- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ישׂראל גייט צו נײַע וואַלן. די דאַטע צו דעם איז באַשטימט געוואָרן אויפֿן 10טן פֿעברואַר 2009. דאָס מיינט, אַז אין "ווײַסן הויז" וועט שוין צו יענער צײַט באַלעבאַטעווען דער נײַער פּרעזידענט. צי איז עס וויכטיק? מסתּמא יאָ, ווײַל פֿאַר ישׂראל איז תּמיד וויכטיק געווען צו פֿילן אין וואָסער זײַט בלאָזט דער ווינט פֿון וואַשינגטאָן. צי האָט עס געהאָלפֿן? נישט יעדעס מאָל, אָבער אין די קריטישע מאָמענטן האָט אַמעריקע אונטערגעשטעלט אַ פּלייצע.
אין רוסלאַנד זײַנען איצט זייער ברייט פֿאַרשפּרייט טעאָריעס פֿון וועלט-קאָנספּיראַציעס, געצילט קעגן זייער לאַנד. עס זײַנען פֿאַראַן ניט ווייניק אַנאַליטיקער, וועלכע טענהן, אַז דער גאַנצער עקאָנאָמישער קריזיס איז, אין דער אמתן, אַן אופֿן צו שטעלן רוסלאַנד אויף די קני. (בכלל, מע רעדט דאָרטן די גאַנצע צײַט וועגן דער פּאָזע, אין וועלכער עס געפֿינט זיך, כּלומרשט, דאָס לאַנד.) אַ סבֿרא, אַז די פּני פֿון דער רוסישער אידעאָלאָגיע האָבן אויסגעקליבן פֿאַר זייער מדינה און געזעלשאַפֿט דעם פּאַטריאָטיש-נאַציאָנאַליסטישן אימאַזש פֿון אַ "באַלאַגערטער פֿעסטונג". לויט דער ייִדישער מסורה, האָט דער אַכזריותדיקער מלך נמרוד, וועלכער האָט געגרינדעט די ערשטע וועלט-אימפּעריע מיטן צענטער אין "ארץ שנער", שומער, געהייסן אויפֿצובויען די שטאָט בבֿל, מיט אַ ריזיקן טורעם ביזן הימל. ווי עס שטייט אין דער תּורה, האָבן די אײַנוווינער פֿון שנער געוואָלט "קריגן אַ שם, כּדי נישט צו ווערן צעזייט איבער דער ערד". צוליב אַ ריי ענלעכקייטן, פֿאַרבינדן די היסטאָריקער די דאָזיקע מעשׂה מיט דער אַקאַדישער אימפּעריע, געשאַפֿן אין מעסאָפּאָטאַמיע דורכן קיניג סאַרגאָן. חנה ווירט־נשר איז די גרינדער־דירעקטאָרין פֿון גאָלדרײַך־אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור. זי פֿאַרנעמט די קאַטעדרע פֿאַר שטודירן די ייִדישע דערפֿאַרונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אויפֿן נאָמען פֿון שמואל און פּערי האַבער בײַם אוניווערסיטעט פֿון תּל־אָבֿיבֿ. זי איז די מחברין פֿון "שטאָט־קאָדן׃ לייענענדיק די מאָדערנע שטאָטישע ראָמאַנען"; לעצטנס, איז אַרויס איר נײַ בוך׃ "רוף דאָס ענגליש׃ די שפּראַכן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור". אַ פּלאַן פֿון אַן אַטענטאַט אויף אָבאַמאַ מאָנטיק, האָט די פּאָליציי אַרעסטירט צוויי "גאָלע־קעפּ" ("סקינהעדס") פֿון טענעסי און אַרקענסאָ, און זיי באַשולדיקט אין צוגרייטן אַן אַטענטאַט אויפֿן דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט באַראַק אָבאַמאַ. די צוויי בחורים האָט מען באַשולדיקט אין פֿאַרמאָגן אומלעגאַל געווער, פּלאַנירן צו גנבֿענען געווער און אין שטעלן אין סכּנה דאָס לעבן פֿון אַ קאַנדידאַט פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט. אַ פֿעדעראַלער אַגענט האָט אין אַ ראַפּאָרט, געשריבן, אַז די צוויי יונגען האָבן געוואָלט אומברענגען אַן ערך 88 שוואַרצע תּלמידים אין אַ שול און אָפּהאַקן די קעפּ פֿון 14 פֿון זיי. די צוויי נומערן — 14 און 88 — זענען סימבאָלן אין דער ראַסיסטישער, נאַצישער "גאָלע־קעפּ"־קולטור. דער באַשעפֿער האָט געהייסן נוחן צו אויסבויען די דרײַ־שטאָקיקע תּיבֿה, 300 איילן די לענג, 50 איילן די ברייט, און 30 די הייך, כּדי אַרײַנצוברענגען אַהין אַלע חיות פֿון דער וועלט, זיי זאָלן זיך ראַטעווען פֿונעם מבול. די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער אויבערשטער שטאָק איז געווען פֿאַר די מענטשן, דער צווייטער — פֿאַר די חיות, און דער אונטערשטער — פֿאַרן מיסט. דער אייבערשטער האָט אויך באַזונדערס געהייסן צו מאַכן אין דער תּיבֿה אַ פֿענצטער; לויט אַן אַנדער פּשט, האָט נוח אַרײַנגעבראַכט אַהין אַ קינסטלעכן ליכט-קוואַל — אַ געוויסן מיסטעריעזן שײַנענדיקן שטיין. דער איצטיקער עקאָנאָמישער קריזיס קען אַרײַנטראָגן היפּשע ענדערונגען אויך אין דער פּאָליטישער אַטמאָספֿער פֿון דער געוועזענער אייראָפּעיִשער קאָמוניסטישער וועלט, און קיינער ווייסט ניט, וואָס פֿון דעם אַלץ וועט זיך באַקומען. רוסלאַנד בלײַבט אַ מעכטיקער פֿאַקטאָר אין דער גאַנצער מעשׂה. ניט געקוקט אויפֿן פֿאַרלירן לעצטנס צענדליקער ביליאָנען דאָלאַרן בײַ די פֿאַלנדיקע פּרײַזן פֿון נאַפֿט און אויף דעם פֿינאַנציעלן קריזיס גופֿא, זיצט נאָך אַלץ מעדוועדיעוו-פּוטינס רעזשים אויף ריזיקע געלט-זאַפּאַסן, אַקומולירטע אין די גוטע יאָרן. אַן אַלטער וויץ גייט אַזוי: אַ ייִד איז געגאַנגען זוכן אַ דירה, און געפֿונען איינע, וואָס איז אים געפֿעלן געוואָרן. דער בעל־הבית האָט אים אָבער אָנגעזאָגט, אַז קיין קינדער טאָרן דאָרט נישט וווינען, און דער ייִד האָט מסכּים געווען. אָבער באַלד ווי דער נײַער לאָקאַטאָר האָט זיך אַרײַנגעצויגן, האָט זיך פֿון דער דירה דערהערט אַ טומל. האָט דער בעל־הבית אָנגעקלאַפּט אין דער טיר. ווען דער לאָקאַטאָר האָט אים געעפֿנט, האָט דער בעל־הבית דערזען אַ שטוב פֿול מיט קינדער. טשערנאָוויץ קאָן מען מיט רעכט צוטיילן דעם טיטל פֿון דער שענסטער שטאָט אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. צום גרויסן טייל איז דאָס אַ פֿאַרדינסט פֿון דעם בירגערמײַסטער מיקאָלאַ פֿעדאָרטשוק. די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע האָט אויסגענוצט די פֿײַערונג פֿון דעם 600־יעריקן יובֿל ווי אַ גוטע געלעגנהייט דורכצופֿירן אַן אַרומנעמיקע רעסטאַווראַציע פֿון די געבײַדעס און גאַסן, כּדי אומצוקערן דער שטאָט דעם אַמאָליקן טעם. טשערנאָוויץ איז תּמיד געווען אַ מין יוצא־מן־הכּלל, אַ שטאָט מיט אַן אייגענעם פּנים און כאַראַקטער, וואָס פֿירט אַן אייגן לעבן און האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו די אַרומיקער סבֿיבֿות. איך זאָג פֿאַרציילן און נישט דערציילן ווײַל דאָס הער איך פֿון מײַנע פֿרײַנד וואָס רעדן נאָך אַלץ זייער טאַטע־מאַמע־לשון. איך ווייס צו מאָל נישט וווּ אָנצוהייבן, ווײַל איך וויל נישט פֿאַראַלגעמיינערן דעם ענין. זיכער האָבן נישט אַלע אַדורכגעמאַכט די זעלביקע ליידן ווי די פֿרײַנד און באַקאַנטע פֿון מײַנע עלטערן. פֿאַרקערט. נאָך דעם ווי איך האָב זיך אַרומגעקוקט, זינט מײַנע טאַטע־מאַמע זײַנען געשטאָרבן, קען איך דערמאָנען אַ פּאָר משפּחות וואָס האָבן געהאַט קינדער קרובֿ צום אויסבראָך פֿון דער מלחמה. ווען נישט זײַן פֿאָרטראָג אין בית־לייוויק, וואָס איז לעצטנס צושטאַנד געקומען אַ דאַנק דער איניציאַטיוו פֿון דער לערערקע סאָניע ראָזענבערג, וואָלט איך מיט רועי (ראָיִ) זיכער זיך נישט געטראָפֿן. ס'איז שוין ווײַט נישט קיין וואָכיקע געשעעניש צו אַנטדעקן אין אונדזער נאָענטן אַרום אַ ישׂראלדיקן ייִדיש־אינטעלעקטואַל אַרײַנגעטאָן אין פֿאָרשן פֿראַגן מיט אַ קוים לײַכטן אַנקער צו אונדזער טאָג־טעגלעכן לעבן, און פֿון דעסטוועגן, געקניפּט און געבונדן מיט אונדזער ווירקלעכקייט. שמשון פֿערשט איז געבוירן געוואָרן אין 1866 אין אַ דאָרף לעבן נאָוואָסעליץ, בוקאָווינע, און איז געשטאָרבן אין בוקאַרעשט אין 1968. ער האָט געשריבן פּשוטע, פֿאָלקסטימלעכע לידער, פּאַראָדיעס, לידער באַזירט אויף פּאָפּולערע מעלאָדיעס. זײַנע סוזשעטן זײַנען געווען וועגן אַרבעטער, וועגן נויט, וועגן זײַן לעבן, וועגן דער ערשטער וועלט־מלחמה און אַנדערע. |