דאָס פּינטעלע ייִדיש
חנה ווירט־נשר
חנה ווירט־נשר

חנה ווירט־נשר איז די גרינדער־דירעקטאָרין פֿון גאָלדרײַך־אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור. זי פֿאַרנעמט די קאַטעדרע פֿאַר שטודירן די ייִדישע דערפֿאַרונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אויפֿן נאָמען פֿון שמואל און פּערי האַבער בײַם אוניווערסיטעט פֿון תּל־אָבֿיבֿ. זי איז די מחברין פֿון "שטאָט־קאָדן׃ לייענענדיק די מאָדערנע שטאָטישע ראָמאַנען"; לעצטנס, איז אַרויס איר נײַ בוך׃ "רוף דאָס ענגליש׃ די שפּראַכן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור".


מיט פֿיר יאָר צוריק האָבן די אַמעריקאַנער ייִדן געפּראַוועט דעם 350סטן יאָרטאָג זינט די ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין אַמעריקע. אין 1654 זײַנען דרײַ און צוואַנציק ספֿרדים געקומען קיין נײַ–אַמסטערדאַם פֿון דרום־אַמעריקע, וווּ אַ צאָל פֿון זיי האָט געפֿונען אַ מקום־מיקלט פֿון די אינקוויזיציע־רדיפֿות נאָך דעם גירוש־ספֿרד. אייגנטלעך, הייבט זיך די ייִדישע פֿאַרבינדונג מיט אַמעריקע אָן אַפֿילו פֿריִער, פּונקט אינעם יאָר פֿונעם גירוש, ווען קאָלאַמבוס (אַ סבֿרה, פֿונעם באַהאַלטענעם ייִדישן אָפּשטאַם) האָט זיך געלאָזט זוכן אַ נײַעם וועג קיין אינדיע, אָבער אַנשטאָט דעם געפֿונען אַמעריקע.

הײַנט, ווען מען איז נוהג צו באַטראַכטן די געשיכטע פֿון דער "נײַער וועלט" דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון דעם טראַנס־אַטלאַנטישן ים־טראַנספּאָרט, וואָס האָט געבראַכט שוואַרצע שקלאַפֿן פֿון אַפֿריקע קיין אַמעריקע, איז כּדאַי צו געדענקען, אַז יענע שיפֿן האָבן געפֿירט ייִדן אויך — מאַראַנען, אַנוסים, און שפּעטערע ייִדישע עמיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע. אַזוי אַרום געהערן ייִדן צו דער דאָזיקער געשיכטע פֿון סאַמע אָנהייב אָן.

נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט די ליטעראַרישע שעפֿערישקייט פֿון ענגליש־ייִדישע שרײַבער פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אין דעם נײַעם קאַנאָן פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור. די ווערק פֿון סאָל בעלאָו, בערנאַרד מאַלאַמוד, פֿיליפּ ראָט האָבן בײַגעטראָגן אין דער הויפּטשטראָמיקער אַמעריקאַנער קולטור געשטאַלטן און אימאַזשן פֿון אָפּפֿרעמדונג און עלנטקייט. דער "ייִד" איז געוואָרן אַ מעטאַפֿאָרישער בימקום פֿאַרן מאָדערנעם מענטש, וואָס פֿילט זיך אַליין אין דער וועלט אַרום אים.

אָבער מיטן אָנקום פֿון דער נײַער קריטישער שיטה פֿון מולטי־קולטוראַליזם, זײַנען די ייִדן אַוועק פֿונעם צענטער אויף די שוליים פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור. דער סאָציאַלער און עקאָנאָמישער דערפֿאָלג האָט גורם געווען אַ קולטורעלע מאַרגינאַליזאַציע — אַ פֿענאָמען, וואָס נייטיקט זיך אין פּרטימדיקער באַטראַכטונג. אייניקע חסידים פֿון מולטי־קולטוראַליזם האַלטן אַפֿילו, אַז ייִדן טראָגן מער אַחריות, איידער אַנדערע "ווײַסע" פֿאַרן אונטערדריקן די ניט־ווײַסע "אַנדערע". אַזוי אַרום, איז "ייִדישקייט" געוואָרן אויס "עטנישקייט", און די ייִדן אַליין זיינען מער ניט קיין עטנישע מינאָריטעט אין אַמעריקע.

אָבער די "ווײַסקייט" פֿון ייִדן מאַכט זיי נאָך ניט גלײַך מיט אַנדערע אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן. ערשטנס, האָט מען די ייִדן לאַנג געהאַלטן פֿאַר "סעמיטן", און דאָס האָט שטאַרק משפּיע געווען אויפֿן אַמעריקאַנער מאַסן־באַוווּסטזײַן. צווייטנס, האָבן די ייִדן זייער אייגענע רעליגיע, וואָס איז אַנדערש פֿון קריסטנטום; און דריטנס, פֿאַרמאָגן זיי זייערע אייגענע שפּראַכן, חוץ דער שפּראַך פֿונעם לאַנד׃ העברעיִש, ייִדיש, לאַדינאָ. די טראַדיציאָנעלע פֿילשפּראַכיקייט פֿון ייִדן איז געווען פֿאַרבונדן מיט זייער רעליגיע און האָט באַווירקט זייער וועלטבאַנעם.

כּדי צו אילוסטרירן די וויכטיקייט פֿון דער ייִדישער פֿילשפּראַכיקייט פֿאַר דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשונג, וויל איך באַטראַכטן ווי אַ דוגמה די דערציילונג "ניו־יאָרקיש" (1931) פֿון ל. שאַפּיראָ. דאָס איז אַ געשיכטע פֿון אַ צופֿעליקער באַגעגעניש צווישן אַ ייִדישן אַלטן בחור און אַ יונג קריסטלעך מיידל. די מעשׂה הייבט זיך אָן אין אַ קאַפֿעטעריע "אַווטאָמאַט", וווּ דער ייִד באַשטעלט אַ פּאָרציע בלינצעס. עס ציִען אים צו די ברוינע אָרעמס און דער אָפֿענער שמייכל פֿון דער אָפֿיציאַנטקע, און ער פֿאַרבעט זי, צוערשט, אויף אַן אײַז-קרעם און דערנאָך אין קינאָ. נאָך דעם קינאָ גייען זיי אַרײַן אין אַן אויסטער-באַר, שפּאַצירן אַ ביסל אין מיטן־שטאָט מאַנהעטן לעבן דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק, און סוף־כּל־סוף קומען זיי אין זײַן דירה אין אַ טענעמענט־הויז׃ "נעם מײַן האַנט, — האָט ער געזאָגט, — און אײַל זיך ניט. וועסט האָבן צו שטײַגן און צו שטײַגן."

נאָכן פֿרישטיק וויל ער איר געבן אַ פּאָר דאָלאַרן, אָבער זי זאָגט זיך אָפּ׃ "איך... דאָס מאָל בין איך אויסגעגאַנגען — פֿון מײַנעטוועגן". אָבער ער רעדט זי אײַן׃ "אַ מתּנה, פֿאַרשטייסט?", און זי נעמט דאָס געלט. פֿאַר איר אַוועקגיין, "ער האָט גענומען איר האַנט און זיך צוגערירט מיט זײַנע ליפּן צו אירע פֿינגער. געמאַכט האָט ער עס אַ ביסל שפּאַסיק־צערעמאָניש׃ דער שטאָלצער ריטער, הייסט עס, אין שלאָפֿראָק און מיט אַ גלאַנציקן פּליך אויפֿן קאָפּ, און די הויכגעשטעלטע דאַמע — אין ניו־יאָרק פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט." די געשיכטע פֿאַרענדיקט זיך מיט זײַנער אַ פֿראַגע׃ "וואָס אי׳דאָס? וואָס אי׳דאָס געווען?"

ווען מען דערציילט די מעשׂה אויף אַזאַ אופֿן, קלינגט זי ווי אַ צינישע מאַנצבילישע סעקסועלע פֿאַנטאַזיע וועגן אַ פּראָסטיטוטקע, וואָס ווערט אַזוי פֿאַרכּישופֿט דורך זײַן גוטסקייט און שטאַרקייט, אַז זי איז מוותּר אויף איר שׂכר. אַזוי אַרום האַלט זיך דער מאַנצביל ניט מער פֿאַר אַ קונה, וואָס קויפֿט דער פֿרויס סעקסועלע דינסטן, נאָר פֿאַר אַן איידעלן מאַנספּאַרשוין. אָבער אַזאַ מין פּירוש איז ניט אויסשעפּיק. אויך ניט גענוג אויסשעפּיק וואָלט געווען צו לייענען די דאָזיקע דערציילונג ווי אַ מאָדערניסטישע שטאָט־געשיכטע וועגן עלנטקייט און איינזאַמקייט פֿון אַ יחיד אין אַ גרויסער שטאָט, הגם אַזאַ מין אויסטײַטשונג איז אויך באַרעכטיקט.

כּדי אָפּצושאַצן שאַפּיראָס קינסטלערישע מײַסטערשאַפֿט, דאַרף מען זיך אַרײַנקוקן אין די סאָציאַלע, קולטורעלע, און לינגוויסטישע ניואַנסן פֿון דער דערציילונג, וועלכע ווערן בולט שוין אינעם ערשטן שמועס צווישן די געשטאַלטן. דער מאַן וויל בײַטן דעם מיידלס נאָמען, און אַנשטאָט דעם טאָג־טעגלעכן אַמעריקאַנער "דזשעני", לייגט ער פֿאָר דעם ראָמאַנטישן שפּאַנישן "דאָלאָרעס". [...]

אינעם אַמעריקאַנער קולטורעלן קאָנטעקסט פֿון די 1930ער יאָרן האָט דער נאָמען "דאָלאָרעס" אַ קלאָרן אָפּהילך פֿון דאָלאָרעס דעל ריאָ, אַ מעקסיקאַנער אַקטריסע און אַ "שטערן" פֿונעם שטומען קינאָ. מיט דעם דאָזיקן נאָמען דערמאָנט שאַפּיראָ זײַן לייענער אין דער באַקאַנטער געשטאַלט פֿון אַן עקזאָטישער שוואַרץ־חנעוודיקער "לאַטינאַ", אַן אָביעקט פֿונעם (ווײַסן) מענערישן באַגער. כאָטש דער העלד פֿון דער דערציילונג וויל פֿאַרבאַהאַלטן זײַן אמתדיקן מהות פֿון דער פֿרוי און האַלטן זיך ווײַט פֿון איר, קאָן מען אויך טענהן, אַז דורך פֿאַרוואַנדלען זײַן דזשעני אין דאָלאָרעס, וויל ער זי דווקא דערנענטערן צו זיך. דאָס מאַכט זיי ביידע אַנדערש פֿון די ווײַסע אַמעריקאַנער פֿון אַ גאַנץ יאָר׃ ער איז אַ מיטגליד פֿון דער "סעמיטישער" ראַסע, בעת זי איז אַ "לאַטינאַ" — ניט געקוקט אויף איר ווידערשטאַנד, און באַטאָנען איר אַמעריקאַנישקייט.

פֿאַרן ייִדישן אויער טראָגט דער שפּאַנישער נאָמען דאָלאָרעס נאָך אַנדערע בײַטעמים. ער דערמאָנט אין "וויאַ דאָלאָראָסאַ", אין קריסטנטום און יסורים, אין דער שפּאַנישער אינקוויזיציע. דאָס הייסט, אַז צווישן דעם ייִדישן מאַן און "דאָלאָרעס" איז פֿאַראַן אַ גרענעץ, וואָס שטאַמט פֿון דער אַלטער היים און איז באַפֿעסטיקט געוואָרן דורך די יאָרהונדערטער פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע מיט רדיפֿות און פּאָגראָמען. אָבער איצט, אין אַמעריקע, האָבן זיי געביטן זייערע ראָלעס.

"און ווי זאָל איך אײַך רופֿן?" [...] דער נאָמען "לאַקריצפּלעצל", וואָס איז מין־הסתּם ניט מער ווי אַ שפּאַס, שיקט אָפּ דעם ייִדישן לייענער צו י. ל. פּרצעס פּאָעמע "מאָניש" מיט אירע באַקאַנטע שורות׃

מײַן ליד וואָלט אַנדערש גאָר געקלונגען
איך זאָל פֿאַר גויים גוייִש זינגען,
נאָר ניט פֿאַר ייִדן, נישט זשאַרגאָן.
קיין רעכטן קלאַנג, קיין רעכטן טאָן,
קיין איינציק וואָרט ניט און קיין סטיל
האָב איך פֿאַר "ליבע", פֿאַר "געפֿיל"...

אויף ייִדיש מאַך אַ קאָמפּלעמענט, —
עס קומט אַרויס אָן פֿיס אָן הענט׃
"מײַן לעבן, זעלע, אוי, מײַן שעצל!"
עס האָט אַ טעם ווי לאַקרעץ־פּלעצל.

עס האָט קיין גײַסט, עס האָט קיין זאַלץ —
און שמעקט נאָך צו מיט גענדזן־שמאַלץ!

אַ סבֿרה, אַז אַפֿילו דער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פּרץ, וועמען שאַפּיראָ האָט געהאַלטן פֿאַר זײַן לערער, האָט געפּסקנט, אַז ייִדיש פֿאַרמאָגט ניט קיין סטיליסטישע מיטלען פֿאַר אויסדריקן ראָמאַנטישע געפֿילן. דזשעניס ניט־קאָנען אַרויסרעדן דעם נאָמען "לאַקרעץ־פּלעצל" באַקומט אינעם דאָזיקן קאָנטעקסט אַ סימבאָלישן באַטײַט, וואָס איז קלאָר פֿאַרן ייִדישן לייענער נאָר ניט פֿאַרן ענגלישן.

דאָס באַגעגעניש צווישן ענגליש און ייִדיש קומט פֿאָר אויף אַ זײַט פֿון אַ ייִדישן בוך. היות ווי דער אַנאָנימער העלד איז צעמישט אין זײַנע געפֿילן און קאָן ניט באַשליסן, צי זײַן באַגעגעניש מיט דזשעני איז באמת ראָמאַנטיש אָדער סתּם אַ שפּאַס, פּאַסט ייִדיש גוט צו פֿאַר אַזאַ מין סיטואַציע. די דאָזיקע ביטולדיקע באַציִונג צו ייִדיש האָט אַ לאַנגע געשיכטע אין דער ייִדישער קולטור, אָנהייבנדיק פֿון דער השׂכּלה־תּקופֿה.

אַ נײַע טראַנס־נאַציאָנאַלע דימענסיע פֿון שאַפּיראָס דערציילונג עפֿנט זיך, ווען מען נעמט אין באַטראַכט נאָך איין ווערק פֿון פּרצן, די דערציילונג "מעשׂיות", וואָס באַשרײַבט אַ באַגעגעניש צווישן אַ ייִדישן יונגערמאַן און אַ פּויליש מיידל, אַ נייטאָרין אין וואַרשע. זי קומט אין זײַן צימער, כּדי צו הערן זײַנע מעשׂיות. דאָס מיידל האָט פֿײַנט ייִדן און האָט מורא פֿאַר זיי, אָבער זי ווערט פֿאַרכּישופֿט דורך דעם בחורס כּוח־הדמיון. פּונקט ווי שאַפּיראָס דערציילונג איז געפֿעפֿערט מיט ענגלישע ווערטער, טרעפֿן זיך דאָ און דאָרט פּוילישע ווערטער אין פּרצעס מעשׂה. די גרענעץ צווישן דעם ייִד און דעם קריסט אין פּוילן איז פֿעסטגעשטעלט, בעת אין שאַפּיראָס אַמעריקאַנער "נוסח" פֿון דער זעלביקער מעשׂה ווערט זי צעמישט — אַ באַווײַז פֿון די ענדערונגען, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען אין דער ייִדישער ליטעראַטור ווען זי גייט לעבֿר־הים.

צו לייענען שאַפּיראָ דורך דעם שפּאַקטיוו פֿון פּרצן איז נייטיק, כּדי צו פֿאַרשטיין זײַן שרײַבערישע כּוונה און אָפּצושאַצן זײַן קינסטלערישן אויפֿטו. דאָס באַווײַזט זײַן אײַנגעוואָרצלטקייט אין דער ייִדישער ליטעראַרישער טראַדיציע, להיפּוך צו די טענות פֿון אייניקע ייִדישע קריטיקער, וועלכע האַלטן די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור פֿאַר ניט גענוג "אויטענטיש". אַזוי אַרום שטייט "ניו־יאָרקיש" אויף אַ קרייצוועג צווישן דער ייִדישער ליטעראַטור און דער עטנישער טראַדיציע אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור.

אָבער שאַפּיראָס ווערק האָט נאָך אַ דריטע דימענסיע. דורך צוזאַמענברענגען די ייִדישע און די לאַטינאָ אידענטיטעטן שאַפֿט דער מחבר אַ באַזונדערן ראַסן־באַגריף פֿאַר די, וואָס געהערן ניט צו קיינעם פֿון די צוויי צדדים אין דער אַמעריקאַנער ראַסן־שיידונג; פֿאַר די, וואָס זײַנען ניט קיין ווײַסע און ניט קיין שוואַרצע. דורך מרמז זײַן אויף שפּאַניע, וווּ מען האָט געהאַלטן די ייִדן פֿאַר אַ באַזונדערער ראַסע, דערמאָנט שאַפּיראָ, אַז עס איז דאָ אַ ראַסן־אונטערשיד צווישן ייִדן און די ווײַסע אין אַמעריקע.