שמשון פֿערשט איז געבוירן געוואָרן אין 1866 אין אַ דאָרף לעבן נאָוואָסעליץ, בוקאָווינע, און איז געשטאָרבן אין בוקאַרעשט אין 1968. ער האָט געשריבן פּשוטע, פֿאָלקסטימלעכע לידער, פּאַראָדיעס, לידער באַזירט אויף פּאָפּולערע מעלאָדיעס. זײַנע סוזשעטן זײַנען געווען וועגן אַרבעטער, וועגן נויט, וועגן זײַן לעבן, וועגן דער ערשטער וועלט־מלחמה און אַנדערע.
זײַן ליד "דער זינגענדיקער שנײַדער" איז אַ ווויל־ייִנגלערישער אויטאָפּאָרטרעט, געזונגען צו דער מעלאָדיע פֿון משה קולבאַקס פּאָפּולער ליד "אַ בחור אַ הולטײַ":
זעסט דעם שנײַדער־זינגער דאָרט!
אים קען כּמעט אַיעדער,
וואַנדערט אום און פֿאָרט צו אָרט
און לאַטעט אַלטע קליידער.
אַז ער גייט אַרויס אין גאַס,
מיט זײַנע גוטע ברידער,
אַלע מאַכן מיט אים שפּאַס,
ער זאָל זיי זינגען לידער.
פֿרעגט אים דאָרט אַ וווילער יונג,
פֿאַר וואָס ער זינגט ניט "ליריק",
שטעלט ער אים אַרויס אַ צונג:
ליריק־כיריק־שיריק.
ער קען אויך די גאַנצע וועלט,
פֿון אַלע סודות ווייסט ער,
איר קענט אויך דעם גראַמער־העלד,
שמשון־גראַגער הייסט ער.
געבויט אויף וואַרשאַווסקיס "אויפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל" איז זײַן ליד "אין חדר":
אויפֿן פּריפּעטשיק איז טויט דאָס פֿײַערל,
דער רבי שרייט: געוואַלד!
גיכער, בעלפֿער, פֿיר אַהיים די קינדערלעך!
ווײַל אין שטוב איז קאַלט.
געדענקט זשע, קינדערלעך, מײַנע טײַערע,
וואָס איך בעט אײַך אָן:
ווער עס וועט נאָר ברענגען האָלץ אַ ביסעלע,
דער וועט אַ מיצווה טאָן.
אויף דעם צווייטן טאָג, איז אין שטוב אַ רעש,
דער רבי האָט אָפּגעקנעלט,
בײַ דעם תּהילים, איז פֿאַרנאַכט דער אַלטיטשקער ,
געשטאָרבן דאָרט פֿאַר קעלט.
צווישן זײַנע לידער איז פֿאַראַן אַ ליד וועגן דעם אײַזנבאַן, וואָס פֿערשט שרײַבט, איז אַ פּאַראָדיע פֿון וועלוול זבאַרזשערס הומאָריסטיש ליד. אויף וויפֿל מיר ווייסן, איז דאָס דער איינציקער אָנווײַז, אַז דאָס ליד וועגן דער אײַזנבאַן האָט זבאַרזשער געשריבן:
רבונו של עולם, פֿאַרהיט מײַן ביסל יאָרן,
אויב מיר וועט באַשערט זײַן נאָך מיט דער באַן צו פֿאָרן,
אוי, האָט ער אַ פֿײַפֿער, מיט אַן אײַזערנעם כּוח,
מיט אים קוים טוט מען פֿאָרן, עס פֿליט דאָס געלט ווי רויך.
קוים פֿאָרט אַ ביסל גיכער, שאָקלט זיך דער וואָגן,
אוי, פֿאַר גרויס פּחד, טוט יעדער ווידוי זאָגן,
אוי, איז דאָס אַ פֿײַפֿער, מיט אַן אײַזערנעם כּוח,
קוים טוט ער זיך צעפֿײַפֿן, פֿאַרטויבט ער מיר דעם מוח.
ער באַזירט נאָך אַ ליד אויף מרדכי געבירטיגס פּאָפּולער ליד "קינדער יאָרן":
אין דעם קעמערל פֿון מײַן זכּרון,
נאָר ווי אין אַ שפּיגל, אין אַ קלאָרן,
זע איך דאָרטן אָן אַ צאָל
מײַנע בילדער פֿון אַמאָל,
זכרונות פֿון די שיינע קינדער־יאָרן.
אין דעם חזנס גערטנדל דעם שיינעם,
אויף דעם גרינעם בערגעלע דעם קליינעם,
יעדן שבת זיך געשפּילט,
אַזוי גליקלעך זיך געפֿילט,
דאָרט, מיט די חבֿרימלעך אין איינעם.
דער רבי אין חדר זיצט מיט די בחורים,
טײַטשט דאָרט אײַן מיט זיי דעם שיר־השירים,
די רביצין בײַם לאָקשן־ברעט
מיט דעם וואַלגער־העלצל שטייט,
זי וואַלגערט המן־טאַשלעך אויף פּורים.
קינדער־יאָרן אין תּהום געפֿלויגן,
בײַ דער אַרבעט זיץ איך אָנגעבויגן,
מיט דעם נאָדעלע איך ניי,
דאָס בענקענדיקע האַרץ טוט וויי,
זכרונות־טרערן קאַפּען פֿון די אויגן.
צום סוף ברענגען מיר שמשון פֿערשטס אַ ווירטואָזן צונויפֿפֿלעכט פֿון שרײַבער און ווערק, וואָס ער באַטיטלט "די ליטעראַרישע חתונה":
— ווער זענען די חתן־כּלה?
— "דאָס זיסע מיידל" מיטן "ישיבֿה־בחור"
— ווער האָט געגעבן נדן?
— מענדעלע מוכר־ספֿרים האָט געגעבן דאָס "ווינטשפֿינגערל", י.ל. פּרץ האָט געגעבן "די דרײַ מתּנות" און די "גאָלדענע קייט", שלום־עליכם האָט געגעבן "דאָס גרויסע געווינס" מיטן "אוצר", פּרץ הירשביין האָט פֿאַרשריבן אויף זייער נאָמען "די גרינע פֿעלדער", אָפּאַטאָשו האָט זיי געשענקט די "פּוילישע וועלדער"
— ווער האָט געגעבן חופּה־וקדושין?
— אליעזר שטיינבאַרגס "באַרדיטשעווער רבי"
— ווער האָט באַזונגען חתן־כּלה?
— דימאָווס "דער זינגער פֿון זײַן טרויער"
— ווען האָט מען געשטעלט די חופּה?
— "צווישן טאָג און נאַכט" פֿון אַנ־סקי
— וווּ האָט מען געשטעלט די חופּה?
— "אין דער פּוסטער קרעטשמע"
— ווער זענען געווען די אונטערפֿירער?
— "מירעלע אפֿרת" און "הערשעלע דובראָוונער"
און "דבֿורהלע מיוחסטע" מיט "לוי מאָזנאָוואָער"
— ווער האָט גענייט דאָס חופּה־קליידל?
— "די דרײַ נייטאָרינס" פֿון פּרצן
און צוגעהאָלפֿן האָט "חנהלע די נייטאָרין"
— ווער האָט גענייט די חתן־קליידער?
— "משה חייט"
— ווער האָט געמאַכט דאָס מעבל?
— "מאָטיע־מלך סטאָליער"
— ווער זענען געווען די כּלי־זמר?
— "סטעמפּעניו" און "די פֿריילעכע קאַפּעליע"
— ווער איז געווען דער בדחן?
— "כאַצקל דראַכמע"
— ווער האָט זיך אָפּגעגעבן מיט די געסט?
— "די געברידער לוריע" און "הערשעלע אָסטראָפּאָליער" האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט די מענער
— "שיינע־שיינדל פֿון יעהופּעץ" און "צירל־מירל פֿון גאַליציע" האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט די פֿרויען
— ווי אַזוי האָט מען אויסגעזעצט די געסט?
— "בר־כּוכבא" און "אוריאל אַקאָסטאַ", "דער תּהילים־ייִד", מיטן "ווילנער בעל־ביתל", "דער שטומער" מיט "באָנטשע שווייג", "דאָס פּוילישע ייִנגל" מיט "מאָטל פּייסי דעם חזנס", "שלמה גאָרגל" מיט "מאָשקע חזר", "דער גרינער בחור" מיטן "גולם", "קאַבצנזאָן און הונגערמאַן" און "די צוויי קונילעמלעך" פֿון גאָלדפֿאַדען, "דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער" מיט "אַ חזן אַ שיכּור", "שלמה רב חיימס" מיט "טבֿיה דעם מילכיקן", "פֿישקע דער קרומער" מיט "בנימין השלישי", יאָשע קאַלב" מיט "רבינו גרשון", "דער פֿרעמדער" מיט "אלישע בן אַבויה"
— בײַם פֿרויען־טיש זענען געזעסן:
— "סערקעלע" פֿון שלמה עטינגער און "די צוויי שכנות" פֿון גאָלדפֿאַדען, "די כּישוף־מאַכערין" און "די אַמעריקאַנער רביצין", "די מאַמע פֿון דער וועלט" מיט דער "מומע פֿון לעמבערג", "די קאָמעדיאַנטקע" מיט דער "שיכּורטע", "אשה רעה" און "די פֿאַרשטויסענע", "ציפּקע פֿײַער" און "יענטע די רויטע", "מלכּלה סאָלדאַט" און "בריינדעלע קאָזאַק".
— ווען די שׁימחה איז געווען אין סאַמע ברען זענען פּלוצעם אַרײַן "די רויבער" פֿון שילער און געוואָלט צונעמען דאָס גאַנצע דרשה־געשאַנק און פֿאַרברענען די ליטעראַרישע חתונה, האָבן אַלע אָנוועזנדיקע אָנגעהויבן צו זינגען "עס ברענט" פֿון געבירטיג און אין דער גיך האָבן זיך אַוועקגעשטעלט "די משפּחה אַוואַדיס", סטאָליאַרס "פּשוטע זעלנער", האַלקינס "בר־כּוכבא", און ווען די רויבער האָבן דערזען "דעם מענטש מיט דער ביקס" פֿון פּאָגאָדין, זענען זיי אַוועק וווּ דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט, און דער עולם איז געבליבן פֿאַרענדיקן די ליטעראַרישע חתונה זינגענדיק וואַרשאַווסקיס ליד "די מיזינקע אויסגעגעבן".