- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
סוף פֿאַרגאַנגענע וואָך איז געמאַכט געוואָרן נאָך איין פּרוּוו "צוצורעדן" די טעהעראַנער רעגירונג אָפּצושטעלן איר נוקלעאַרע פּראָגראַם און מיטאַרבעטן מיט דער אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור פֿון נוקלעאַרן קאָנטראָל. פֿאָרשטייער פֿון די זעקס פֿירנדיקע לענדער (פֿאַראייניקטע שטאַטן, רוסלאַנד, ענגלאַנד, כינע, פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד) האָבן זיך געטראָפֿן מיטן אויסערן־מיניסטער פֿון איראַן, סאַיִד דזשאַליל, און אים געוואָרנט, אַז אין משך פֿון צוויי וואָכן מוז איראַן געבן אַן ענטפֿער — אָדער יאָ, אָדער ניין! אַנדערש וועלן קומען נאָך שטרענגערע שטראָף־סאַנקציעס... פֿאָרשער, און סתּם פֿאַראינטערעסירטע מענטשן, וועלכע האָבן יאָרן לאַנג געניצט די "ענציקלאָפּעדיע יודאַיִקאַ" (ירושלים, 1971) ווי דער פּוסק־אַחרון צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּע, האָבן אָפֿט באַמערקט, אַז דאָס אײַנקוקבוך, וואָס האָט באַדאַרפֿט אַרויסווײַזן אָביעקטיווקייט, האָט געהאַט זײַנע בולטע פּרעפֿערענצן און פֿאָראורטלען. קודם, האָט מען געזען אַן אומיושר בײַם באַשליסן ווער ס׳פֿאַרדינט זײַן אייגענע פּאָזיציע אינעם ווערק; און צווייטנס, האָט מען נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס געוויסע טוער און שרײַבער האָבן פֿאַרדינט צוויי אָדער דרײַ מאָל אַזוי פֿיל אָרט אין זייער באַשרײַבונג ווי אַנדערע. "בראָניסלאַוו גערעמעק — דער העלד פֿון פּוילנס פֿרײַהייט" אַן אויסטערליש אימפּאָזאַנטער לוויה־צוג פֿון פּאַראַדנע אויטאָס האָט הײַנטיקע וואָך אַדורכגעשניטן די גאַסן פֿון דער פּוילישער הויפּטשטאָט אויפֿן וועג פֿון דער קאַטעדראַלע פֿון הייליקן יאַן אין דער אַלטשטאָט פֿון וואַרשע ביז צו דעם קאָמונאַלן מיליטערישן צווינטער אין דער פֿאָרשטאָט פּאַוואָנזעק. דאָרט איז דער מת באַערדיקט געוואָרן מיטן העכסטן פּאַראַד פֿון אַ הויכגעשאַצטן פּוילישן מלוכה־מאַן. אין יאָר 1918, האָט דער בערלינער זשורנאַל Neue jüdische Monatshefte פֿאַרעפֿנטלעכט אין די נומערן 13, 14 און 17 אַן אַרטיקל פֿונעם באַקאַנטן דײַטשישן עקאָנאָמיסט און היסטאָריקער אָטאָ פֿאָן צווידינעק (1871–1957). די אַרבעט האָט געטראָגן אַ קורצן נאָמען — "Die Litwaki". די ליטוואַקישע פֿראַגע האָט פֿאַראינטעריסט צווידינעקן, ווײַל אין פּוילן האָט מען דעמאָלט באַשולדיקט די ליטווישע ייִדן אין חרובֿ מאַכן דעם "שלום-בית", וואָס האָט כּלומרשט עקזיסטירט צווישן די פּאָליאַקן און די "אייגענע" ייִדן. אויף דער לאַנדשאַפֿט פֿון דער הײַנטיקער רוסישער קולטור ווערט אַלץ בולטער אָנגעצייכנט אַ נײַער סטיל. זײַנע שעפֿער זײַנען געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין דער תּקופֿה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, אָבער האָבן זיך אויסגעמענטשלעכט אינעם לעצטן יאָרצענדליק פֿונעם צווייטן יאָרטויזנט, וואָס איז געווען אַ האַרבע און אומזיכערע צײַט אינעם אָקערשט פֿאַנאַנדערגעפֿאַלענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ס׳איז שוין, אַ פּנים, געקומען די צײַט צו באַזיניקן יענע דערפֿאַרונג און צו בויען אויף איר יסוד אַ נײַעם קולטורעלן בנין. משה רבינו האָט זיך געווענדט צו די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים, און האָט זיי איבערגעגעבן די הלכות פֿון נדרים. "זה הדבֿר" — "דאָס איז די זאַך", וואָס דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט: ווען מע טוט אַ נדר, מוז מען עס מקיים זײַן. אין אַ צאָל אַנדערע ערטער אינעם תּנ״ך, האָבן די נבֿיאים, אַרײַנגערעכנט משה, אויסגענוצט דעם אַרײַנפֿיר-אויסדרוק "כה אָמר השם" — "אַזוי האָט געזאָגט דער אייבערשטער". דער מדרש איז מסביר, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע נבֿיאים, לויט אַלע געזעלשאַפֿטלעכע אויספֿרעגן אין ישׂראל, איז דאָס ליד "ירושלים של זהבֿ" — דאָס פּאָפּולערסטע און באַקאַנטסטע ישׂראל־ליד. דעם 13טן יולי וואָלט די באַשאַפֿערין פֿון דעם דאָזיקן ליד אַלט געוואָרן 78 יאָר... "די ערשטע לעידי פֿון דער ישׂראל־ליד" נעמי שמר איז געבוירן געוואָרן דעם 13טן יולי 1930 אינעם קיבוץ כּינרת. אירע עלטערן, מאיר און רבֿקה ספּיר, ביידע אָפּשטאַמיקע פֿון ווילנע, זײַנען געקומען קיין פּאַלעסטינע אין די 1920ער יאָרן, און זײַנען געווען צווישן די בויער פֿון דעם קיבוץ. דאָרט האָבן זיי זיך באַקאַנט און חתונה געהאַט. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז דער עלטערער דור, וועלכער האָט זיך געכאָוועט אין די ייִדיש־וועלטלעכע שולן, ווילן פֿאַרזיכערן די וועלט אַז זיי קענען באמת רעדן ייִדיש. זיי קענען בעבטשען ייִדיש, אָבער רעדן ווי ס׳האָבן גערעדט זייערע עלטערן און די דורות פֿאַר זיי איז נישטאָ צו דעם קיין פֿאַרגלײַך. די נײַ־אויסגעלערנטע ייִדיש־קענערס רעדן אַ קלאַסצימער־ייִדיש, מסתּמא גענומען קלאַסן בײַ לערער וואָס האָבן אַליין געקענט אַ קלאַסצימער־ייִדיש. פֿאַראַן דאָ און דאָרט לערער, דווקא פֿון די יונגע, וואָס קענען יאָ דאָס מויל עפֿענען אויף ייִדיש און ס’גרילצט נישט אין אויער, נאָר פֿאַרקערט, ס’טוט הנאה. דער חודש יוני איז געווען אַ פֿרוכפּערדיקער אויף אינטערעסאַנטע קולטורעלע אונטערנעמונגען, איך וויל זיך אָבער אָפּשטעלן בלוי אויף דרײַ פֿון זיי: די פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַ בוך; גראַדויִר־קאָנצערט פֿון יאל כּהן און דעם באַזוך פֿון דניאל גלאַי. דאָס נײַע און לעצטע בוך פֿונעם אָנגעזעענעם היסטאָריקער אין מאָלדאָווע, ד״ר יעקבֿ קאָפּאַנסקי הייסט "די ייִדישע נאַציאָנאַלע באַוועגונג אין בעסאַראַביע צווישן ביידע וועלט־מלחמות (1918־1940). מע קען זאָגן, אַז אין רומעניע בין איך ביז אַהער ניט געווען, אויב ניט רעכענען די עטלעכע שעה אין 1990. דעמאָלט זײַנען מיר, מײַן ווײַב און איך, געפֿאָרן קיין בולגאַריע און די באַן איז אין משך פֿון עטלעכע שעה געבליבן שטעקן אויף דער רומענישער טעריטאָריע. מע האָט אונדז געבעטן פֿאַרמאַכן אַלע פֿענצטער, כּדי ניט האָבן צו טאָן מיט די הונדערטער בעטלערס, דער עיקר, ציגײַנערשע קינדער, וועלכע האָבן זיך אויסגעשטעלט פּאַזע די רעלסן. אָבער געבעטן האָבן אויך די זעלנער-גרענעצלער. זיי האָבן עס קאָמבינירט מיט קאָנטראָלירן אונדזערע פּעסער. בײַם אָננהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט האָבן אין רוסלאַנד געלעבט און געשאַפֿן אַ צאָל ייִדן־קאָמפּאָזיטאָרן. די באַקאַנטסטע זײַנען געווען: יואל ענגעל, לאַזאַר סאַמינסקי, יוסף אַחרון, משה מילנער, ל. צייטלין א״אַ. אַ צאָל זײַנען געווען תּלמידים פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר נ.אַ. רימסקי־קאָרסאַקאָוו אין דער פּעטערבורגער מוזיק־קאָנסערוואַטאָריע. זיי האָבן אין 1902 געשאַפֿן אַ קרײַז “כּינור־ציון" מיטן ציל צו שאַפֿן און אויפֿצופֿירן ייִדישע מוזיק, אָבער אין זייערע קאָמפּאָזיציעס און אויף זייערע קאָנצערטן האָט מען נישט געקענט פֿילן קיין באַזונדערן ייִדישן נוסח. געוויסע מענטשן שלאָפֿן נישט גוט נאָכן עסן פֿלייש פֿאַר וועטשערע, ווי איך זע בײַ מײַן אייגענער משפּחה. דערפֿאַר זוך איך תּמיד נײַע וועגעטאַרישע רעצעפּטן, אַזוי ווי דער ווײַטערדיקער. אויב איר עסט עס צוזאַמען מיט פֿיש און פֿריש ברויט, וועט איר האָבן אַ פֿײַנע זומערדיקע וועטשערע.
שפּריצבוימל
|