אַרום דעם באַשלוס פֿון ציפּי ליבֿני רעדט מען פֿאַרשיידנס: ווער עס האַלט, אַז אין דעם האָט זיך אַרויסגעוויזן איר דרייסטקייט און ערלעכקייט — "נישט צו שפּילן מיט דער צוקונפֿט פֿון ישׂראל, צוליב דער שטעלע פֿונעם פּרעמיער־מינסיטער" — אַזוי האָט זי עס אַליין דערקלערט. די אַנדערע האַלטן, אַז אירע ווערטער זײַנען מער אַ "פּאָזע", איידער אמת; אַז דער ריינער אמת שטעקט אין דער אומבאַהאָלפֿנקייט פֿון איר נישט קענען צונויפֿצושטעלן אַ קאָאַליציע.
ווי עס זאָל נישט זײַן, גייט ישׂראל צו נײַע וואַלן, און די פּרינציפּיעלקייט פֿון דער "קדימה"־פֿירערין און איר נישט אויפֿפֿירן זיך ווי אַ מיזרח־סוחר, האָט אויסגענומען בײַ אַ סך וויילער. לויט די איצטיקע אויספֿרעגן וואָלט "קדימה" אַרײַן אין דער נײַער כּנסת מיט 29 דעפּוטאַטן, און "ליכּוד", וואָס רײַסט זיך צו דער מאַכט, מיט 16 דעפּוטאַטן. די אַרבעטער־פּאַרטיי וואָלט געוווּנען בלויז 11 מאַנדאַטן.
ווי עס זאָל זיך נישט אויסדרייען דער גורל, אין 90 טעג אַרום, מכּוח "קדימה" און "ליכּוד", זײַנען די אויסזיכטן פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי בפֿירוש זייער שוואַכע, און נאָענט צו די רעזולטאַטן פֿונעם אויספֿרעג. מעגלעך דעריבער, איז דער קלאַנג וועגן אַ "שידוך" צווישן ליבֿני און ברק נישט נאָר אַ פּליאָטקע. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, הגם קיין גליקלעך "משפּחה־לעבן" זאָגט דער שידוך נישט צו.
אין אַזאַ מצבֿ פֿון צווישן־בענקלעך קומט ווידער אַרויף אויפֿן טראָן דער פּרעמיער אהוד אָלמערט. ווי זאָגט מען בײַ אונדז: זײַט מיר נאָך נישט געזונט... ווי אַזוי וועט ער זיך אויפֿפֿירן אין דעם פּעריאָד פֿון די וויילער־קווענקלענישן? געוויסע פּונקטן פֿון זײַן געזעגענונג־רעדע, בפֿרט וווּ עס גייט אַ רייד וועגן די טעריטאָריעלע הנחות, בתוכם מיטן צעטיילן פֿון ירושלים, זײַנען נישט פּאָפּולער אינעם פֿאָלק.
וואָס וועט אין אָלמערטן נעמען די אויבערהאַנט — זײַנע פּערזענלעכע, אָדער זײַנע פּאַרטיייִשע אַמביציעס? אויב אָלמערט, בײַם פֿירן ווײַטער די פֿאַרהאַנדלונגען מיטן פּאַלעסטינער פֿירער, מאַכמוד אַבאַס, וועט אונטערשרײַבן אַן אָפּמאַך אויפֿן סמך פֿון זײַן לעצטער רעדע, וועט עס געוויס נישט צושפּילן דער פּאַרטיי, בראָש מיט ציפּי ליבֿני.
90 טעג פֿאַר די וואַלן איז אפֿשר אַ קליינער טערמין דורכצופֿירן אַ וואַל־קאַמפּאַניע מיטן פֿולן טראַסק; עס איז אָבער אויך גענוג צײַט, כּדי די איצטיקע פּאָליטישע קאָרטן זאָלן זיך איבערמישן און בײַטן דעם גאַנצן גאַנג פֿון דער שפּיל, בפֿרט אין מיטעלן מיזרח.
געוויס, אַז די "לינקע" וועלן קוועטשן אויף דעם שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ — און ברק רעדט שוין וועגן אָפּשאַפֿן די "דראַקאָנישע עקאָנאָמישע פּראָגראַם", אײַנגעפֿירט פֿון בנימין נתניהו — און וועלן אַרויסשלעפּן פֿונעם פּאָליטישן קאָרטן־טעשל אַלע סאָציאַלע קאָזערן. דער רעכטער לאַגער וועט שלאָגן די קאָרטן פֿון די "לינקע" מיט זייערע קאָזערן, און קודם־כּל, מיטן אָפּשטעלן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער; יעדנפֿאַלס, אין אַזאַ פֿאָרמאַט ווי זיי זײַנען אָנגעגאַנגען ביז איצט.
זייערע אייגענע קאָזערן האָבן די פּאַלעסטינער שכנים — סײַ "כאַמאַס", סײַ "פֿאַטאַך" און סײַ די ישׂראל־אַראַבער, וואָס ווער ווייסט, אויף וועמענס טיש וועלן זייערע קאָרטן פֿאַלן.
ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט ציפּי ליבֿני מיט איר דערקלערן די נײַע וואַלן אַרויסגעשטעלט יעדע פּאָליטישע באַוועגונג פֿאַר אַ דילעמע: נישט בלויז זיך רײַסן צו דער מאַכט, נאָר קומענדיק צו דער מאַכט, לייזן די אָנגעווייטיקטע פּראָבלעמען לטובֿת דעם לאַנד און פֿאָלק.