ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק

אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז דער עלטערער דור, וועלכער האָט זיך געכאָוועט אין די ייִדיש־וועלטלעכע שולן, ווילן פֿאַר­זיכערן די וועלט אַז זיי קענען באמת רעדן ייִדיש. זיי קענען בעבטשען ייִדיש, אָבער רעדן ווי ס׳האָבן גערעדט זייערע עלטערן און די דורות פֿאַר זיי איז נישטאָ צו דעם קיין פֿאַרגלײַך. די נײַ־אויסגעלערנטע ייִדיש־קע­נערס רעדן אַ קלאַסצימער־ייִדיש, מסתּמא גע­נומען קלאַסן בײַ לערער וואָס האָבן אַליין גע­קענט אַ קלאַסצימער־ייִדיש. פֿאַראַן דאָ און דאָרט לערער, דווקא פֿון די יונגע, וואָס קענען יאָ דאָס מויל עפֿענען אויף ייִדיש און ס’גרילצט נישט אין אויער, נאָר פֿאַרקערט, ס’טוט הנאה. זיי האָבן איבער זיך שטאַרק געאַר­בעט ביז זיי זײַנען צוגעקומען צו דער מדרגה פֿון ייִדיש־קענערײַ. הײַנט אַז איך קוק אַרײַן אין די ממשותדיקע ווײַנקעלערן פֿון אונדזער מאַמע־לשון, גיט מיר אַ טיאָכ­קע אין האַרצן. יענע זיסע נגינה פֿון די שפּריכ­ווערטער וואָס מאָלן שאַגאַליש אונדזער לשון, איז כּמעט ווי אַנטרונען. וועל איך פּרובירן ברענגען איבער די ליפּן אָט יענע זאַפֿטן וואָס זײַנען אָנגעזאַפּט מיט חריפֿות און חכמה, פֿילאָסאָפֿיע און חינוך אין אונדזער לשון.

אָט נעמט למשל אַזאַ ווערטעלע, ווי “אַז אַ רשע קוקט אַרײַן אין וואַסער, פּגרן די פֿיש." ווען קען מען זיך באַנוצן מיט אַזאַ געלונגן שפּריכווערטל? אפֿשר בנוגע אונדזער פּרעזידענט בושן. וווּ נאָר ער שטעלט אַ פֿוס, שטאַרבן אָפּ אַלע מעגלעכ­קייטן. אַזאַ ווערטל, ווי:

“צרות לייגן זיך נישט אין די קליידער, נאָר אין די ביינער." דאָס ווערטל באַציט זיך נישט נאָר צו די אַלטע, בײַ וועמען עס לייגן זיך די צרות אויף די קנייטשן פֿון די באַקן, אין די גרויע האָר וואָס מען רופֿט זיי “קבֿרים־בלימעלעך," און אין אַלע זייערע גלידער וואָס דאָקוטשען, נאָר אַז די צרות כאַפּן זיך אָן אין אַ יונגן בוים, באַגלייטן זיי די בלעטער אין אַ טרויער־מאַרש.

מיטן זאָג: “ער איז נישט קיין בן־יחיד בײַ גאָט," מיינט מען צו זאָגן אַז ער איז נישט דער איינציקער וואָס לײַדט. און ווער האָט געהערט אַזאַ חכמה, ווי: “אירע חס־ושלומס זײַנען מעגלעך..." דאָס הייסט, אַז פֿון דעם אַלעם וואָס זי וואָלט געוואָלט יענעם אויסהיטן קענען אַמאָל מקוים ווערן. דער אמת איז אַז אַ סך מאָל האָט דאָס ווערטל נישט צו טאָן מיט דעם וואָס עס זאָגט. עס איז בלויז אַן אָנדײַט פֿון דעם וואָס מען מיינט, ווי למשל:

“אַ גאַנץ יאָר האָדעוועט מען די כּפּרה, און ערבֿ יום־כּיפּור פֿליט זי אַוועק." וואָזשע מיינט מען דערמיט צו זאָגן. אַז דאָס קינד וואָס איז נישט געטרײַ, אָדער פֿאַרפֿרעמדט, אָדער גאָר אַוועק אויף קרומע וועגן, קומט אַ יום־טובֿ איז עס אויך נישטאָ. אַז איך האָב אַמאָל געזאָגט מײַנס אַ חבֿרטע אַז “צו באָרשט דאַרף מען נישט קיין ציין," האָט זי שטאַרק געלאַכט, ווײַל ס’איז אויסגעקומען צו רעדן וועגן שלום־עליכמען און זײַנע, דאַכט זיך גרינגע צו פֿאַרדײַען קירצערע דערציילונגען. און ווער האָט געהערט אַז “פֿאַר נויט, טוט מען אָן דעם שבת אין דער וואָכן." מיט דעם ווערטל דאַרף מען זיך שוין קענען ספּראַווען. מיינען מיינט מען צרות, אָבער פֿאַר יענעם טוט מען אָן אַ שמייכלענדיק פּנים.

און אַז “דער ערגסטער שלום איז בעסער ווי די בעסטע מלחמה." אויף דעם זאָגן עדות די אירלענדער. אָפּגעקעמפֿט הונדער­טער יאָרן, אויס­געהרגעט זיך, פֿאַראומ­גליקט גאַנ­צע דורות משפּחות און צום סוף באַ­שטאַנען אויף אַ שלום. און איצט איז זיי ווויל ווי די וועלט. הלוואַי אויף אונדז גע­זאָגט געוואָרן. זײַנען מיר דאָך אַ פֿאָלק אַן אײַנ­גע­שפּאַרטס, אַ האַרטנעקיק, און אונדזע­רע שכנים די אַראַבער, גאַנצע פֿעלקער וואָס נערן זיך אויף סם־המוות, קען מען דאָך מיט זיי נישט גיין צום טיש. שוין אָפּגערעדט פֿון שליסן אַ שלום. בײַ אונדז זאָגט מען: “פֿון בית־עולם טראָגט מען נישט צוריק." קינדער ווייסן נישט אַז שטאַרבן איז אַ זאַך אויף אייביק. דער אמת איז אַז מיט דעם ווערטל האָט מען געמיינט צו זאָגן אַז “צוריק גייט אַ קאָזע." מען זאָגט בײַ אונדז אַז “שבת־שטעך האַלטן נישט." אַזוי צו זאָגן, שבת אַרבעט מען דאָך נישט, מיינט מען דערמיט צו זאָגן אַז די סחורה איז בראַק. בײַ אונדז זאָגט מען “אַ מלאָכה איז אַ מלוכה." אָבער ווער עס קומט צום האַנדל איז גאָר אַן אַנדער חנדל. אָט זײַנען די ייִדישע בעל־מלאָכות:

“פּסח איז ער אַ בעקער,
שבֿועות איז ער אַ גערטנער,
תּישעה־באָבֿ איז ער אַ זינגער,
סוכּות איז ער אַ בוי־מײַסטער,
חנוכּה איז ער אַ בלײַגיסער,
ראָש־השנה איז ער אַ שופֿר־בלאָזער."

וואָס מיינט מען מיט דעם צו זאָגן? איז נעמט זיך אין זינען אַז פּסח באַקט דער ייִד מצות. שבֿועות הייסט אויך “חג־הקציר," איז דער יום־טובֿ פֿון שנײַדן תּבֿואה. תּישעה־באָבֿ טרויערט מען אויפֿן חורבן בית־ראשון און חורבן בית־שני. עס איז חרובֿ געוואָרן די פֿעסטונג פֿון ביתּר אין דער צײַט פֿון בר־כּוכבאס אויפֿשטאַנד. אַזוי אַז מיר האָבן געקעמפֿט און פֿאַרשפּילט. סוכּות בויט מען אַ סוכּה, חנוכּה גיסט מען בלײַ, און ראָש־השנה בלאָזט מען שופֿר.

און ווײַטער ציט זיך אונדזער ייִדישער גלות ווי אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק. און דורך דער צײַט ווערט מען אַ סוחרל, אַ האַנדליאָזש און אַ שאַכער־מאַכערניק וואָס ווייסט צו זאָגן:

“אַז מ’האַנדלט מיט האָניק האָט מען אַ לעק,
און אַז מ’האַנדלט מיט טאַביקע האָט מען אַ שמעק,
און אַז מ’האַנדלט מיט גאָרנישט האָט מען גאָרנישט."
(און פּרובירט עס נישט צו גראַמען, זײַט אַזוי גוט)

און ווער האָט געהערט אַזאַ ווערטל, ווי: “מ’לאָזט פֿאַלן אַ בעטגעוואַנט און מ׳הייבט אויף אַ פֿעדער?" דאָס איז געפּאַסט פֿאַר איינעם וואָס האָט אָפּגעלאָזט אַ גאָלדע­נעם שידוך און חתונה געהאַט מיט אַ כּלבֿטע (קלאַפֿטע) און אַ קליפּה, אָדער אַ געשעפֿטס­מאַן וואָס האָט זיך צוקריגט מיט אַ גוטן שותּף און זיך גענומען עפּעס אַ שלימזלניק. וואָס דאָס האָט מיך צוגעפֿירט צו דער סטעזשקע באַלייגט מיט ווערטער. איר דאַרפֿט וויסן אַז ווערטער רעדן דיבורים. אין דער אָרעמער ליטע פֿלעגט מען אײַנבראָקן אַן אַלטע חלה אין אַ שיסל מיט הייס וואַסער, אַרײַנשיטן אַ ביסל זאַלץ און דאָס פֿלעגט זײַן אַ געשמאַק מאכל. גערופֿן האָט מען דאָס “מיכע." ווילט איר דאָך וויסן וואָס איז מיכע? מיכע נעמט זיך פֿונעם וואָרט מחיה (מיכיע).

נישט איין מאָל, ווען אַ מענטש פֿרעגט עפּעס, ענטפֿערט מען אים “פֿרעגט מיך בחרם." וואָס מיינט — איך הייב נישט אָן צו וויסן. ווײַזט זיך אַרויס אַז דאָס וואָרט חרם איז פֿאַרגרײַזט געוואָרן, איז אַנ­שטאָט דעם תּנכישן חרם וואָס דאָס מיינט קאָנפֿיס­קאַציע, אָפּזונדערונג פֿון גאַנצן קהל, קומט ער דווקא פֿונעם וואָרט “באַחרים." עפּעס אַנדערש, פֿרעגט מיך עפּעס אַנדערש. פֿאַ­ראַן בײַ אונדז אַן אַנדער ווערטל: “חוטא־בייגל געווען." ווי קומט דאָס זינדיקן מיטן בייגל צום גוט־שבת? איז די מעשׂה אַזאַ: אַז עמעצער נעמט יענעם אויפֿן צימבל, מוז זיך יענער פֿאַרטיידיקן מיטן “נו! האָב איך חוטא־בייגל געווען." קומט עס דווקא פֿון חוטא־בעגל (בעגעל — געזינדיקט מיטן געץ) און מיינען מיינט עס — וואָסער גרויסע זינד בין איך דאָ באַגאַנגען, רבונו־של־עולם.

און פֿון וואַנען נעמט זיך דאָס קינדער־לידעלע “ציגעלע, מיגעלע, קאָטינקע?" ווײַזט זיך אַרויס אַז עס קומט פֿון: צא גולה, מגולה, קטן אַתּה יעקבֿ (גיי אַרויס, גלות־ייִד, פֿון גלות קליין ביסטו יעקבֿ). האָט מען דאָס אַ קאַפּיטשקע צעקאַליעטשעט. די הסברה איז געקומען פֿון מיכל גאָרדאָן אין 1894, אָבער איך גלייב אַז די גאַנצע מעשׂה איז אויסגעזויגן פֿון פֿינגער. איר ווייסט דאָך, ווען לינגוויסטן לייגן זיך אַרײַן אין אַ ווערטל, גליטשן זיי זיך אַ סך מאָל אַראָפּ טיף אין דער נישט־געשטויגן און נישט־געפֿלויגן.

און אָט האָט איר אַ שיינס: “אוי טאַטע יונה, האָסט אַ סך אַזוינע?" עס נעמט זיך פֿון (קהלת י״ב, ה׳), וווּ ער זאָגט: “ותפֿר האַבֿיונה..." מיטן טײַטש — אַבֿיונה — טאַטע יונה. דאָס ווערטל זינגט מען אויס צו איינעם וואָס איז אַ שוטה, אַ בהמה, אַן אָקס, אַן אמתער ויזתא. און אַז יונה גראַמט זיך מיט אַזוינע, פֿאַלט עס דאָך אַרײַן אין דער קאַטע­גאָריע פֿון: “זאָל ער הייסן זרח, זאָל ער הייסן נתן — אַבי אַ חתן." אָדער זאָל זי הייסן פֿריידע, זאָל זי הייסן מאַלע — אַבי אַ כּלה. איז ווידער אַ מאָל, מען גריבלט זיך און מ׳שניבלט זיך און מ׳פֿאַרנאַכלעסיקט דעם פּשוטן גראַם מיטן פּשט צוליב וועלכן מ׳האָט געשאַפֿן דאָס ווערטל. און אויב דאָס איז נישט גענוג האָבן מיר אַזאַ ווערטל, ווי:

“ער איז אַרויס פֿון די כּלים." ס’הייסט ער האָט אָנגעוווירן דאָס געדולד, געוואָרן צעהיצט און צעיאַכמעט. זאָגן אונדזערע חכמים, די לינגוויסטן הייסט עס, און פֿילאָ­לאָגן, אַז דאָס ווערטל קומט גאָר פֿון שׂאָול המלכן זעלבסט, וועלכער איז געווען אַ שעמעוודיקער. האָט ער זיך אַמאָל באַהאַלטן צווישן די כּלים, “נחבא אל הכּלים." ווען מען האָט אים פֿאָרגעלייגט די קרוין איז ער אַרויס פֿון די כּלים. דאָס ווערטל איז ענלעך צו: “אַרויסגעשפּרונגען פֿון דער הויט," אָדער “ער איז געוואָרן אויסער זיך."

אינטערעסאַנט ווי די ליטוואַקעס האָבן זיך אָפּגעשיידט פֿון די פּוילישע און גאַלי­ציאַנער ייִדן מיט שפּראַך. ערשטנס, ווײַל זיי האָבן נישט דעם נייטראַלן מין “דאָס." אַלץ בײַ זיי איז אָדער “דער" אָדער “די." און צווייטנס, זײַנען צו זיי נישט דערגאַנגען די ווער­טער מיט וועלכע די פּוילישע און גאַלי­ציאַנער ייִדן האָבן זיך באַנוצט. אינעם פֿאַל פֿון “דער אייביקער געקרײַזל," (permanent wave). ווייס איך נישט צי דאָס איז אַן אַמערי­קאַני­זאַציע אָדער טאַקע אַ ווילניזאַציע. די לינגוויסטן האָבן זיך אָנגעצונדן און געזאָגט אַז עס דאַרף זײַן “דויער־קרײַזל," אָדער פּראָסט און פּשוט “פּערמאַנענטע." בײַ מײַן מאַמען אין לאָדזש האָט מען עס גערופֿן “אַנ­דאָלאַציע," און פֿאַרטיק. און אַז מ’רעדט שוין פֿון לאָדזש, ליבע מענטשן, דאָ קען איך שוין דערלאַנגען סחורה. כאָטש איך בין אַ סיביריאַטשקע פֿון געבורט, זײַנען מײַנע טאַטע־מאַמע לאָדזשער, און ווען די מאַמע האָט זיך צעזונגען אויף אַ קול מיט איר לאָדזשער לשון, איז עס מיר גוט אַרײַן אין די אויער־מושלען. איז ווען אַ ייִדענע אין לאָדזש איז אַוועק קויפֿן אַ טוץ אייער, האָט זי געקויפֿט “אַ שאָק אייער," (60 אייער). אָבער געוויינטלעך האָט מען נישט געקויפֿט קיין שאָק, נאָר אַ מענדל אייער. דאָס הייסט געציילטע 15 אייער. אַ פֿערטל שאָק האָט מען אין וואַרשע גערופֿן “אַ מאַנדל אייער," און טאָמער די אייער זײַנען געווען צעבראָכענע, האָט מען זיי גערופֿן “קלעפּלעך" אָדער “קנייטש­לעך." די אײַנגעשלאָגענע ווײַסלעך האָט מען גערופֿן “אַ פּיאַנע," מעלצוקער האָט אין לאָדזש געהייסן “פֿאַרינע." קלעצלעך צו­קער האָט מען באַנוצט בײַם טרינקען טיי. לאָרבל­בלעטער (bay leaves) האָט מען גע­רופֿן “אָבער­בלעטער. “טשאַסטעס" זײַנען גע­ווען זיסע פּיראָזשקעס. “קליסקעלעך" זײַנען גע­מאַכט געוואָרן פֿון אַ פֿירקאַנטיקן טייג. “שיל­געלעך" זײַנען געווען געצופּטע קליס­קע­לעך. קליסקעלעך שנײַדט מען און שילדע­לעך צופּט מען. פֿעריזשקעס (peaches) האָט מען אין לאָדזש גערופֿן “פֿאָרזשיכעס," און די קליינע, זיסע, העלע פֿלוימעלעך האָבן גע­הייסן “ליבישקעס." די ווײַן־אָנגעזאַפּטע ווײַמ­פּערלעך האָט מען גערופֿן “שטענגעלעך." עס זײַנען אויך געווען גרויסע, ווײַסע באָבעס (kidney beans), וואָס מען האָט זיי גערופֿן “ביטשעס."

דאָ וועל איך בלײַבן שטיין און אָפּגעבן כּבֿוד מײַן פֿאַרשטאָרבענער מאַמען (כאָטש איך בין מיט איר מײַן גאַנץ לעבן נישט אויסגעקומען). זי האָט צו מיר גערעדט איר לאָדזשער ייִדיש, וואָס איך האָב אַ מיידל נישט אָפּגעשאַצט. ווי אַזוי דאָס לשון איז מיר אַרײַן אין די ביינער, פֿרעגט מיך בחרם.