אַ פּלאַן פֿון אַן אַטענטאַט אויף אָבאַמאַ
מאָנטיק, האָט די פּאָליציי אַרעסטירט צוויי "גאָלע־קעפּ" ("סקינהעדס") פֿון טענעסי און אַרקענסאָ, און זיי באַשולדיקט אין צוגרייטן אַן אַטענטאַט אויפֿן דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט באַראַק אָבאַמאַ. די צוויי בחורים האָט מען באַשולדיקט אין פֿאַרמאָגן אומלעגאַל געווער, פּלאַנירן צו גנבֿענען געווער און אין שטעלן אין סכּנה דאָס לעבן פֿון אַ קאַנדידאַט פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט. אַ פֿעדעראַלער אַגענט האָט אין אַ ראַפּאָרט, געשריבן, אַז די צוויי יונגען האָבן געוואָלט אומברענגען אַן ערך 88 שוואַרצע תּלמידים אין אַ שול און אָפּהאַקן די קעפּ פֿון 14 פֿון זיי. די צוויי נומערן — 14 און 88 — זענען סימבאָלן אין דער ראַסיסטישער, נאַצישער "גאָלע־קעפּ"־קולטור.
נאָך דעם געפּלאַנטן אַטאַק אויף דער שול האָבן זיי בדעה געהאַט זיך אָנצוטאָן אין ווײַסע צילינדערס און גאַרניטערס און שיסן אויף אָבאַמאַ. כאָטש דער פּלאַן איז, זעט אויס, נישט געווען אין גאַנצן דורכגעטראַכט, און איז באַשטאַנען מער פֿון פֿאַנטאַזיע ווי פֿון רעאַליטעט, נעמט די פּאָליציי אָן ערנצט דעם געפּלאַנטן אַטאַק.
קאַמפּאַניעס אין די נאָך נישט באַשלאָסענע שטאַטן
עס זענען געבליבן עטלעכע וויכטיקע שטאַטן אין לאַנד, וואָס קיינער ווייסט נישט פֿאַר וועמען זיי וועלן שטימען. אין דער לעצטער וואָך, פֿאָרט אָבאַמאַ נאָר אין אַזוינע שטאַטן, וווּ מע ווייסט נישט צי זיי זענען "רויט" (רעפּובליקאַנער) צי בלאָ "דעמאָקראַטיש". פּענסילווייניע, למשל, האָט אַ סך דעמאָקראַטישע וויילער אין די גרעסערע שטעט, ווי פֿילאַדעלפֿיע און פּיטסבורג, אָבער אין דער פּראָווינץ שטימט מען מער פֿאַר די רעפּובליקאַנער. ביידע קאַנדידאַטן האָבן מאָנטיק און דינסטיק געזוכט שטיצע אינעם שטאַט.
ווער סע וועט געווינען אינעם שטאַט ווירדזשיניע איז אין גאַנצן אַ נישט־פֿאַרענטפֿערטע פֿראַגע. אויב אָבאַמאַ געווינט דאָרטן, וועט ער זײַן דער ערשטער דעמאָקראַטישער פּרעזידענט־קאַנדידאַט דאָס צו דערגרייכן אין 44 יאָר. ווי פּענסילווייניע איז דער שטאַט צעטיילט: די וויילער לעבן וואַשינגטאָן אין צפֿון־ווירדזשעניע וועלן, אַפּנים, שטימען פֿאַרן דעמאָקראַטישן קאַנדידאַט; די תּושבֿים פֿון ווירדזשיניע אין די פֿעלדער און בערג אויף דרום שטימען געוויינטלעך פֿאַרן רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט. אָבער מאַקקיינס פֿאַרבינדונג מיטן נישט־פּאָפּולערן פּרעזידענט בוש שאַט אים אַפֿילו אין די טראַדיציאָנעלע רעפּובליקאַנער שטאַטן. אין זייערע רעדעס אין ווירדזשיניע ניצן מאַק׳קיין און זײַן וויצע־פּרעזידענט־קאַנדידאַטקע, סאַראַ פּיילין, דעם טערמין "אמתע ווירדזשיניער" — צו באַצייכענען די מענטשן ווײַט פֿון וואַשינגטאָן, אָבער ס'איז ווײַט נישט קלאָר, צי יענע וויילער שטיצן אים. איינער פֿון די באַקאַנסטע פּערזענלעכקייטן פֿון די בערג אין ווירדזשיניע, דער באַנדזשאָ־שפּילער, ראַלף סטענלי, האָט זיך באַטייליקט אין אַ ראַדיאָ־רעקלאַמע לטובֿת אָבאַמאַ.
נאָך פּענסילווייניע און ווירדזשיניע וועט אָבאַמע קאַנדידירן אין נאָרד־קאַראָלײַנע, פֿלאָרידע און מיזורי; אַלע דרײַ שטאַטן האָבן געשטימט פֿאַר די רעפּובליקאַנער אין 2004. מאַק׳קיין איז מיטוואָך געפֿאָרן קיין נאָרד־קאַראָלײַנע; פּיילין איז געבליבן אין פּענסילווייניע. זי איז זייער באַליבט בײַ די רעפּובליקאַנער, און די מאַק׳קיין־קאַמפּאַניע ניצט איר פּאָפּולערקייט אויס צו פֿאַרזיכערן, אַז די טראַדיציאָנעלע רעפּובליקאַנער וויילערס זאָלן בלײַבן מיט דער פּאַרטיי.
לויט די לעצטע אַנקעטעס וועט מאַק׳קיין פֿאַרשפּילן די וואַלן מיט אַן ערך 10%; דאָס קלינגט נישט ווי קיין סך, אָבער אין דער וועלט פֿון אַמעריקאַנער פּרעזידענט־וואַלן איז דאָס אַ ממשותדיקע צאָל. די קאַנדידאַטן שפּיגלען אָפּ די נײַעס אין זייער איצטיקער אויפֿפֿירונג — אָבאַמאַ רעדט מיט אַ רויִקער זיכערקייט און מאַק׳קיין — ווי ער איז גרייט צו גיין אין געשלעג יעדע מינוט.
דער שטאַט פֿון פֿלאָרידע האָט 27 עלעקטאָראַלע שטימען און אויב סענאַטאָר מאַק׳קיין וויל געווינען די וואַלן, מוז ער דעם שטאַט אויך געווינען. אָנהייב וואָך האָט מען געזאָגט, אַז פֿלאָרידע, וווּ בוש האָט געוווּנען צוויי מאָל, וועט שטימען פֿאַר אָבאַמאַ. מאַק׳קיין האָט דאָרט אַזוי פֿיל צײַט געפֿירט זײַן קאַמפּאַניע, אַז אַ טייל פֿון זײַנע עצה־געבער האַלטן, אַז ער זאָל בעסער זײַן מי און צײַט אַרײַנלייגן אין אַנדערע וויכטיקע שטאַטן.
אָבאַמאַס "קעשענעס" זענען אַ סך טיפֿער ווי מאַקקיינס, און אין פֿלאָרידע האָט ער אויסגעגעבן פֿיר מאָל אַזוי פֿיל אויף רעקלאַמעס, ווי דער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט. אָבאַמאַס צד האָט באַוויזן צו פֿאַרשרײַבן צענדליקער טויזנטער נײַע וויילער, דעמאָקראַטן, אין פֿלאָרידע. פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען תּמיד געווען פֿאַרשריבן מער דעמאָקראַטן אינעם שטאַט, און מע האָט סײַ־ווי געשטימט פֿאַרן רעפּובליקאַנער אין 2004 און 2000, נישט געקוקט אויף דעם. אין פֿלאָרידע האָט אָבאַמאַ געוויזן, אַז ער האָט שטיצע אין די נישט־טראַדיציאָנעלע דעמאָקראַטישע שטחים, אויך צוליב אומצופֿרידנקייט מיט בוש און די רעפּובליקאַנער.
די אַטאַקן פֿון מאַק׳קיין קעגן אָבאַמאַ ווערן שאַרפֿער. מאַק׳קיין האָט גערופֿן אָבאַמאַ — "דער ליבעראַלסטער קאַנדידאַט פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט". נאָך דעם ווי אָבאַמאַ האָט געניצט דעם אויסדרוק — "פֿאַרשפּרייטן דאָס עשירות" אין אַ דעבאַטע, האָט מאַק׳קיין געענטפֿערט — "סענאַטאָר אָבאַמאַ וויל פֿאַרשפּרייטן דאָס עשירות, אָבער איך וויל פֿאַרגרעסערן דאָס עשירות; ער וויל שטראָפֿן די וואָס זענען מצליח, אָבער איך וויל יעדער זאָל ווערן מצליח". לעצטנס, האָט מאַק׳קיין אויך געוואָרנט פֿון דער סכּנה אינעם פֿאַל, וואָס סײַ "דאָס ווײַסע הויז", סײַ דער קאָנגרעס וועלן זיך געפֿינען אין די הענט פֿון די דעמאָקראַטן. צוזאַמען וועלן זיי העכערן די שטײַערן און צעטרענצלען דאָס געלט. עטלעכע פֿון מאַקקיינס אַטאַקן האָבן געווירקט פּונקט פֿאַרקערט ווי ער האָט געוואָלט. ווען ער האָט באַשולדיקט אָבאַמאַ אין זיך "חבֿרן מיט טעראָריסטן", געמיינט, פּראָפֿ׳ ביל אייערס, אָדער די אָרגאַניזאַציע "אייקאָרן" אין פֿעלשן הונדערטער טויזנטער שטימען און "אַראָפּרײַסן דעם דעמאָקראַטישן פּראָצעס", האָבן די וויילער גיכער געהאַלטן, אַז מאַק׳קיין איז געוואָרן צו פּערזענלעך און ווילד אין זײַנע אַטאַקן, און מאַק׳קיין האָט פֿאַרלוירן שטיצע צוליב דעם.
מאַק׳קיין האַלט, אַז ער קען נאָך געווינען, נישט געקוקט אויף די אַנקעטעס, און אַז ער קען דאָס דערגרייכן, במשך פֿון דער לעצטער וואָך. ער האָט שוין געוויזן אין די פֿריִערדיקע קאַמפּאַניעס זײַנע, אַז ער קען צוריקקומען פֿון אַ נידעריקער פּאָזיציע און זיגן. די שטימונג בײַ מאַק׳קיינס צד איז געפֿאַלן אָבער דער סענאַטאָר דריקט אויף זײַנע מיטאַרבעטער נישט אַראָפּצולאָזן די קעפּ און אַרבעטן ווײַטער לטובֿת זײַן קאַמפּאַניע ביזן לעצטן טאָג.
פֿאַר וואָס האַלט אָבאַמאַ אין געווינען?
וואָס איז געשען אין סעפּטעמבער און אָקטאָבער, נאָך די פּאַרטיייִשע צוזאַמענפֿאָרן, וואָס האָט געבראַכט צום איצטיקן מצבֿ, אַז סענאַטאָר אָבאַמאַ געווינט אין די אַנקעטעס? טייל אַנאַליטיקער האַלטן, אַז בשעת מאַק׳קיין האָט אָפֿט געקענט באַקומען דעם אויפֿמערק פֿון די וויילער, האָט ער קיין מאָל נישט איבערגעגעבן קלאָר וואָס ער וואָלט באמת געטאָן ווי דער פּרעזידענט. זײַנע שאַרפֿע אַטאַקן האָבן, נאָך אַ טאָג, צוויי, אים נישט געהאָלפֿן; ער האָט צו פֿיל צײַט זיך פֿאַרנומען מיט נישטיקע ענינים וועגן אָבאַמאַ, און נישט, ווי מע זאָגט אויף ענגליש, מיטן "גרעסערן בילד".
זײַן באַשלוס אויסצוקלײַבן סאַראַ פּיילין, אַ כאַריזמאַטישע פֿרוי מיט ווייניק דערפֿאַרונג אין נאַציאָנאַלע און אינטערנאַציאָנאַלע ענינים, האָט געהאָלפֿן זײַן קאַמפּאַניע, בעת די ערשטע וואָכן נאָכן רעפּובליקאַנער צוזאַמענפֿאָר. אָבער נאָך עטלעכע טעלעוויזיע־אינטערוויוען און די נישט־פֿאַרענטפֿערטע פֿראַגעס צי זי פּאַסט טאַקע אויף אַזאַ פּאָסטן, האָבן די אַמעריקאַנער אויפֿגעהערט זי צו לויבן. אַפֿילו די קאָנסערוואַטיווע פֿירער האָבן אָפֿן קריטיקירט דעם באַשלוס.
סענאַטאָר מאַק׳קיין האָט גוט פֿאָרגעשטעלט זײַנע קוואַליפֿיקאַציעס ווי אַן עקספּערט אין נאַציאָנאַלער זיכערהייט און ווי אַן אומאָפּהענגיקער פּאָליטיקער, נישט צוגעבונדן צו קיין שום פּאַרטיי (און אַוודאי וואָס ווײַטער פֿון דער בוש־אַדמיניסטראַציע), אָבער ער האָט נישט קלאָר איבערגעגעבן, וואָס ער וועט טאָן מיט זײַן דערפֿאַרונג.
מאַק׳קיינס סטראַטעגיע פֿון שאַרפֿע אַטאַקן קעגן אָבאַמאַ זענען צעשטערט געוואָרן אין מיטן סעפּטעמבער ווען דער פֿינאַנציעלער קריזיס האָט געגעבן דער וועלט אַ דונער־קלאַפּ. מאַק׳קיין האָט זיך פֿאָרגעשטעלט ווי איינער וואָס קען העלפֿן ראַטעווען דעם קריזיס, אָבער לסוף האָט ער נישט געקענט שפּילן קיין שום וויכטיקע ראָלע, און די רעפּובליקאַנער קאָנגרעסלײַט האָבן געשטימט צוויי קעגן איינס, קעגן דעם געזעץ־פּראָיעקט וואָס מאַק׳קיין האָט געשטיצט. ווי קיין שטאַרקע פֿיגור אין וואַשינגטאָן האָט ער צו יענער צײַט נישט אויסגעזען.
דער "בראַדלי־עפֿעקט"
כאָטש אָבאַמאַ געווינט לויט דער סטאַטיסטיק, האָט זײַן צד און זײַנע שטיצער נאָך מורא פֿאַרן "בראַדלי־עפֿעקט"; אַ פֿענאָמען וואָס קומט פֿאָר, ווען אַ שוואַרצער קאַנדידאַט לויפֿט קעגן אַ ווײַסן קאַנדידאַט: אַ סך ווײַסע וויילער זאָגן ביז דער לעצטער מינוט, אַז זיי וועלן שטיצן דעם שוואַרצן קאַנדידאַט, אָבער ווען מע גייט אַרײַן אין דער שטים־בודקע, וווּ קיינער זעט זיי נישט, שטימט מען פֿאַרן ווײַסן קאַנדידאַט.
אַזוי איז געשען אין 1982, ווען טאָם בראַדלי, אַן אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער האָט לויט דער אַנקעטע־סטאַטיסטיק געהאַלטן אין געווינען, אָבער געוווּנען האָט זײַן ווײַסער אָפּאָנענט. די וויילער ניצן אויס אַזאַ שטעלונג אין דער עפֿנטלעכקייט, מע זאָל זיי נישט באַשולדיקן אין ראַסיזם, אָבער אין האַרצן שטיצן זיי דעם אַנדערן צד. די פֿראַגע איז, צי אָבאַמאַ וועט אויך פֿאַלן אַ קרבן פֿונעם "בראַדלי־עפֿעקט". אין די ניו־העמשיר פּרעלימינאַרע וואַלן, אין וועלכע אָבאַמאַ האָט קאַנדידירט קעגן הילאַרי קלינטאָן, האָט ער געהאַלטן אין געווינען מיט אַ גרויסן פּראָצענט, אָבער, צום סוף, האָט ער פֿאַרשפּילט מיט דרײַ פּונקטן. צי דאָס איז געווען אַ רעזולטאַט פֿונעם "בראַדלי־עפֿעקט", צי נישט איז נאָך אַ פֿראַגע.
די איצטיקע פּרעזידענט־קאַמפּאַניע פֿון אָבאַמאַ האָט אַרויסגעהויבן דעם טערמין און אַנאַליז פֿונעם "בראַדלי־עפֿעקט" אין דער עפֿנטלעכקייט, און מע רעדט שוין וועגן אַ "קעגן־בראַדלי־עפֿעקט"; דאָס הייסט, אַז אַ סך רעפּובליקאַנער האָבן מורא אין דער עפֿנטלעכקייט צו שטיצן אָבאַמאַ, אַ שוואַרצן קאַנדידאַט, אָבער אין דער פּריוואַטער שטים־בודקע וועלן זיי יאָ אים שטיצן. דעם 4טן נאָוועמבער וועלן מיר עס שוין אַלע זען....