- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
סוף פֿאַרגאַנגענע וואָך איז געמאַכט געוואָרן נאָך איין פּרוּוו "צוצורעדן" די טעהעראַנער רעגירונג אָפּצושטעלן איר נוקלעאַרע פּראָגראַם און מיטאַרבעטן מיט דער אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור פֿון נוקלעאַרן קאָנטראָל. פֿאָרשטייער פֿון די זעקס פֿירנדיקע לענדער (פֿאַראייניקטע שטאַטן, רוסלאַנד, ענגלאַנד, כינע, פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד) האָבן זיך געטראָפֿן מיטן אויסערן־מיניסטער פֿון איראַן, סאַיִד דזשאַליל, און אים געוואָרנט, אַז אין משך פֿון צוויי וואָכן מוז איראַן געבן אַן ענטפֿער — אָדער יאָ, אָדער ניין! אַנדערש וועלן קומען נאָך שטרענגערע שטראָף־סאַנקציעס... דאָ אָבער ליגט דער הונט באַגראָבן. אין משך פֿון די לעצטע יאָרן, ווײַזט נישט דער מערבֿ אַרויס זײַן אויבערהאַנט אינעם אָננעמען ממשותדיקע באַשלוסן בנוגע איראַן, נאָר פֿאַרקערט, די פֿאַנאַטיש־אײַנגעשפּאַרטע איראַנישע מאַכט סטראַשעט דעם מערבֿ מיט אירע מיליטערישע קראַפֿטן; מיט איר ענערגיע־דיקטאַט דורך די ווילד־וואַקסנדיקע פּרײַזן אויף נאַפֿט; מיט איר עקספּאַנסיע אין מיטעלן מיזרח דורכן באַוואָפֿענען "כעזבאָלאַ", "איסלאַמישן דזשיהאַד" און "כאַמאַס". נישט איראַן האָט באַקומען איצט "דעם לעצטן טערמין", נאָר די מערבֿ־לענדער האָבן פֿאַרלענגערט דעם מצבֿ פֿון נישט וויסן וואָס צו טאָן ווײַטער. דער גורלדיקער אונטערשייד צווישן די צוויי קעגנערישע צדדים באַשטייט אין דעם, וואָס דער מערבֿ טאָפּטשעט זיך פֿאַקטיש אויף אַן אָרט, און איראַן גייט אָן ווײַטער מיט פֿאַרגיכערטע שריט. איראַן געווינט אין דעם "דיפּלאָמאַטישן קאַמף" די צײַט, און נישט נאָר די צײַט. די איסלאַמיסטישע פֿאַנאַטיקער זײַנען פֿאַרגלייבט אין דעם, אַז זיי פֿירן אויס דעם געטלעכן שליחות, און אַז הייליקער פֿון דעם קאָן גאָרנישט זײַן. די לענדער, וואָס שטעלן זיך קעגן דער איראַנישער פּאָזיציע, זײַנען אַפֿילו צווישן זיך נישט געאייניקט, בפֿרט ווען עס קומט די צײַט אָנצונעמען ממשותדיקע באַשלוסן; דעמאָלט ווערן זיי באַגראָבן אינעם תּהום פֿון סתּירות. די הײַנטיקע מערבֿ־וועלט האָט אירע גײַסטיקע אוצרות שוין לאַנג אויסגעביטן אויף מאַטעריעלע ווערטן. דעריבער פֿירט דער מערבֿ די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן אויפֿן סמך פֿון זײַנע אייגענע גשמיותדיקע קריטעריעס. ס‘איז אים שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אין דער הײַנטיקער וועלט קאָן מען זיך אָפּזאָגן פֿונעם "גאָלדענעם קעלבל", צוליב אַ דערהויבענער אידעע. אַזוי האָט מען פֿאַרהאַנדלט מיט צפֿון־קאָרעע און אַזוי קומט עס פֿאָר מיט איראַן. און אויב אין צפֿון־קאָרעע איז די "דערהויבענע אידעע" אַרויסגעקומען פֿון אַ פֿאַרגעטערטן פֿירער, האָט מען אין איראַן צו טאָן מיטן שטאַרקסטן און אַגרעסיווסטן רעליגיעזן פֿראָנט — פֿונדאַמענטאַליסטישער איסלאַם. דעם 23סטן יולי האָט דער איראַנישער פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעדזשאַד געמאָלדן, אַז די איסלאַמישע רעפּובליק וועט נישט מאַכן קיין שום פּשרות מכּוח איר נוקלעאַרער פּראָגראַם. בפֿרט ווען די מערב־לענדער האַלטן אין איין שרעקן זי מיט שטרענגע סאַנקציעס. זעט אויס, אַז טעהעראַן האָט געגעבן זײַן ענטפֿער. ווי עס האָבן ליב הײַנט צו זאָגן די פּאָליטיקער: "דער באָל געפֿינט זיך איצט אויף דער זײַט פֿונעם מערבֿ". וואָס מיינט דער מערבֿ מיט "נאָך שטרענגערע סאַנקציעס"? און דאָ קומען אויפֿן זינען די אָפֿטע באַזוכן פֿון די מערבֿ־לענדער קיין ישׂראל: קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל, פּרעזידענט ניקאָליאַ סאַרקאָזי, פּרעמיער גאָרדאָן בראַון, שוין אָפּגערעדט פֿון פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש און איצט דעם דעמאָקראַטישן פּרעזידענט־קאַנדידאַט, באַראַק אָבאַמאַ... ס‘איז גוט צו באַטאָנען, אַז אַלע זייערע אויפֿטרעטן אין דער כּנסת דרייען זיך אַרום די זעלבע זאַכן: ליבע צו ישׂראל, ישׂראל־פּאַלעסטינער באַציִונגען און אַז זיי וועלן נישט דערלאָזן, איראַן זאָל אומברענגען די ייִדישע מדינה. וואָס מיינען זיי מיטן "נישט דערלאָזן"? אַליין אויספֿירן די "שוואַרצע אַרבעט" פֿון פֿאַרניכטן די נוקלעאַרע אָביעקטן אין איראַן, צי פֿאַרמאַכן די אויגן, אַז ישׂראל זאָל עס אַליין טאָן? אפֿשר דאָס מיינט טאַקע דער מערבֿ מיט זײַן אולטימאַטיווער וואָרעניש: "נאָך שטרענגערע שטראָף־סאַנקציעס קעגן איראַן". Forverts zol koifn "Birobidzhaner Shtern"Submitted by Srulik on Wed, 2008-07-30 20:37.
Boris, Birobidzhaner Shtern iz an alte un farerte idishe tzaitung vos dershaint zelbstfarshtendlech in Birobidzhan. Haintzutog dos iz hoiptzechtlech a rusishe tzaitung ober zi hot a idishe oisgabe. Mestome Forverts zol koifn dize idishe oisgabe un machen a bisl gelt vail Birobidzhan itzt iz in a zeer guter ekonomisher lage un men ken bakumen a sach gelt fun verbung(reklame). Oiserdem, Shtern zol zain oif dem internetz damit mir kenen leienen zi in tzugab tzu Forverts. |