|
אַ סצענע פֿונעם פֿילם "קאַטין" |
|
אין רוסלאַנד זײַנען איצט זייער ברייט פֿאַרשפּרייט טעאָריעס פֿון וועלט-קאָנספּיראַציעס, געצילט קעגן זייער לאַנד. עס זײַנען פֿאַראַן ניט ווייניק אַנאַליטיקער, וועלכע טענהן, אַז דער גאַנצער עקאָנאָמישער קריזיס איז, אין דער אמתן, אַן אופֿן צו שטעלן רוסלאַנד אויף די קני. (בכלל, מע רעדט דאָרטן די גאַנצע צײַט וועגן דער פּאָזע, אין וועלכער עס געפֿינט זיך, כּלומרשט, דאָס לאַנד.) אַ סבֿרא, אַז די פּני פֿון דער רוסישער אידעאָלאָגיע האָבן אויסגעקליבן פֿאַר זייער מדינה און געזעלשאַפֿט דעם פּאַטריאָטיש-נאַציאָנאַליסטישן אימאַזש פֿון אַ "באַלאַגערטער פֿעסטונג".
גלײַך ווי אומיסטן באַקומען די דאָזיקע טעאָרעטיקער, מישטיינס געזאָגט, אַלע מאָל פֿרישע סחורה, און ניט בלויז אויפֿן ריין-פּאָליטישן פֿראָנט. די קולטור טראָגט אונטער אויך מתּנות. איינע פֿון זיי איז דער נײַער פֿילם, "קאַטין", פֿונעם באַרימטן פּוילישן רעזשיסאָר אַנדזשיי ווײַדאַ. אין ניו-יאָרק האָט מען "קאַטין" לעצטנס געוויזן ווי אַ טייל פֿון אַ פֿעסטיוואַל פֿון ווײַדאַס פֿילמען (זען איציק גאָטעסמאַנס אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" פֿאַר 17–23סטן אָקטאָבער).
די רייד גייט וועגן איינעם פֿון די פֿאַרברעכנס פֿונעם סטאַליניסטישן רעזשים, דהײַנו: וועגן דער פּלאַנמעסיקער הריגה פֿון אַריבער צוואַנציק טויזנט פּוילישע אָפֿיצירן, וועלכע זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין געפֿענגעניש נאָך דער סאָוועטישער אינוואַזיע אין פּוילן, ווי אַ רעזולטאַט פֿונעם מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפּ-פּאַקט. דער ציל פֿון דער דאָזיקער אַקציע, אין פֿרילינג-זומער 1940, איז געווען צו ליקווידירן דעם טראַכטנדיקן שיכט פֿון דער פּוילישער באַפֿעלקערונג — די מענטשן, וועלכע וואָלטן ניט מסכּים געווען צו דינען געטרײַ די קאָמוניסטן. אָפֿיצערישע מונדירן האָבן דעמאָלט געטראָגן ניט נאָר פּראָפֿעסיאָנעלע מיליטערלײַט, נאָר אויך טויזנטער געבילדעטע מענער, מאָביליזירט אין דער אַרמיי. צווישן די אומגעבראַכטע זײַנען געווען אויך בערך 450 ייִדן, אַרײַנגערעכנט דעם הויפּט-רבֿ פֿון דער פּוילישער אַרמיי, ברוך שטײַנבערג.
אין משך פֿון אַ האַלב יאָרהונדערט האָט דער סאָוועטישער צד אָפּגעלייקנט זײַן פֿאַרברעכן, אַרויפֿלייגנדיק די שולד אויף די דײַטשן, וועלכע האָבן עס, כּלומרשט, אָפּגעטאָן אין 1941. מע האָט עס אַפֿילו געפּרוּווט אַרײַנשטעלן אין די דאָקומענטן פֿונעם נירנבערגער פּראָצעס נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה, אָבער דער אינטערנאַציאָנאַלער טריבונאַל האָט ניט געפֿונען גענוג פֿעסטע באַווײַזן. נאָר סוף 1980ער יאָרן, אין מיכאַיִל גאָרבאַטשאָווס צײַטן, האָט מען גענומען רעדן וועגן קאַטין (אַן אָרט, וווּ מע האָט דערשאָסן און באַגראָבן אַ היפּשן טייל פֿון די פּוילישע אָפֿיצירן) ווי אַ פֿאַרברעכן פֿון סטאַליניזם.
ס'איז אינטערסאַנט, אַז — ווי אַ רעאַקציע אויף קאַטין — האָט מען אין יענער צײַט זיך "פּלוצעם" דערמאָנט וועגן כּלערליי פּוילישע חטאָים. מע האָט געשריבן, למשל, וועגן 40 טויזנט געפֿאַנגענע רויט-אַרמייער, וואָס זײַנען אומגעקומען אין די פּוילישע לאַגערן נאָך דער סאָוועטיש-פּוילישער מלחמה אין יאָר 1920. אמת, קיין ערנסטע פֿאָרשונג, וועלכע זאָל קענען באַשטעטיקן דעם ענין, איז, דאַכט זיך, קיין מאָל ניט אַרויס. שוין אָפּגעשמועסט, אַז די געשעענישן פֿון יענער צײַט זײַנען געווען אַזוי אָנגעזעטיקט מיט בלוט, ייִדישן בתוכם (פֿון רוסישע, אוקראַיִנישע און פּוילישע פּאָגראָמען), אַז די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע האָט פּשוט ניט געקענט מאַכן אַ רושם אויף דער באַפֿעלקערונג פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
אַן אַנדער זאַך איז קאַטין, וואָס איז נאָך אַלץ אַ טיפֿער שראַם אויף דעם טראַוומירטן פּוילישן נאַציאָנאַלן גוף. עס זײַנען נאָך דאָ ניט ווייניק קינדער און אַפֿילו אַלמנות פֿון די אומגעבראַכטע. אַנדזשיי ווײַדאַס פֿאָטער איז געווען צווישן די קרבנות פֿון קאַטין, אַזוי אַז פֿאַרן רעזשיסאָר איז עס געווען אַ סך מער ווי אַ פֿילם. און מיר האָט זיך אויסגעוויזן נאָכן זען דעם פֿילם, אַז דאָס האָט צוגעגעבן צו דעם פּראָיעקט געוויסע מאָטיוון, וועלכע האָבן אָפּגעשוואַכט די אַרבעט ווי אַ קונסט-ווערק.
דער פֿילם "קאַטין" איז געמאַכט ווי אַ כּמו-דאָקומענטאַר. עס ווערט דאָך אונטערגעשטראָכן, אַז שיִער ניט אַלע סצענעס זײַנען באַזירט אויף רעאַלע געשעענישן. עס זײַנען שטרענג אויסגעהאַלטן די פּרטים פֿון דער צײַט און לאַנדשאַפֿט. די רוסן רעדן רוסיש און די דײַטשן רעדן דײַטש אָן אַן אַקצענט. דאָ און דאָרטן ווערן אַרײַנגעשטעלט דאָקומענטאַלע קאַדרען פֿון די 1940ער יאָרן. הגם דער סיפּור-המעשׂה איז, אין תּוך אַרײַן, אַן אויסגעטראַכטער, ווערט עס אונטערגעטראָגן ווי אַ מין רעקאָנסטרוקציע. בפֿרט נאָך, אַז פֿאַר דעם סעאַנס האָט מען צעטיילט אַ גרויסן אַלבאָם, פּרעכטיק אַרויסגעגעבן ווי אַ דיעלאָ פֿון "ענקאַוועדע" און אין דעם דאָזיקן דאָקומענט ווערן איבערגעמישט סײַ פֿאָטאָסטאַטן פֿון רעאַלע אַרכיוו-מאַטעריאַלן, סײַ קאַדרען פֿון דעם פֿילם.
הקיצור, איך האָב זיך פֿאַרפּלאָנטערט, ווי אַזוי אָפּצושאַצן די דאָזיקע אַרבעט פֿונעם גרויסן פּוילישן רעזשיסאָר. קיין באמת קאָמפּליצירטע העלדן האָב איך אין דעם פֿילם ניט געפֿונען. אַ סבֿרא, אַז זיי קענען זיך ניט באַווײַזן אין אַ ווערק, וווּ זייער פֿונקציע איז, אייגנטלעך, צו אילוסטרירן די שוידערלעכע געשעענישן. אַגבֿ, די באמת שוידערלעכע סצענעס גופֿא זײַנען אויך קינסטלעריש ניט באַרעכטיקט, זיי זײַנען אויך אילוסטראַציעס, אויפֿן אָרט פֿון די ניט-עקזיסטירנדיקע דאָקומענטאַלע פֿילם-מאַטעריאַלן.
אַנדזשיי ווײַדאַ האָט אויסגעפֿילט זײַן חובֿ. וועגן קאַטין רעדט מען ווידער אַ מאָל, אי אין פּוילן, אי אין רוסלאַנד, אי אין אַנדערע לענדער. דער סטאַליניסטישער רעזשים איז ווידער באַוויזן געוואָרן פֿון איינער פֿון די מיאוסטע זײַטן זײַנע. און דאָס איז אויך גוט, בפֿרט אין דעם קאָנטעקסט פֿון סטאַלינס פּאָפּולערקייט אין דער "באַלאַגערטער פֿעסטונג" פֿון רוסלאַנד און אין אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע לענדער.