- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
בײַם אָננהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָבן אין רוסלאַנד געלעבט און געשאַפֿן אַ צאָל ייִדן־קאָמפּאָזיטאָרן. די באַקאַנטסטע זײַנען געווען: יואל ענגעל, לאַזאַר סאַמינסקי, יוסף אַחרון, משה מילנער, ל. צייטלין א״אַ. אַ צאָל זײַנען געווען תּלמידים פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר נ.אַ. רימסקי־קאָרסאַקאָוו אין דער פּעטערבורגער מוזיק־קאָנסערוואַטאָריע. זיי האָבן אין 1902 געשאַפֿן אַ קרײַז “כּינור־ציון" מיטן ציל צו שאַפֿן און אויפֿצופֿירן ייִדישע מוזיק, אָבער אין זייערע קאָמפּאָזיציעס און אויף זייערע קאָנצערטן האָט מען נישט געקענט פֿילן קיין באַזונדערן ייִדישן נוסח. יואל ענגעל האָט אינספּירירט די ייִדישע מוזיקער מיט זײַנע לעקציעס און קאָנצערטן. און רימסקי־קאָרסאַקאָוו האָט געגעבן דעם אמתן שטויס צו שאַפֿן ייִדישע מוזיק ווען ער האָט געפֿרעגט זײַנע סטודענטן: “פֿאַרוואָס אימיטירט איר די אייראָפּעיִשע און רוסישע קאָמפּאָזיטאָרן? ייִדן פֿאַרמאָגן דאָך אַזעלכע גרויסע פֿאָלקס־אוצרות. איך האָב געהערט אײַערע רעליגיעזע לידער און זיי האָבן אויף מיר געמאַכט אַ גאָר שטאַרקן אײַנדרוק. טראַכט וועגן דעם. יאָ, ייִדישע מוזיק וואַרט נאָך אויף איר ייִדישן גלינקאַ". די רייד פֿון רימסקי־קאָרסאַקאָוו האָבן געהאַט אַ גוואַלדיקע ווירקונג אויף זײַנע ייִדישע סטודענטן. ניט נאָר האָבן זיי גענומען טראַכטן וועגן דעם, נאָר זיי האָבן זיך אויך גענומען צום שאַפֿן ייִדישע מוזיק, לויט אַ ייִדישן נוסח. עס האָט גענומען עטלעכע יאָר ביז עס איז בײַ זיי רײַף געוואָרן דער געדאַנק צו שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט צו העלפֿן שטאַרקן און פֿאַרשפּרייטן ייִדישע מוזיק צווישן די ברייטע ייִדישע פֿאָלקס־מאַסן. כּדי צו קענען שאַפֿן אַ נײַע געזעלשאַפֿט אין רוסלאַנד האָט מען געמוזט האָבן אַ דערלויבעניש פֿון דער רעגירונג. אַ דעלעגאַציע פֿון דרײַ תּלמידים פֿון דער מוזיק־קאָנסערוואַטאָריע איז אַוועק צום פּעטערבורגער גובערנאַטאָר, גענעראַל דראַשעווסקי, צו פּועלן בײַ אים ער זאָל די דערלויבעניש געבן. ש. ראָזאָווסקי, איינער פֿון די הויפּט־גרינדער פֿון דער געזעלשאַפֿט, האָט שפּעטער, צום 15־יאָריקן יוביליי פֿון דער מוזיק־געזעלשאַפֿט וועגן דעם דערציילט: “דער גובערנאַטאָר האָט בײַ זיי אַ פֿרעג געטאָן: ‘ייִדישע מוזיק? עס עקזיסטירט דען אַזאַ זאַך ווי ייִדישע מוזיק?’" ראָזאָווסקי דערציילט, אַז זיי האָבן גענומען דערקלערן אַז ייִדישע מוזיק עקזיסטירט; אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק דריקט אויס זײַנע לײַדן און פֿריידן אין געזאַנג, און אַז ייִדישע מוזיק האָבן געשאַפֿן ניט נאָר ייִדן, נאָר אויך ניט־ייִדן, גלינקאַ, מוסאָרגסקי, — אַז אויף מוסאָרגסקיס מצבֿה איז אויסגעקריצט אַ ייִדישע מעלאָדיע וואָס ער האָט געהערט אין אַ ייִדיש שטעטל און אַז די מעלאָדיע האָט אים געדינט ווי אַ באַזע פֿאַר זײַן קאַנטאַטע “יהושע בן־נון". דער גענעראַל האָט געענטפֿערט, אַז ער געדענקט אויך עפּעס אַ ייִדישע מעלאָדיע וואָס ער האָט געהערט אויף אַ חתונה אין אָדעס. “דאָס איז אָבער געווען", האָט ער געזאָגט, “אַ פֿאָלקס־מעלאָדיע, און איך מיין, אַז אײַער געזעלשאַפֿט דאַרף טאַקע אָנגערופֿן ווערן ‘געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק’". ראָזאָווסקי שרײַבט ווײַטער: “מיר האָבן געמוזט מסכּים זײַן און אַזוי אַרום איז געבוירן געוואָרן דער נאָמען פֿון דער געזעלשאַפֿט". די צילן וואָס די געזעלשאַפֿט האָט פֿאַר זיך געשטעלט זײַנען געווען: צו אַרבעטן אויפֿן פֿעלד פֿון פֿאָרשן און אַנטוויקלען ייִדישע פֿאָלקס־מוזיק — רעליגיעזע און וועלטלעכע, דורך זאַמלען פֿאָלקסלידער, באַאַרבעטן זיי מוזיקאַליש און העלפֿן די מוזיק פֿאַרשפּרייטן. דער צווייטער ציל איז געווען צו דרוקן מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס און פֿאָרשונגען וועגן ייִדישער מוזיק, אָרגאַניזירן קאָנצערטן, אָפּערעטע־אויפֿפֿירונגען, לעקציעס א״אַנד; אָרגאַניזירן כאָרן און אָרקעסטערס, שאַפֿן אַ ייִדישע מוזיק־ביבליאָטעק, אַרויסגעבן פּעריאָדישע שריפֿטן געווידמעט ייִדישער מוזיק און אײַנשטעלן קאָנטעסטן בײַ וועלכע מען זאָל געבן פּרײַזן פֿאַר מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס אויף ייִדישע טעמעס. עס איז גלײַך געשאַפֿן געוואָרן אַ קאָמיטעט מיט די מוזיקער לאַזאַר סאַמינסקי, שלמה ראָזאָווסקי און יוסף אַחרון, וואָס זאָל זיך פֿאַרנעמען מיט צוציִען נײַע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס און מיט אָרגאַניזירן קאָנצערטן אין פֿאַרשיידענע שטעט. צו דער געזעלשאַפֿט האָבן געהערט ניט נאָר מוזיקער, נאָר אויך שרײַבער און קולטור־טוער, ווי ש. אַנ־סקי, י.ל. פּרץ, מ. ריוועסמאַן, מענדל עלקין; צווישן די קאָמפּאָזיטאָרן זײַנען געווען יוסף אַחרון, משה מילנער, ל. סאַמינסקי, ש. ראָזאָווסקי, מ. גנעסין, ה. קאָפּיט, ב. לעווינזאָן, פּ. לעוואָוו, אָ. פּאָטאָקער, ל. צייטלין, מ. שאַליט און א. זשיטאָמירסקי. אין משך פֿון די ערשטע צען יאָר האָט די געזעלשאַפֿט דורכגעפֿירט מער ווי טויזנט קאָנצערטן פֿון ייִדישער מוזיק אין פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד. עס האָבן זיך באַטייליקט אין זיי ווערטפֿולע ווירטואָזן. איינער אַזאַ איז געווען דער יונגער יאַשע חפֿץ. די געזעלשאַפֿט האָט אָפּגעדרוקט אַ פֿופֿציק קאָמפּאָזיציעס. (אַ דאַנק דעם אַרכיוו פֿון מענדל עלקין פֿאַרמאָגט דער ייִוואָ כּמעט אַ פֿולן קאָמפּלעקס פֿון די ווערק וואָס ווערן געזוכט פֿון מוזיקער איבער דער וועלט.) ייִנגערע קאָמפּאָזיטאָרן זײַנען געווען אינספּירירט פֿון דער אַרבעט פֿון דער געזעלשאַפֿט, ספּעציעל אַזעלכע קאָמפּאָזיטאָרן, ווי לאַזאַר ווײַנער, וולאַדימיר חפֿץ, לעאָ ליִאָוו און אַנדערע וואָס האָבן געשאַפֿן אין גײַסט פֿון דער פּעטערבורגער גרופּע, באַנוצנדיק זיך מיט מאָדערנע פֿאָרמען לויטן ייִדישן נוסח. Idishe kompozitoren in Raten FarbandSubmitted by Srulik on Tue, 2008-07-29 00:12.
Noch der revolutzie a sach idishe kompozitoren hobn geshribn barimte rusishe lider: Dunaevsky, brider Pokras, Blanter un shpeter Feltzman, Frenkel, Fradkin, Kalmanovsky un andere. Vladimir Visotzky hot gehat a idishen foter. Ober haint tzu tog es zainen faran nisht azoi fil idishe kompozitoren in Rusland - ich denk Igor Krutoi iz a id un ein oder tzvei andere. |