פּיטער בריגעל דער עלטסטער, "דער מגדל-בבֿל" |
לויט דער ייִדישער מסורה, האָט דער אַכזריותדיקער מלך נמרוד, וועלכער האָט געגרינדעט די ערשטע וועלט-אימפּעריע מיטן צענטער אין "ארץ שנער", שומער, געהייסן אויפֿצובויען די שטאָט בבֿל, מיט אַ ריזיקן טורעם ביזן הימל. ווי עס שטייט אין דער תּורה, האָבן די אײַנוווינער פֿון שנער געוואָלט "קריגן אַ שם, כּדי נישט צו ווערן צעזייט איבער דער ערד". צוליב אַ ריי ענלעכקייטן, פֿאַרבינדן די היסטאָריקער די דאָזיקע מעשׂה מיט דער אַקאַדישער אימפּעריע, געשאַפֿן אין מעסאָפּאָטאַמיע דורכן קיניג סאַרגאָן.
איידער דאָס בויען האָט זיך אָנגעהויבן, האָבן די מענטשן גערעדט "איין שפּראַך און די זעלבע ווערטער"; לויט אַ באַקאַנטן מדרש, האָבן זיי אַלע גערעדט לשון-קודש. אַ טייל מפֿרשים טײַטשן אָפּ די מעשׂה מיטן מגדל-בבֿל אויף אַ מער אַלעגאָרישן אופֿן, וואָס שטימט מיט די אַנטדעקונגען פֿון די הײַנטצײַטיקע היסטאָריקער. די פֿעלקער, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אינעם בויען דעם טורעם, האָבן שוין גערעדט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן; זיי האָבן אָבער אויך באַהערשט "לשון-קודש" — די השׂגה פֿון אַלמענטשלעכער קדושה און אייניקייט. דערפֿאַר, נישט געקוקט אויף זייערע קולטור-חילוקים, האָבן די מענטשן זיך געקאָנט צונויפֿרעדן.
נמרודס אימפּעריע האָט געשטרעבט איבערצונעמען די מאַכט איבער דער גאָרער וועלט, און געפּרוּווט צו פֿאַראייניקן די מענטשן אויף אַ קינסטלעכן אופֿן, מיט גוואַלד און פֿײַער. דער דאָזיקער פּלאַן האָט געבראַכט צו אַ פֿאַרקערטן רעזולטאַט: די אימפּעריע איז זיך צעפֿאַלן, און עס האָט זיך אין דער וועלט אָנגעהויבן אַ "קייט-רעאַקציע" פֿון שׂינאה און נאַציאָנאַלער קריגערײַ, וועלכע גייט נאָך אַלץ אָן ביזן הײַנטיקן טאָג. אין אַזאַ אָפּטײַטש, טראָגט די דאָזיקע מעשׂה אַ קלאָרן געזעלשאַפֿטלעכן באַדײַט: די אימפּעריאַליסטישע אַמביציעס און דאָס פּרוּוון צו פֿאַראייניקן די מענטשן מיט גוואַלד־מיטלען און צוליב צווייפֿלהאַפֿטיקע אידעאָלאָגיעס, ברענגט בלויז צרות.
אַ ריי טראַדיציאָנעלע ייִדישע קוואַלן, בפֿרט אין די קבלה-ספֿרים, באַשרײַבן דער טורעם אויף אַ אויסערגעוויינטלעך פֿאַרכאַפּנדיקן אופֿן, וואָס דערמאָנט די "אופֿאָלאָגישע" טעאָריעס וועגן די "פֿליִענדיקע טעלערס", אָדער דעם באַקאַנטן פֿאַנטאַסטישן טעלעוויזיע-סעריאַל "Stargate SG-1".
די תּורה זאָגט, אַז די בויער פֿונעם טורעם האָבן געוואָלט דערגרייכן דעם הימל. פֿאַרשטייט זיך, כּדי דאָס צו טאָן, האָט דער טורעם געמוזט זײַן מער ווי אַ געוויינטלעכער בנין...
לויטן מדרש, האָבן אַ צאָל מלאָכים געבעטן דעם אייבערשטן צו שיקן זיי אין אונדזער וועלט, צו ווײַזן, אַז זיי קאָנען זיך אויפֿפֿירן ווי די מענטשן. די "געפֿאַלענע מלאָכים", נפֿילים, האָבן אויסגעלערנט די מענטשן כּלערליי חכמות און טעכנאָלאָגיעס; צווישן אַנדערן, האָבן די מענטשן זיך אויסגעלערנט צו קאָמוניקירן מיט די אַנדערע שטערן, און אַראָפּברענגען קאָסמישע כּוחות. לויט אַ צאָל קבלה-ספֿרים, זענען די ערשטע עבֿודה-זרות געווען באַגרינדעט אַרום דעם קולט פֿון געוויסע מעכטיקע באַשעפֿענישן פֿונעם קאָסמאָס.
די סכּנותדיקע עקספּערימענטן מיט די כּוחות פֿון דער נאַטור, לויט דער חכמה פֿון די נפֿילים, האָבן צעשאָקלט די יסודות פֿון דער ערד, און געבראַכט צום מבול. די שפּעטערדיקע דורות האָבן אָבער ממשיך געווען צו פֿאַרנעמען זיך מיטן כּישוף, און אַנדערע געהיימע חכמות, און באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ מכשיר, וועלכער זאָל קאָנטראָלירן די גאַנצע פּלאַנעט.
הרבֿ מנחם ציוני, אַן איטאַליענישער מקובל פֿונעם 15טן יאָרהונדערט, האָט געשריבן, אַז די שאַפֿער פֿונעם "טורעם" האָבן בײַם אָנהייב געהאַט אַ גוטע כּוונה: צו דערגרייכן אַן אָרט, מחוץ דער זון-סיסטעם ("מערכת כּוכבֿים ומזלות"), פֿון וועלכן מע וואָלט געקאָנט אַראָפּברענגען די ג-טלעכע השפּעה אויף דער ערד. דער "ציוני" שרײַבט בפֿירוש, אַז דער טורעם האָט טאַקע געקאָנט פֿליִען; די אײַנוווינער פֿון בבֿל האָבן אים געקאָנט זען אין הימל.
לויט דעם פּלאַן, האָבן די אוראַלטע אַסטראָנאָטן זיך געקליבן צו דערגרייכן די דיסטאַנץ פֿון 2,360 מיליאָנען פּרסה — ביז דער גרענעץ פֿון דער "אָרטיקער ג-טלעכער מערכה". די דאָזיקע דיסטאַנץ, אַרום 9—10 מיליאַרד קילאָמעטער, שטימט טאַקע מיטן ראַדיוס פֿון דער זון-סיסטעם.
אינעם אוראַלטן קבלה־ספֿר "ברית מנוחה", באַקאַנט לכל-הפּחות פֿונעם 14טן יאָרהונדערט, שטייט געשריבן, אַז די שאַפֿער פֿונעם מגדל-בבֿל האָבן פּלאַנירט אים אויסצושטאַטן מיט אוטאָמאַטישן געווער, אַ מין שילד, וועלכע וואָלט געקאָנט באַשיצן די גאַנצע שטאָט "אַפֿילו פֿונעם הימלישן פֿײַער", און מיט אַ רעדנדיקן צלם, וועלכער וואָלט זיי געהייסן, "וואָס צו טאָן און וואָס נישט צו טאָן". די דאָזיקע באַשרײַבונג דערמאָנט געוויסע פֿאַנטאַסטישע אַנטי-אוטאָפּיעס, וווּ די געזעלשאַפֿט ווערט געפֿירט דורך אַ צענטראַלן קאָמפּיוטער.
רבינו בחיי, אַ קלאַסישער תּורה-מפֿרש און אַ מקובל פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, שרײַבט, אַז דער טורעם איז געווען באַשיצט דורך אַ געוויסן מכשיר אָדער אַ כּישוף-מיטל, פֿון אַ מעגלעכן פֿײַער-מבול. "אַפֿילו אין אונדזערע צײַטן", שרײַבט רבינו בחיי, "זענען דאָ חכמים, וועלכע ציִעןּ צו די בליצן צו איין אָרט"; אַ הײַנטיקער ליבהאָבער פֿון וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק קאָן זיך גרינג פֿאָרשטעלן אַ מין ענערגיע-פֿעלד, וואָס נוצט אויס דעם עלעקטרישן "כּוח פֿון בליצן".
די גמרא זאָגט, אַז אין די תּנ״כישע צײַטן פֿלעגן די ייִדישע חכמים באַהאַנדלען די "הלכות" פֿון אַ פֿליִענדיקן טורעם. רש״י, דער באַקאַנטער "הויפּטשטראָמיקער" מפֿרש פֿונעם 11טן יאָרהונדערט, ברענגט אַ מיינונג, אַז דאָס זענען געווען די אינסטרוקציעס, צו שאַפֿן דעם "מגדל דור הפֿלגה", וועלכער האָט געקאָנט פֿליִען "אין דער לופֿטן דורך כּישוף". עס באַקומט זיך, לויט אַזאַ אָפּטײַטש, אַז די ייִדישע חכמים זענען געווען באַקאַנט מיט קאָסמאָס-טעכנאָלאָגיעס.
די קבלה-ספֿרים נוצן אָפֿט אויס אַ סימבאָלישע שפּראַך; רבי יהונתן אייבעשיץ, אַ באַרימטער פּראָגער רבֿ און מקובל פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, האָט געהאַלטן, אַז די בבֿלער האָבן געוואָלט זיך ראַטעווען פֿון אַ מעגלעכן מבול אויף דער לבֿנה. דער הויכער טורעם, וואָלט געדינט, לויט זייער פּלאַן, ווי אַ קאָסמאָדראָם, פֿון וועלכן מע וואָלט געקאָנט אַרויסשיסן אַ ראַקעט, אויסמײַדנדיק דעם ווידערשטאַנד פֿונעם געדיכטן אַטמאָספֿערע-שיכט. מיט הונדערט יאָר צוריק פֿאַר זשול ווערן און אַנדערע קלאַסישע פֿאַנטאַסטן, האָט הרבֿ אייבעשיץ גענוג רעאַליסטיש באַשריבן דעם קאָסמאָס-אַפּאַראַט, און האָט אויסגענוצט דעם מאָדערנעם טערמין "שיף" ("ספֿינה").
דער מיסטעריעזער "טורעם" איז נישט דער איינציקער פֿלי-מכשיר, דערמאָנט אין דער ייִדישער טראַדיציע. אין דער קומענדיקער פּרשה, "לך-לך", ווערט דערציילט וועגן דער מלחמה צווישן די מעסאָפּאָטאַמישע קיניגן, אין וועלכער עס האָט זיך אויך באַטייליקט נמרוד, לויט דער אַגדה. רש״י דערקלערט, אַז איינער פֿון די קיניגן, שמאבֿר, "האָט זיך געשאַפֿן פֿליגל, כּדי צו פֿירן אַ קריג קעגן דעם אייבערשטן". די שפּעטערדיקע ייִדישע לעגענדעס דערציילן, אַז שלמה־המלך האָט געהאַט אַ פֿליִענדיקן טעפּעך, אויף וועלכן ער פֿלעגט רײַזן אַרום דער וועלט.
בײַ אַנדערע פֿעלקער זענען אויך פֿאַראַן ענלעכע לעגענדעס. דאָס פֿילדײַטיקע סאַנסקריט-וואָרט "ווימאַנאַ" מיינט, צווישן אַנדערן, אַ הויכן טורעם אָדער אַ פֿלי-אַפּאַראַט. די אינדישע לעגענדעס דערציילן, אַז מאַיאַסוראַ, אַ בייזער קיניג פֿון דרײַ מינים שדים, פֿלעגט פֿליִען אויף אַזאַ פֿליִענדיקן טורעם, אויסגעשטאַט מיט מעכטיק געווער, און האָט אויסגעבויט דרײַ פֿליִענדיקע שטעט — טריפּוראַ. די ערשטע שטאָט האָט זיך געפֿונען אויף דער ערד, און די צוויי אַנדערע — געפֿלויגן אין הימל.
צוליב מאַיאַסוראַס אומיושרדיקע מעשׂים, און זײַן חשק צו דאָמינירן איבער דער וועלט, זענען די שטעט פֿאַרברענט געוואָרן דורך "ג-טלעכע פֿײַלן". ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז לויט די קבלה-ספֿרים, זענען אַ טייל בויער פֿונעם מגדל-בבֿל פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין דרײַ מינים באַשעפֿענישן, האַלבֿ-שדים, האַלב-מענטשן, וועלכע זענען פֿאַרשיקט געוואָרן אין "פּאַראַלערע דימענסיעס".
צי מע זאָל אָננעמען די מעשׂה וועגן דעם מגדל-בבֿל אויף אַ פּשוטן ראַציאָנעלן אופֿן, ווי אַן אָנזאָג קעגן אימפּעריאַליזם, אָדער ווי אַן עדות וועגן אַ לאַנג-פֿאַרגאַנגענער אוראַלטער תּקופֿה, אין וועלכער אַ טייל מענטשן האָבן באַהערשט גאָר הויכע טעכנאָלאָגיעס, וועלכע קלינגען פֿאַנטאַסטיש אַפֿילו הײַנט? גיי ווייס... יעדנפֿאַלס, בלײַבט דער לימוד פֿונעם מגדל-בֿבל אַקטועל אין די הײַנטיקע טעג, ווען סײַ די מאַכט-סיכסוכים, סײַ די סכּנותדיקע טעכנאָלאָגיע, ברענגען נאָך אַלץ מלחמות און היזק אין דער וועלט.