רועי גרינוואַלד |
ווען נישט זײַן פֿאָרטראָג אין בית־לייוויק, וואָס איז לעצטנס צושטאַנד געקומען אַ דאַנק דער איניציאַטיוו פֿון דער לערערקע סאָניע ראָזענבערג, וואָלט איך מיט רועי (ראָיִ) זיכער זיך נישט געטראָפֿן. ס'איז שוין ווײַט נישט קיין וואָכיקע געשעעניש צו אַנטדעקן אין אונדזער נאָענטן אַרום אַ ישׂראלדיקן ייִדיש־אינטעלעקטואַל אַרײַנגעטאָן אין פֿאָרשן פֿראַגן מיט אַ קוים לײַכטן אַנקער צו אונדזער טאָג־טעגלעכן לעבן, און פֿון דעסטוועגן, געקניפּט און געבונדן מיט אונדזער ווירקלעכקייט.
דערוועקט האָט אין מיר דעם אינטערעס זיך נאָענטער צו באַקענען מיט רועי גרינוואַלד, און זײַן באַהאַוונטקייט אין ייִדיש. די טעמע פֿון זײַן פֿאָרטראָג, צום באַדוירן, אין העברעיִש האָט ער געווידמעט דעם ייִדישן אַוואַנגאַרד, אָבער דער עיקר, האָט גרינוואַלד זיך אָפּגעשטעלט אויף דעם פֿאַרשיידנאַרטיקן צוגאַנג צום גרויל פֿון דער פּאָגראָם־קאַטאַסטראָפֿע פֿון דרײַ שרײַבער: מענדעלע, ביאַליק און פּרץ מאַרקיש. פֿון דעם פֿאַקטיש איז באַשטאַנען זײַן פֿאָרטראָג: פֿון דעם דראַמאַטישן אַרײַנדרינג אין טעקסט פֿון די דערמאָנטע דיכטער מיטן טראָפּ אויף ביאַליקס "די שחיטה־שטאָט" אין פֿאַרגלײַך צו פּרץ מאַרקישעס אויפֿטרייסלענדיקער פּאָעמע "די קופּע".
רועי גרינוואַלד, 37 יאָר אַלט, איז געבוירן געוואָרן אין ירושלים אין אַ רעליגיעזער משפּחה. ער אַליין, נישט קיין פֿרומער, איז געפֿאָרן זיך לערנען אין דעם סאָרבאָן־אוניווערסיטעט, אין פּאַריז, די דײַטשישע ליטעראַטור, וואָס שפּעטער האָט ער זי געטוישט אויף ייִדישע לימודים און בײַ ייִדיש שוין פֿאַרבליבן אויף שטענדיק. עס איז בלויז צו באַוווּנדערן ווי לײַכט איז פֿאַר אים איבערצוזעצן פֿון העברעיִש אויף ייִדיש ווי אויך פֿאַרקערט; אַ פֿעיִקייט, וואָס איז אַ געוווּנטשענער טאַלאַנט צו הילף די יונגע ישׂראלים, זיך צו דערנענטערן צו די אוצרות פֿון דער ייִדישער פּראָזע און פּאָעזיע.
גרינוואַלד איז אַ גרויסער אָנהענגער פֿון דער אימפּרעזע איבערצוזעצן ייִדישע ליטעראַטור אויף אַנדערע שפּראַכן. "בלויז אַזוי", זאָגט ער, "וועלן די לייענער וואָס קענען נישט קיין ייִדיש, זיך באַקענען מיט די ווערק פֿון די גרויסע ייִדיש־שאַפֿערס. אַמאָל איז ייִדיש געווען די קולטור פֿון אַ שפּראַך, הײַנט איז ייִדיש די שפּראַך פֿון אַ קולטור".
גרינוואַלד איז אַ סטודענט אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, אין ירושלים; ער האַלט בײַם פֿאַרענדיקן צוצוגרייטן זײַן דאָקטאָראַט, אונטער דעם אויפֿזיכט פֿון פּראָפֿעסאָר חנן חבֿר (חעווער), איבער דעם ישׂראל־ייִדישן פּאָעט אָבֿות ישורון, צו וועמען גרינוואַלד, וואָס זײַן פּאָעזיע האָט אים טאַקע צוגעצויגן צוליב דעם ייִדיש־ווידערקלאַנג, וואָס הערט זיך אין די לידער פֿון אָט דעם באַוווּסטן העברעיִשן דיכטער. גלײַכצײַטיק אָבער איז גרינוואַלד אויך אַ לעקטאָר אין דעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט; אין דעם דאָזיקן פּרעסטיזשפֿולן אַנשטאַלט וועט ער פֿון דעם נאָענטן שטודיום־פּעריאָד אָן אָנפֿירן מיט דער קאַטעדרע "פּאָרטרעט פֿון אַ קאַטאַסטראָפֿע", וווּ ער וועט דורך דרײַ ייִדיש־שאַפֿערס: ל. שפּיראָ, פּרץ מאַרקיש און אורי־צבֿי גרינבערג, פּרוּוון צו פֿאָרשן די פֿאַרבינדונג צווישן דעם מאָדערניזם און דעם אַוואַנגאַרד און זייער אויסווירקונג אויף די גוואַלד־טאַטן, וואָס האָבן זיך אַרויסגערוקט פֿון הינטערלאַנד מיט חיהשער רציחה אויף דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.
טיף אײַנגעוואָרצלט אין זיך, אין זײַן פּערזענלעכקייט, געפֿינט זיך זײַן וואַרעמער צוגאַנג צו ייִדיש; אויך ווען ער מאַכט אַ פֿאַרגלײַך מיט העברעיִש, דער שפּראַך וואָס, ווי אַ רעליגיעז קינד, האָט ער געהערט אין בית־הכּנסת, שײַנט נאָך אַלץ אַרויס פֿון זײַנע ווערטער די שיינקייט פֿון ייִדיש, אָדער ווי רועי זאָגט מיט זײַנע אייגענע ווערטער: "פֿון דער שפּראַך, וואָס האָט זיך אויסגעפֿורעמט לויט דעם לעבנסוועג פֿון די ייִדן, וועלכע האָבן זי גערעדט און, וואָס בײַם סוף, איז אַ גרויסער טייל פֿון זיי אַוועקגעשיקט און פֿאַרטיליקט געוואָרן אין די גאַזקאַמערן".