פּובליציסטיק

אַן אַלטער וויץ גייט אַזוי:

אַ ייִד איז געגאַנגען זוכן אַ דירה, און געפֿונען איינע, וואָס איז אים געפֿעלן געוואָרן. דער בעל־הבית האָט אים אָבער אָנגעזאָגט, אַז קיין קינדער טאָרן דאָרט נישט וווינען, און דער ייִד האָט מסכּים געווען.

אָבער באַלד ווי דער נײַער לאָקאַטאָר האָט זיך אַרײַנגעצויגן, האָט זיך פֿון דער דירה דערהערט אַ טומל. האָט דער בעל־הבית אָנגעקלאַפּט אין דער טיר. ווען דער לאָקאַטאָר האָט אים געעפֿנט, האָט דער בעל־הבית דערזען אַ שטוב פֿול מיט קינדער.

"האָבן מיר דען נישט אָפּגערעדט, אַז קיין קינדער טאָרן דאָ נישט וווינען?" האָט דער אויפֿגעבראַכטער בעל־הבית געזאָגט.

ענטפֿערט דער לאָקאַטאָר: "קינדער? דאָס זענען נישט קיין קינדער, נאָר שדים!"

דער וויץ איז אַ בײַשפּיל פֿון סאַרקאַזם — אַ בײַסיקער מין הומאָר, וואָס געפֿינט זיך אין אַ צאָל שפּראַכן און קולטורן. צוליב זײַן סובטילקייט, איז אַזאַ הומאָר נישט פֿאַרשטענדלעך פֿאַר יעדן איינעם אין פֿאַרגלײַך מיט, למשל, דעם פּרימיטיוון הומאָר (slapstick, בלע״ז), וואָס אַפֿילו קליינע קינדער קענען פֿאַרשטיין. אַ בײַשפּיל פֿונעם פּרימיטיוון הומאָר: אַ גראָבער מאַן לויפֿט נאָך אַ כאָפּטע ייִנגלעך, פֿאַלט און קריגט אַ גוטן זעץ...

דער סאַרקאַסטישער וויץ איז אָבער מער קאָמפּליצירט, בפֿרט ווען דער וויצלער זאָגט פּונקט דאָס פֿאַרקערטע, וואָס ער מיינט. למשל:

אַ פֿרוי קוקט אַרויס פֿון פֿענצטער, זעט ווי מענטשן טראָגן שירעמס, און פֿרעגט: "ס׳רעגנט?"

ענטפֿערט איר דער מאַן: "ניין, ס׳איז אַ פּרעכטיק־זוניקער טאָג."

דאָס קענען אויסטײַטשן די סתּירה פֿון אַזאַ הומאָר, האַלטן די אַנטראָפּאָלאָגן, איז אַ וויכטיקער טאַלאַנט, ווײַל עס דערמעגלעכט די מענטשן צו וויסן וואָס אַנדערע טראַכטן, אַפֿילו ווען זייערע ווערטער שטימען נישט מיט זייערע געפֿילן. אַנדערש געזאָגט, סײַ די מענטשן וואָס מאַכן דעם איראָנישן קאָמענטאַר, סײַ די וועלכע פֿאַרשטייען די איראָניע, פֿילן זיך אויף אַ שטאַפּל העכער, ווי די וואָס פֿאַרשטייען עס נישט.

שטעלט זיך פֿאָר, למשל, אַ זיצונג פֿון דער עקזעקוטיווע אין אַ גרויסער פֿירמע. דער פֿאָרזיצער מאַכט אַן איראָנישע באַמערקונג, און יענע פֿאַרוואַלטער, וואָס כאַפּן אויף דעם שפּיץ פֿון דער חכמה, לאַכן אָדער שמייכלען — און דאָס רופֿט אַרויס אַ וווּנק פֿונעם פֿאָרזיצער, אַזוי צו זאָגן: "מיר פֿאַרשטייען זיך גוט...". און אויך פֿאַרקערט, אויב דער פֿאָרזיצער איז אַן ערנסטער טיפּ, און די פֿאַרוואַלטער מאַכן סאַרקאַסטישע קאָמענטאַרן הינטער זײַן (אָדער איר) פּלייצע, שאַפֿט דער "אונטערערדישער" הומאָר אַ בונד צווישן די פֿאַרוואַלטער. אין ביידע פֿאַלן, שפּילט דער סאַרקאַזם אַ וויכטיקע ראָלע בײַם אָנקניפּן אַליאַנצן און פֿרײַנדשאַפֿטן.

אָפֿט מאָל, איז דער סאַרקאַזם אַן אופֿן אויסצודריקן אומצופֿרידנקייט, אַנשטאָט צו ווערן אין כּעס אָדער שרײַען. און טאַקע דערפֿאַר וואָס דער וויץ איז סובטיל, זעט דער וויצלער אויס מער אינטעליגענט און סאָפֿיסטיצירט, און זײַן סטאַטוס ווערט דערהויבן, בפֿרט ווען עס רופֿט אַרויס געלעכטער. למשל:

דער לערער פֿרעגט בײַם תּלמיד: "משה, קענסט אָנשרײַבן דעם ריכטיקן ענטפֿער אויפֿן טאָוול?"

אָן חשק, שטייט משה אויף און מורמלט שטילערהייט: "מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן..."

ווי ס׳האָט אַמאָל דערקלערט דער אירלענדישער שרײַבער, אָסקאַר ווײַלד: "דער סאַרקאַזם איז דער נידעריקסטער מין חכמה, אָבער דער העכסטער מין אינטעליגענץ."

אַ ריי פֿאָרשונגען ווײַזן אָן, אַז די פֿעיִקייט צו פֿאַרשטיין איראָניע אָדער סאַרקאַזם האָט אַ פֿיזיאָלאָגישן מקור. ד״ר קעטרין ראַנקין, אַ נעווראָ־פּסיכאָלאָגין בײַם "אוניווערסיטעט פֿון קאַליפֿאָרניע", האָט דורך אַ שטודיע הײַיאָר באַוויזן, אַז די מענטשן, וואָס אַ געוויסער טייל פֿון זייער רעכטן מוח איז פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, פֿאַרלירן אָפֿט מאָל די פֿעיִקייט צו דערשפּירן דעם סאַרקאַזם, און ווי אַ פּועל־יוצא רעאַגירן זיי נישט תּמיד אויף אַ פּאַסיקן געזעלשאַפֿטלעכן אופֿן.

אויך בײַ קליינע קינדער איז דער מוח נאָך נישט גענוג אַנטוויקלט צו קענען ריכטיק אויסטײַטשן אַ סאַרקאַסטישן קאָמענטאַר. אין אַ שטודיע פֿון דער קאַנאַדער פּסיכאָלאָגין, פּעני פּעקסמאַן, בײַם "אוניווערסיטעט פֿון קאַלגאַרי", האָט מען געוויזן 64 קינדער פֿון פֿאַרשידענע עלטערס אַ ליאַלקע־סצענע, וווּ אַ שלימזלדיקער גערטנער האָט, על־פּי־טעות, אַרויסגעריסן אַלע שיינע בלומען פֿונעם גאָרטן און אַרײַנגעוואָרפֿן זיי אין מיסט; דערבײַ האָט ער געלאָזט וואַקסן דאָס ווילדגראָז. דער באַלעבאָס פֿון הויז האָט אָנגעקוקט זײַן אַרבעט און מיט אַ ביטערן שמייכל געזאָגט: "אײַ, אַ פֿײַנער גערטנער ביסטו!"

ווען די פּסיכאָלאָגן האָבן געפֿרעגט בײַ די קינדער: "וואָס האָט דער באַלעבאָס טאַקע געמיינט?" האָבן די קינדער אונטער 10 יאָר אַלט געענטפֿערט, אַז ער האָט געמיינט, אַז דער גערטנער טוט טאַקע אַ גוטע אַרבעט, בעת די עלטערע קינדער האָבן געענטפֿערט, אַז דער באַלעבאָס האַלט נישט פֿון זײַן אַרבעט.

אַמאָל איז די גרענעץ צווישן אַ סאַרקאַסטישן וויץ און אַ באַליידיקונג אַזוי דין, אַז דער וויצלער קאָן אויפֿטאָן גרויסע שאָדנס. ווען דער וויצלער וויקלט אײַן זײַנע נעגאַטיווע געפֿילן אין אַ וויץ, פֿילט ער זיך בעסער באַשיצט, איידער ווען ער וואָלט אָפֿן אויסגעדריקט זײַן אומצופֿרידנקייט. און ווען דער חוזק רופֿט אַרויס געלעכטער, מאַכט עס אים פֿילן נאָך העכער.

רייטשעל מאָסטעלער, אַן 28־יאָריקע זשורנאַליסטקע האָט אין איר בלאָג, "דער סאַרקאַסטישער זשורנאַליסט", אַ מאָל זיך אויסגעלאַכט פֿון אַ טראַדיציע בײַ איר פֿירמע, וווּ מע שענקט מתּנהלעך די בעסטע אַרבעטער:

"שטעלט זיך פֿאָר... דו טוסט עפּעס אַן אויסערגעוויינטלעכע זאַך (כאָטש אין דער אמתן, טוסטו בלויז דײַן געוויינטלעכע אַרבעט) און עמעצער דערקלערט: ׳דו ביסט טאַקע אויסערגעוויינטלעך!׳ דערנאָך ברענגט מען דיר שאָקאָלאַדקעלעך און אַ פּאָר באַלאָנען..."

הגם מאָסטעלער האָט געשריבן אונטער אַ פּסעוודאָנים און האָט קיין מאָל נישט אויסגעזאָגט דעם נאָמען פֿון דער פֿירמע, האָבן די באַלעבאַטים זיך דערוווּסט פֿון איר עסיי, און זי גלײַך באַזײַטיקט פֿון דער שטעלע. פֿון דעסטוועגן, האָט זי נישט אויפֿגעהערט. ווי בײַ אַ סך אַנדערע כראָנישע סאַרקאַסטישע וויצלער, קען מאָסטעלער זיך פּשוט נישט אײַנהאַלטן:

"מענטשן ווערן תּמיד אין כּעס אויף מיר. איין מאָל האָט אַ פֿרוי מיר דערציילט, אַז איר קינדס פֿאַרקילונג שטעקט אָן די גאַנצע משפּחה. האָב איך איר געענטפֿערט, אַז דערפֿאַר קוש איך נישט מײַנע קינדער, ווען זיי זענען קראַנק; איך פֿאַרשליס זיי אין אַ צימער, ביז זיי היילן זיך אויס. די פֿרוי האָט, אַ פּנים, געמיינט, אַז איך זאָג עס ערנסט, און זינט דעמאָלט האָט זי מיך שטענדיק אויסגעמיטן."

סאַרקאַזם קאָן סאַבאָטירן אַ זיווג־לעבן. לויט איין שטודיע פֿון חתונה־געהאַטע פּאָרפֿעלקער, האָבן די פּסיכאָלאָגן באַמערקט, אַז ווען מאַן־און־ווײַב מאַכן אָפֿטע סאַרקאַסטישע באַמערקונגען איינער צום צווייטן, איז דראַמאַטיש געשטיגן די ריזיקע, אַז זיי וועלן זיך גטן. די מענטשן וואָס מאַכן די סאַרקאַסטישע וויצן באַמערקן נישט, אַז זיי טוען דעם צווייטן וויי; זיי האַלטן פּשוט, אַז ס׳איז קאָמיש. אָבער די מענטשן, וואָס זענען דער ציל פֿון זייער הומאָר זעען עס אין גאַנצן אַנדערש.

דערצו וואָרענען די פּסיכאָלאָגן, אַז עלטערן זאָלן זיך נישט אויסדריקן סאַרקאַסטיש צו זייערע קינדער. ווען אַ קינד האָט, למשל, נישט ריכטיק אויסגעוואַשן דאָס געפֿעס, און די פֿרוסטרירטע מאַמע זאָגט אים: "אוי, ביסטו אַ בריה!", ווערט דאָס קינד צעטומלט, ווײַל דער מאַמעס ווערטער קלינגען שיין, אָבער איר טאָן איז אַ בייזלעכער, און דאָס קאָן אַנטוויקלען בײַ אים אַ לאַנג־דויערנדיקן אומצוטרוי צו זיך, ספּעציעל, אויב ער הערט אַזעלכע סאַרקאַסטישע באַמערקונגען זייער אָפֿט.

איך קען אַ פֿרומע משפּחה, וווּ דער טאַטע, אַ דאָקטער, און זײַן פֿרוי, זענען ביידע אָנגעזעענע מענטשן אין דער קהילה. יאָרן לאַנג איז מיר געווען אומפֿאַרשטענדלעך, פֿאַר וואָס צוויי פֿון זייערע דרײַ דערוואַקסענע קינדער האָבן אָפּגעוואָרפֿן דעם פֿרומען לעבן־שטייגער, און טראָגן תּמיד אַן אומגליקלעכן אויסדרוק אויפֿן פּנים. ווען איך האָב זיך בעסער באַקענט מיטן טאַטן, האָב איך אָבער באַמערקט, אַז עס שיט זיך פֿון אים כּסדר דער סאַרקאַזם. כאָטש אַלע צוהערער, און איך אויך, לאַכן פֿון זײַנע וויצן, קלער איך, אַז אויב ער האָט מיט אַזאַ הומאָר אויפֿגעהאָדעוועט זײַנע קינדער, איז נישט קיין חידוש, וואָס זיי האָבן זיך פֿון אים אַזוי אָפּגעפֿרעמדט.