- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿאָרשער, און סתּם פֿאַראינטערעסירטע מענטשן, וועלכע האָבן יאָרן לאַנג געניצט די "ענציקלאָפּעדיע יודאַיִקאַ" (ירושלים, 1971) ווי דער פּוסק־אַחרון צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּע, האָבן אָפֿט באַמערקט, אַז דאָס אײַנקוקבוך, וואָס האָט באַדאַרפֿט אַרויסווײַזן אָביעקטיווקייט, האָט געהאַט זײַנע בולטע פּרעפֿערענצן און פֿאָראורטלען. קודם, האָט מען געזען אַן אומיושר בײַם באַשליסן ווער ס׳פֿאַרדינט זײַן אייגענע פּאָזיציע אינעם ווערק; און צווייטנס, האָט מען נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס געוויסע טוער און שרײַבער האָבן פֿאַרדינט צוויי אָדער דרײַ מאָל אַזוי פֿיל אָרט אין זייער באַשרײַבונג ווי אַנדערע. דער ציניקער וואָלט געקענט מיינען, אַז דער וואָס האָט געגעבן אַ גרעסערע סומע פֿאַר דער ציוניסטישער באַוועגונג, האָט זיך שוין פֿאַרדינט אַן אָרט אין דעם קלאַסיש ווערק, בשעת, גלײַך־ווערטיקע פּערזענלעכקייטן, שרײַבער און טוער מיט תּוכיקע אידעאָלאָגישע, פֿילאָסאָפֿישע און ליטעראַרישע חידושים, אָפֿט נישט־ציוניסטיש־געשטימט, זענען קוים, אָדער אין גאַנצן נישט, דערמאָנט געוואָרן. אַוודאי פֿון דער פּערספּעקטיוו פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור האָט מען צו ווייניק געשריבן און אָפֿט נישט דערמאָנט. האָט מען געוואַרט מיט גרויס געדולד אויף אַ ווערק וואָס זאָל אויפֿשטעלן דעם באַלאַנס, און זאָל אָפּגעבן כּבֿוד דער ייִדישער קולטור און מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע ווי זיי האָבן פֿאַרדינט. צום טייל גלײַכט אויס דעם אומיושר די נײַע "ייִוואָ־ענציקלאָפּעדיע פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע" (Yale University Press), וואָס איז דערשינען אין מײַ 2008. נאָר צום טייל, ווײַל די פֿריִערדיקע "ענציקלאָפּעדיע יודאַייִקאַ" האָט פֿאַרנומען זיבעצן בענד, און די "ייִוואָ־ענציקלאָפּעדיע" — נאָר צוויי. אין זײַן אַרײַנפֿיר שרײַבט פּראָפֿ׳ גרשון הונדערט, דער רעדאַקטאָר פֿון דער "ייִוואָ־ענציקלאָפּעדיע", אַז דאָס נײַע ענגלישע ווערק האָט די אויפֿגאַבע "פֿאָרצושטעלן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ציוויליזאַציע אָן פֿאָראורטל און אָן קיין נאָסטאַלגיע, אָבער ווי ווײַט אַרומנעמיק און אָביעקטיוו ווי מעגלעך." די ענציקלאָפּעדיע דעקט די דאָזיקע געשיכטע פֿון די ערשטע באַווײַזן פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע ביזן סוף פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. דער פֿאַרנעם און אַרומנעמיקייט פֿונעם ווערק איז צו באַוווּנדערן. דאָס צוזאַמענשטעלן די ענציקלאָפּעדיע האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ ריזיקן פּראָיעקט — אַן ערך 450 פֿאָרשער און געלערנטע פֿון 16 לענדער זענען צוגעשטאַנען צו דער אַרבעט. די רעדאַקציע האָט אָפֿט געפֿונען די בעסטע און די אָנפֿירנדיקסטע געלערנטע אין זייערע ספּעציאַליזירטע פֿעלדער, אָנצושרײַבן די אַרטיקלען. אָפֿט זענען די אַרטיקלען איבערגעזעצט געוואָרן פֿון ייִדיש, העברעיִש, פּויליש, רוסיש און אַנדערע שפּראַכן.
ווי אַזוי האָט מען באַשלאָסן ווער און וואָס גייט אַרײַן אין דער אַרבעט? מע האָט אַוודאי געקוקט אויף דער היסטאָריאָגראַפֿיע, און אין די פֿריִערדיקע אַרײַנקוק־ביכער, ווי די "ענציקלאָפּעדיע יודאַיִקאַ", צו זען וואָס עס פֿעלט. זעט מען דאָ געוויסע טעמעס צום ערשטן מאָל אין אַזאַ ווערק; טעמעס וואָס דער געוויינטלעכער היסטאָרישער צוגאַנג וואָלט אויסגעלאָזט. פּראָפֿ דוד ראָסקעס האָט, למשל, געשריבן וועגן "זכּרון"; וועגן דעם באַגריף "שטעטל" האָט געשריבן פּראָפֿ׳ שמואל קאַסאָוו; וועגן "מין" [gender] — פּראָפֿ׳ פּאָלע הײַמאַן. די באַשרײַבונגען האָבן נאָך זיך אַ קורצע (צו קורץ!) ביבליאָגראַפֿיע, אַ "וועגווײַזער פֿאַר ווײַטערדיקער פֿאָרשונג". ווען מע טראַכט זיך אַרײַן צו פֿיל אינעם ענין, פֿאַר וואָס אַזוי פֿיל אָרט גיט מען אָפּ פֿאַר דעם און נישט יענעם, קען מען באַקומען אַ קאָפּווייטיק און קאָפּדרייעניש. אַזוי ווי איך האָב צוגעטיילט עטלעכע פֿאָלקלאָר־ביאָגראַפֿיעס, פֿאַרשטיי איך, אַז די רעדאַקציע האָט נישט געקענט אויספֿירן אַלץ וואָס זי האָט געוואָלט. פֿון דעסטוועגן וועלן די פּאַטראָנען פֿון איין שרײַבער שרײַען גוואַלד, ווען זיי זעען, אַז זייערע באַליבטע מחברים האָבן "פֿאַרדינט" נאָר אַ פּאַראַגראַף, בשעת אַנדערע, באַקומען גאַנצע אַרטיקלען. די פּאָזיציעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור האָבן געשריבן פּראָפֿ׳ חוה טורניאַנסקי (וועגן דער אַלטער ייִדישער ליטעראַטור, פֿאַר 1800), און פּראָפֿ׳ מיכאל קרוטיקאָוו (וועגן דער ליטעראַטור נאָך 1800). די צוויי גרעסערע אַרבעטן דינען ווי אַ גוטער אַרײַנפֿיר צו די טעמעס און פֿילן אָן די בלויזן אין די פֿעלדער וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט זינט פּראָפֿ׳ חנא שמערוק האָט אָנגעשריבן זײַן אַרטיקל אין דער "ענציקלאָפּעדיע יודאַיִקע" מיט 30 יאָר צוריק. אַ באַזונדערע פּאָזיציע וועגן דער "ייִדישער פּאָעזיע" פֿון פּראָפֿ׳ אַבֿרהם נאָווערשטערן, קען מען געפֿינען אונטער דער רובריק "פּאָעזיע". אונטער דער רובריק "שפּראַך", קען מען לייענען פּראָפּ׳ לויִס גלינערטס אַרטיקל וועגן העברעיִש, און פּראָפֿ׳ דוד קאַצס אַרטיקל וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש, וואָס איז מער אַ קולטורעלע געשיכטע, ווי אַ לינגוויסטישע. נאָך די צוויי פּאָזיציעס לייענט מען פּראָפֿ׳ שיקל פֿישמאַנס אַרטיקל וועגן דער "פּלאַנירונג און נאָרמירונג פֿון ייִדיש" און אַן אַרטיקל וועגן דער פֿיל־שפּראַכיקייט פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע (ייִדיש, הערברעיִש און די קאָ־טעריטאָריאַלע שפּראַכן) געשריבן פֿון פּראָפֿ׳ בנימין הרשבֿ. דער אָפּשיק־פּראָצעס איז אַ מאָל אויך נישט צו פֿאַרשטיין. למשל, קיין אַרטיקל וועגן "טעריטאָריאַליזם" געפֿינט מען נישט, און ווען מע זוכט דעם טערמין אויף די זײַטן, שיקט מען אײַך אָפּ צום אַרטיקל "פֿרײַלאַנד־ליגע"; וואָלט עס נישט געדאַרפֿט זײַן פֿאַרקערט? יצחק־נחמן שטיינבערג און זײַן ברודער אַהרון שטיינבערג ווערן באַשריבן אין אַן אַרטיקל אונטערן נאָמען "שטיינבערג ברידער"; מיר דאַכט, אַז עס קומט זיי ביידן אַ באַזונדערן אַרטיקל — קיין קאָמיקער אָדער טראַפּעז־אַרטיסטן זענען זיי דאָך נישט. אָבער צום גליק, פֿאַרענטפֿערט דער אינדעקס צום סוף פֿון באַנד אַלע פֿראַגעס פֿון ווער און וואָס. דער וואָס וויל סתּם געבן אַ קוק אינעם ווערק, וואָלט צום בעסטן אָנגעהויבן מיטן אינדעקס צו געפֿינען וואָס ער וויל לייענען. די "ייִוואָ־ענציקלאָפּעדיע" נעמט אויך אַרײַן הונדערטער שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע, און עס איז קלאָר, אַז אַמאָל האָט דער שרײַבער געשריבן מיט קאָפּ און האַרץ, און אַמאָל האָט ער געשריבן אָן קיין שום חשק. קומט אויס, דעריבער, אַז אַ סך ערטער מיט רײַכע געשיכטעס קלינגען גאַנץ נודנע; די אייגנאַרטיקייט פֿונעם אָרט האָט מען נישט אַרויסגעהויבן און אויפֿגעלעבט פֿאַרן לייענער. די בענד האָט מען שיין אַרויסגעגעבן, אָבער מיט צו ווייניק אילוסטראַציעס און פֿאָטאָגראַפֿיעס. לאָמיר האָפֿן, אַז אינעם קאָמפּאַקטל־נוסח פֿונעם ווערק, וואָס וועט אַרויס אין עטלעכע יאָר, וועט מען צוגעבן הונדערטער בילדער. וואָס מע געפֿינט יאָ אין אַ רײַכער קאָלירטער בײַלאַגע אין מיטן פֿון יעדן פֿון די צוויי בענד זענען בילדער פֿון אַ הויכער קוואַליטעט פֿון קונסט, אילוסטראַציעס, אַפֿישן, און חפֿצים. מיט טויזנטער פּאָזיציעס אויף יעדער מעגלעכער טעמע אין דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע קען מען לײַכט קריטיקירן דאָס ווערק, אָבער דאָס פֿאַרקלערנערט נישט דעם גוואַלדיקן אויפֿטו פֿון דער "ייִוואָ־ענציקלאָפּעדיע". אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע האָט מען שוין געפֿונען וויכטיקע אַרטיקלען און אינפֿאָרמאַציע, וועלכע האָבן געהאָלפֿן בײַם שרײַבן צײַטונג־אַרטיקלען. געשריבן סײַ פֿאַרן פֿאָרשער, סײַ פֿאַרן סטודענט און סתּם לייענער, קען מען רעקאָמענדירן, אַז דאָס וויכטיקע ווערק דאַרף זיך געפֿינען אויף יעדנס שרײַבטיש. A kleine korektirungSubmitted by Srulik on Mon, 2008-07-28 23:49.
Der oitor hot geshribn "האָט מען געוואַרט מיט גרויס געדולד", ober ich denk es zol zain "mit groiser geduld" vail "geduld" iz fun a vaiberishen min. |