- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
שמשון פֿערשט איז געבוירן געוואָרן אין 1866 אין אַ דאָרף לעבן נאָוואָסעליץ, בוקאָווינע, און איז געשטאָרבן אין בוקאַרעשט אין 1968. ער האָט געשריבן פּשוטע, פֿאָלקסטימלעכע לידער, פּאַראָדיעס, לידער באַזירט אויף פּאָפּולערע מעלאָדיעס. זײַנע סוזשעטן זײַנען געווען וועגן אַרבעטער, וועגן נויט, וועגן זײַן לעבן, וועגן דער ערשטער וועלט־מלחמה און אַנדערע. זײַן ליד "דער זינגענדיקער שנײַדער" איז אַ ווויל־ייִנגלערישער אויטאָפּאָרטרעט, געזונגען צו דער מעלאָדיע פֿון משה קולבאַקס פּאָפּולער ליד "אַ בחור אַ הולטײַ":
זעסט דעם שנײַדער־זינגער דאָרט!
אַז ער גייט אַרויס אין גאַס,
פֿרעגט אים דאָרט אַ וווילער יונג,
ער קען אויך די גאַנצע וועלט,
געבויט אויף וואַרשאַווסקיס "אויפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל" איז זײַן ליד "אין חדר":
אויפֿן פּריפּעטשיק איז טויט דאָס פֿײַערל,
געדענקט זשע, קינדערלעך, מײַנע טײַערע,
אויף דעם צווייטן טאָג, איז אין שטוב אַ רעש,
צווישן זײַנע לידער איז פֿאַראַן אַ ליד וועגן דעם אײַזנבאַן, וואָס פֿערשט שרײַבט, איז אַ פּאַראָדיע פֿון וועלוול זבאַרזשערס הומאָריסטיש ליד. אויף וויפֿל מיר ווייסן, איז דאָס דער איינציקער אָנווײַז, אַז דאָס ליד וועגן דער אײַזנבאַן האָט זבאַרזשער געשריבן:
רבונו של עולם, פֿאַרהיט מײַן ביסל יאָרן,
קוים פֿאָרט אַ ביסל גיכער, שאָקלט זיך דער וואָגן,
ער באַזירט נאָך אַ ליד אויף מרדכי געבירטיגס פּאָפּולער ליד "קינדער יאָרן":
אין דעם קעמערל פֿון מײַן זכּרון,
אין דעם חזנס גערטנדל דעם שיינעם,
דער רבי אין חדר זיצט מיט די בחורים,
קינדער־יאָרן אין תּהום געפֿלויגן,
צום סוף ברענגען מיר שמשון פֿערשטס אַ ווירטואָזן צונויפֿפֿלעכט פֿון שרײַבער און ווערק, וואָס ער באַטיטלט "די ליטעראַרישע חתונה": — ווער זענען די חתן־כּלה? — "דאָס זיסע מיידל" מיטן "ישיבֿה־בחור" — ווער האָט געגעבן נדן? — מענדעלע מוכר־ספֿרים האָט געגעבן דאָס "ווינטשפֿינגערל", י.ל. פּרץ האָט געגעבן "די דרײַ מתּנות" און די "גאָלדענע קייט", שלום־עליכם האָט געגעבן "דאָס גרויסע געווינס" מיטן "אוצר", פּרץ הירשביין האָט פֿאַרשריבן אויף זייער נאָמען "די גרינע פֿעלדער", אָפּאַטאָשו האָט זיי געשענקט די "פּוילישע וועלדער" — ווער האָט געגעבן חופּה־וקדושין? — אליעזר שטיינבאַרגס "באַרדיטשעווער רבי" — ווער האָט באַזונגען חתן־כּלה? — דימאָווס "דער זינגער פֿון זײַן טרויער" — ווען האָט מען געשטעלט די חופּה? — "צווישן טאָג און נאַכט" פֿון אַנ־סקי — וווּ האָט מען געשטעלט די חופּה? — "אין דער פּוסטער קרעטשמע" — ווער זענען געווען די אונטערפֿירער? — "מירעלע אפֿרת" און "הערשעלע דובראָוונער" און "דבֿורהלע מיוחסטע" מיט "לוי מאָזנאָוואָער" — ווער האָט גענייט דאָס חופּה־קליידל? — "די דרײַ נייטאָרינס" פֿון פּרצן
און צוגעהאָלפֿן האָט "חנהלע די נייטאָרין" — ווער האָט גענייט די חתן־קליידער? — "משה חייט" — ווער האָט געמאַכט דאָס מעבל? — "מאָטיע־מלך סטאָליער" — ווער זענען געווען די כּלי־זמר? — "סטעמפּעניו" און "די פֿריילעכע קאַפּעליע" — ווער איז געווען דער בדחן? — "כאַצקל דראַכמע" — ווער האָט זיך אָפּגעגעבן מיט די געסט? — "די געברידער לוריע" און "הערשעלע אָסטראָפּאָליער" האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט די מענער — "שיינע־שיינדל פֿון יעהופּעץ" און "צירל־מירל פֿון גאַליציע" האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט די פֿרויען — ווי אַזוי האָט מען אויסגעזעצט די געסט? — "בר־כּוכבא" און "אוריאל אַקאָסטאַ", "דער תּהילים־ייִד", מיטן "ווילנער בעל־ביתל", "דער שטומער" מיט "באָנטשע שווייג", "דאָס פּוילישע ייִנגל" מיט "מאָטל פּייסי דעם חזנס", "שלמה גאָרגל" מיט "מאָשקע חזר", "דער גרינער בחור" מיטן "גולם", "קאַבצנזאָן און הונגערמאַן" און "די צוויי קונילעמלעך" פֿון גאָלדפֿאַדען, "דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער" מיט "אַ חזן אַ שיכּור", "שלמה רב חיימס" מיט "טבֿיה דעם מילכיקן", "פֿישקע דער קרומער" מיט "בנימין השלישי", יאָשע קאַלב" מיט "רבינו גרשון", "דער פֿרעמדער" מיט "אלישע בן אַבויה" — בײַם פֿרויען־טיש זענען געזעסן: — "סערקעלע" פֿון שלמה עטינגער און "די צוויי שכנות" פֿון גאָלדפֿאַדען, "די כּישוף־מאַכערין" און "די אַמעריקאַנער רביצין", "די מאַמע פֿון דער וועלט" מיט דער "מומע פֿון לעמבערג", "די קאָמעדיאַנטקע" מיט דער "שיכּורטע", "אשה רעה" און "די פֿאַרשטויסענע", "ציפּקע פֿײַער" און "יענטע די רויטע", "מלכּלה סאָלדאַט" און "בריינדעלע קאָזאַק". — ווען די שׁימחה איז געווען אין סאַמע ברען זענען פּלוצעם אַרײַן "די רויבער" פֿון שילער און געוואָלט צונעמען דאָס גאַנצע דרשה־געשאַנק און פֿאַרברענען די ליטעראַרישע חתונה, האָבן אַלע אָנוועזנדיקע אָנגעהויבן צו זינגען "עס ברענט" פֿון געבירטיג און אין דער גיך האָבן זיך אַוועקגעשטעלט "די משפּחה אַוואַדיס", סטאָליאַרס "פּשוטע זעלנער", האַלקינס "בר־כּוכבא", און ווען די רויבער האָבן דערזען "דעם מענטש מיט דער ביקס" פֿון פּאָגאָדין, זענען זיי אַוועק וווּ דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט, און דער עולם איז געבליבן פֿאַרענדיקן די ליטעראַרישע חתונה זינגענדיק וואַרשאַווסקיס ליד "די מיזינקע אויסגעגעבן". דער מחבר פוןSubmitted by broytnemer on Fri, 2008-10-31 21:14.
דער מחבר פון "דעם מענטש מיט דער ביקס" איז שמואל־ניסן גאָדינער און ניט עפּעס אַ "פּאָגאָדין". ליידער פאַר פיל פון די היינטצייטיקע לייענער מוז מען שוין אַ ביסל מער פארטייטשן אַ סך פון די דערמאָנטע ווערק און פּערסאָנאזשן אין שמשון פערשטס פּאַראָדיע |