבֿ-אייראָפּע האַלטן אַזוי 63 פּראָצענט.

אין אייראָפּע איז דער איצטיקער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַזונדערס באַליבט אין דײַטשלאַנד. דאָרטן האַלטן אים אונטער 82 פּראָצענט לײַט (אין אַמעריקע איז עס איצט 52 פּראָצענט). די אונטערשיידן זײַנען גרויס פֿאַר אַזעלכע לענדער ווי פֿראַנקרײַך, פּוילן און רומעניע. ווען מע האָט געבעטן פֿאַרגלײַכן די פּאָפּולערקייט פֿון אָבאַמאַ און בוש, האָבן די פֿראַנצויזישע רעספּאָנדענטן געוויזן, אַז אָבאַמאַ איז בײַ זיי מיט 77 פּראָצענט מער פּאָפּולער. אין פּוילן און רומעניע, איז אָבאַמאַ אויך מער פּאָפּולער, אָבער דער אונטערשייד מיט בושס פּאָפּולערקייט איז ניט צו פֿאַרגלײַכן קלענער — ער דערגרייכט אין גאַנצן 11 פּראָצענט אין רומעניע און 14 פּראָצענט אין פּוילן. אידעאָלאָגישע אַנדערשקייט פֿון די צוויי טיילן אין אייראָפּע האָט אַנטפּלעקט אויך די רעאַקציע אויף דער פֿראַגע, צי די באַציִונגען צווישן אייראָפּע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן זיך פֿאַרבעסערט אַ דאַנק אָבאַמאַס פּאָליטיק. אין מיזרח-אייראָפּע מיינען אַזוי בלויז 25 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע, אין פֿאַרגלײַך מיט 43 פּראָצענט אין מערבֿ-אייראָפּע.

דער עולם אין מיזרח-אייראָפּע איז אָפֿט מאָל וואַרעם געשטימט צו דזשאָרדזש בוש, ווײַל מיט זײַן נאָמען פֿאַרבינדט מען דאָרטן די עקספּאַנסיע פֿון דעם בלאָק "נאַטאָ" און, בכלל, די מער אַגרעסיווע פּאָזיציע צו רוסלאַנד. אין אַזעלכע לענדער ווי פּוילן, בולגאַריע, רומעניע און סלאָוואַקיע בלײַבט די באַפֿעלקערונג נאָך אַלץ אָנגעשפּיצט, ווען די רייד גייט וועגן רוסלאַנד, ווײַל מאָסקווע אַסאָציִיִרט מען אין יענע מקומות מיט אימפּערישע אַמביציעס פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, געצילט אויף אונטערצודריקן די קלענערע שכנים. אין "נאַטאָ" זעט מען דאָרטן אַ מעכטיקן פּאָליטישן און מיליטערישן כּוח, וואָס איז אימשטאַנד צו פֿאַרטיידיקן זיי פֿון רוסלאַנד. רוסאָפֿאָביע איז, בלי-ספֿק, אַ סך שטאַרקער אין די געוועזענע סאָציאַליסטישע לענדער איידער אין ס׳רובֿ אַנדערע עקן פֿון דער וועלט. ניט צופֿעליק האָבן נאָר 28 פּראָצענט מיזרח-אייראָפּעער געענטפֿערט, אַז זיי וואָלטן געשטיצט זייער רעגירונג, טאָמער זי וואָלט זיך אָפּגעריסן פֿון "נאַטאָ", כּדי צו פֿאַרזיכערן די נייטיקע פֿאַרבינדונגען מיט רוסלאַנד אין געביט פֿון ענערגעטיק. אין מערבֿ-אייראָפּע האָבן אַזאַ געדאַנק אונטערגעהאַלטן 41 פּראָצענט רעספּאָנדענטן.

אינטערעסאַנט, אַז בעת די אייראָפּעער שטיצן ענטוזיאַסטיש אָבאַמאַס פּאָליטיק בכלל, זײַנען זיי ניט מסכּים מיט אַ היפּש ביסל פּרטים פֿון דער דאָזיקער פּאָליטיק. למשל, 63 פּראָצענט אייראָפּעיִשע רעספּאָנדענטן זײַנען סקעפּטיש וועגן דעם שליחות אין אַפֿגאַניסטאַן (צווישן די אַמעריקאַנער, זײַנען 56 פּראָצענט אָפּטימיסטיש וועגן דער דאָזיקער מיסיע). ס׳רובֿ אייראָפּעער ווילן, מע זאָל אַרויסציִען, לכל-הפּחות, אַ טייל פֿון די "נאַטאָ"-מיליטערלײַט. אויך אין שײַכות מיט איראַן זײַנען ס׳רובֿ אייראָפּעער געשטימט קעגן אַ וועלכע עס זאָל ניט זײַן מיליטערישע אַקציעס, כאָטש די פּאָזיציע פֿון דעם אַמעריקאַנער עולם איז אַ סך אַנטשיידענער. אָבער די אייראָפּעער זײַנען מער אַנטשיידן געשטימט אין עקאָלאָגישע פֿראַגן.