דער באַשעפֿער האָט געהייסן נוחן צו אויסבויען די דרײַ־שטאָקיקע תּיבֿה, 300 איילן די לענג, 50 איילן די ברייט, און 30 די הייך, כּדי אַרײַנצוברענגען אַהין אַלע חיות פֿון דער וועלט, זיי זאָלן זיך ראַטעווען פֿונעם מבול. די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער אויבערשטער שטאָק איז געווען פֿאַר די מענטשן, דער צווייטער — פֿאַר די חיות, און דער אונטערשטער — פֿאַרן מיסט. דער אייבערשטער האָט אויך באַזונדערס געהייסן צו מאַכן אין דער תּיבֿה אַ פֿענצטער; לויט אַן אַנדער פּשט, האָט נוח אַרײַנגעבראַכט אַהין אַ קינסטלעכן ליכט-קוואַל — אַ געוויסן מיסטעריעזן שײַנענדיקן שטיין.
די תּורה זאָגט, אַז דער מבול האָט זיך אָנגעהויבן אינעם צווייטן חודש, מרחשוון, און האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ יאָר שפּעטער. דער מדרש זאָגט אָבער, אַז בעת דעם מבול האָט זיך אָפּגעשטעלט די צײַט אַליין. די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז די פֿונדאַמענטאַלע יסודות פֿון דער נאַטור זענען קאַליע געוואָרן. לויט אַזאַ אָפּטײַטש, איז עס נישט געווען אַ פּשוטע וואַסער-פֿאַרפֿלייצונג, נאָר אַ מיסטעריעזע קאַטאַסטראָפֿע, אין וועלכער די גאַנצע סטרוקטור פֿון ווירקלעכקייט אַרום דער תּיבֿה איז זיך צעפֿאַלן.
הרבֿ אַריה קאַפּלאַן, און אַ צאָל אַנדערע וויסנשאַפֿטלעך-געשטימטע מפֿרשים, האָבן אָבער געהאַלטן להיפּוך, אַז די בוכשטעבלעכע פֿאַרפֿלייצונג איז געשען נאָר אין געוויסע ראַיאָנען, וועלכע זענען געווען צום מערסטן וויכטיק פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשהייט. לויט אַזאַ אָפּטײַטש, איז די מעשׂה וועגן דעם וועלט-מבול, טיילווײַז, אַן אַלעגאָריע.
פֿאַרוואָס האָט די תּורה נישט דערקלערט דײַטלעך די פּרטים פֿונעם מבול גופֿא, מע זאָל קלאָר פֿאַרשטיין דאָס דאָזיקע געשעעניש לויט דער געשיכטע און נאַטור-וויסנשאַפֿט, אָבער פּינקטלעך באַשריבן די קאָנסטרוקציע פֿון דער תּיבֿה? אין דער אמתן, בלײַבן אַלע מעשׂיות אין דער תּורה פֿאַר אונדז תּמיד אַקטועל. די סטרוקטור פֿון דער תּיבֿה גיט אונדז וויכטיקע עצות וועגן אונדזער אינערלעכער עבֿודת-השם, ווי אַזוי זיך צו ראַטעווען פֿונעם טאָג-טעגלעכן "מבול" פֿון גשמיותדיקע טירחות, דערפֿאַר איז זי באַשריבן געוואָרן מער פּינקטלעך, ווי די קאַטאַסטראָפֿע גופֿא.
דער מדרש זאָגט, דער מבול האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ געוויינטלעכער רעגן. ווען די מענטשן האָבן נישט תּשובֿה געטאָן, האָט דער מבול זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ טויטלעכער פֿאַרפֿלייצונג. אַ מעסיקער סכום פֿון גשמיותדיקער שפֿע איז אַ ברכה; מע פֿאַלט אָבער אַרײַן אינעם מאַטעריאַליסטישן לעבן, נישט טראַכטנדיק וועגן רוחניות, ווערט מען פֿאַרפֿלייצט מיט די טירחות פֿון עולם-הזה. מרחשוון איז דער אייניציקער ייִדישער חודש, אין וועלכן ס׳איז נישטאָ קיין יום-טובֿים און אַפֿילו תּעניתים. ס׳איז בעצם אַ "וואָכנטלעכער" חודש. אַזוי ווי דער מבול, וועלכער האָט געדויערט פֿון מרחשוון ביז מרחשוון, מחוץ די ראַמען פֿון דער געוויינטלעכער צײַט, ברענגען די גשמיותדיקע טירחות כּסדר צו אַ נײַעם "מבול".
דאָס וואָרט "תּיבֿה" מיינט אויך "אַ וואָרט". די ווערטער פֿון תּפֿילות, און אַנדערע גײַסטיקע דיבורים, קאָנען אַרויסברענגען די נשמה פֿונעם "מבול", אויב מע באַציט זיך צו יעדעס וואָרט, ווי צו אַ פֿאָרזיכטיק-אויסגעמאָסטענע "דרײַ-שטאָקיקע" קאָנסטרוקציע, אין וועלכן מע שטרעבט אַרײַנצולייגן דאָס גאַנצע חיות — דעם אינטעלעקטועלן, עמאָציאָנעלן און פֿיזישן כּוח. מע מוז אויך מאַכן אַ "פֿענצטער" — צו עפֿענען דאָס האַרץ צו ג-טלעכקייט, כּדי דורכצורײַסן די גרענעצן פֿון גשמיות, אָדער "אָנצוצינדן" אין זיך דעם אייגענעם ג-טלעכן פֿונק. די צאָלן 300, 50 און 30 ווערן באַצייכנט מיט די אותיות "שין", "נון" און "למד" — דער שורש פֿונעם וואָרט "לשון". די דאָזיקע דרײַ אותיות זענען אויך מרמז אויף דער "דרײַ-שטאָקיקער" סטרוקטור פֿון די ווערטער.
די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז ווען מע "בויט", ווי געהעריק, די "תּיבֿות" פֿון די הייליקע דיבורים, קאָן דער "מבול" פֿון גשמיות, אַדרבה, אויסרייניקן די נשמה. מע שאַצט אָפּ די ווערט פֿונעם ליכט דווקא ווען מע קומט אַרויס פֿונעם חושך; ווען מע שטעלט זיך אָפּ, נאָך די טאָג-טעגלעכע טירחות, און מע קאָנצענטרירט זיך אויפֿן דאַוונען, לערנען תּורה, אָדער סתּם רוחניותדיקע געדאַנקען, קאָן מען דערפֿילן אַ באַזונדערס שטאַרקע נאָענטקייט צו רוחניות. אין אַזאַ פֿאַל, קאָן דער "מבול" פֿון גשמיותדיקער אַרבעט דינען אַ פּאָזיטיווע ראָלע, ברענגענדיק דווקא אַ שטאַרקערן אימפּעט פֿון רוחניות אין דער נשמה, און באַנײַענדיק די גאַנצע פּערזענלעכע וועלט פֿונעם מענטש.