ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לינאָר גאָראַליק
לינאָר גאָראַליק

אויף דער לאַנדשאַפֿט פֿון דער הײַנטיקער רוסישער קולטור ווערט אַלץ בולטער אָנגע­צייכנט אַ נײַער סטיל. זײַנע שעפֿער זײַנען געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין דער תּקופֿה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, אָבער האָבן זיך אויסגעמענטשלעכט אינעם לעצטן יאָרצענדליק פֿונעם צווייטן יאָרטויזנט, וואָס איז געווען אַ האַרבע און אומזיכערע צײַט אינעם אָקערשט פֿאַנאַנדערגעפֿאַלענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ס׳איז שוין, אַ פּנים, געקומען די צײַט צו באַזיניקן יענע דער­פֿאַרונג און צו בויען אויף איר יסוד אַ נײַעם קולטורעלן בנין. די הײַנטיקע רוסישע ליטעראַטור איז דורכגעזאַפּט מיטן אָנדענק נאָך יענער פּאָסט־סאָוועטישער תּקופֿה, וואָס איז שוין אַוועק אינעם עבֿר. אַ וויכטיק אָרט אינעם דאָזיקן כאָר פֿאַרנעמען די שטימען, וואָס קומען פֿון די רוסישע קולטורעלע תּפֿוצות אינעם נאָענטן און ווײַטערן “אויס­לאַנד".

עס איז ניט קיין סוד, אַז די אַזוי־גע­רופֿענע “ירידה" פֿון ישׂראל, בפֿרט די יונגע לײַט, וועלכע זײַנען געקומען קיין מדינת־ישׂראל מיט דער גרויסער רוסישער עליה פֿון די סוף־1980ער — אָנהייב 1990ער יאָרן און דערנאָך, צוליב פֿאַרשידענע סיבות, זיך אומגעקערט אין זייער אַלטער היים, אָדער באַזעצט אין אַנדערע לענדער, באַטרעפֿט זייער צאָל צענדליקער טויזנט נפֿשות. אין פּרט פֿון קולטור איז די דאָזיקע “ירידה" גאָר אַ קאָמפּליצירטער און אינ­טערע­סאַנטער פֿענאָמען. אַ היפּשע צאָל אַזעלכע “יורדים" האָבן זיך באַזעצט אין מאָסקווע און פּעטערבורג און שפּילן איצט אַ פּראָמינענטע ראָלע אין דער רוסישער עקאָנאָמיע און קולטור. אין תּוך גענומען, זײַנען די ציוניסטישע באַגריפֿן פֿון “עליה" און “ירידה" מער ניט רעלעוואַנט פֿאַר דעם דאָזיקן מין מענטשן. ס‘רובֿ פֿון זיי האָבן צוויי פּאַספּאָרטן און לעבן אין — אָדער צווישן — צוויי וועלטן. עס איז ניט קיין צופֿאַל, וואָס רוסלאַנד און ישׂראל האָבן בדעה אין גאַנצן אָפּצושאַפֿן די וויזעס פֿאַר קורצע באַזוכן פֿאַר זייערע בירגער.

דער נאָמען פֿון לינאָר גאָראַליק באַ­ווײַזט זיך אָפֿט אויף די זײַטן פֿון געדרוקטע און עלעקטראָנישע מעדיומס אין רוסלאַנד. אַ מחברין פֿון צוויי ראָמאַנען און עטלעכע זאַמלונגען פֿון קורצער פּראָזע, איז זי באַ­קאַנט אויך ווי אַ סטיל־ און מאָדע־קרי­טי­קערין. מען דערקענט איר אייגענעם סטיל גלײַך פֿונעם ערשטן זאַץ׃ שאַרף, טרעפֿלעך, איראָניש, אָבער פֿול פֿון מיטלײַד צו “קליינע מענטשעלעך". מע קאָן אַפֿילו געפֿינען אַ געוויסע קרובֿהשאַפֿט צווישן איר נוסח פֿון שרײַבן און די ייִדישע קלאַסיקער, באַזונ­דערס י. ל. פּרץ. זיי האָבן בשותּפֿות אַ נטיה צו קורצקייט, פֿילדײַטיקייט, אַ לײַדנשאַפֿט­לעכע ליבע צו אַ טרעפֿלעכן אויסדרוק.

געבוירן אין דנעפּראָפּעטראָווסק, אוק­ראַיִנע אין 1975, איז גאָראַליק געקומען קיין ישׂראל אין 1989; זיך געלערנט אין דעם נגבֿ־אוניווערסיטעט אין באר־שבֿע, אָבער זינט 2000 וווינט זי אין מאָסקווע. זי איז אַ לײַנדשאַפֿטלעכע אָבסערוואַטאָרין פֿון לעבן׃ “מיך אינטערעסירן בלויז קלייני­קייטן, די טאָג־טעגלעכקייט — ווי אַזוי מענטשן טראַכטן, וואָס זיי זאָגן, ווי אַזוי זיי שמייכלען — אַזעלכע זאַכן, וואָס טרעפֿן זיך אין מעטראָ. מיר דאַכט זיך בכלל, אַז די בעסטע ליטעראַטור קומט לעצטנס פֿאָר אין מעטראָ."

גאָראַליק האָרעוועט שווער אויף איר אימאַזש, וואָס זי ווײַזט דער וועלט. זי באַטאָנט, אַז זי איז אַן “אויסלענדערין" אין רוסלאַנד, כאָטש זי האָט ליב די רוסישע קולטור און שרײַבט רוסיש. איר פּראָזע געהערט צו די סאַמע פֿרישע מוסטערן פֿון דער גערעדטער רוסישער שפּראַך. זי טראָגט אַ מאַסקע פֿון אַ נעווראָטישער ייִדישער פֿרוי, וועלכע איז באַנומען מיטן באַגער צו פֿאַרפֿיקסירן יעדן הרף־עין פֿון דאָ און איצט. דערפֿאַר איז איר פּראָזע קורץ און טרעפֿלעך, ווי עס ווײַזט אָן דער טיטל פֿון איר נײַעם בוך “קירצער׃ זייער קורצע פּראָזע". די זאַכן, וועלכע זײַנען אַרײַן אינעם בוך, זײַנען אַראַנזשירט לויט זייער לענג׃ פֿון רעלאַטיוו לאַנגע דערציילונגען פֿון איין אָדער צוויי זײַטן צו די סאַמע קורצע פֿראַגמענטן פֿון צוויי־דרײַ זאַצן. דאָס שאַפֿט אַן אײַנדרוק פֿון אַ געמיש פֿון איבערגעכאַפּטע און אונטערגעהערטע שמועסן. מען ווייסט ניט, ווער עס רעדט דאָ און וועגן וואָס, אָבער יעדער פֿראַגמענט איז ווי אַ טשוואָק, וואָס מען שלאָגט אַרײַן אינעם לייענערס קאָפּ מיט איין שאַרפֿן קלאַפּ. אָט איז אַ משל׃ “אַגבֿ, דער יום־הדין איז שוין געווען, אָבער קיינער האָט עס ניט באַמערקט. פּשוט, זינט דעם טאָג, איז געגאַנגען גוט די אייניקע, און שלעכט די אַנדערע."

גאָראַליק האָט ליב צו רעדן וועגן זיך און צו דערקלערן, וואָס זי טוט און צוליב וואָס. אַזאַ באַריידעוודיקייט, דאַכט זיך, דערווידערט דער קירצקייט פֿון איר ליטעראַרישן סטיל, אָבער דאָס גיט צו איר עפֿנטלעכן פּאַרשוין נאָך מער רייץ. די נעווראָטישע מאַסקע שטערט איר ניט צו זײַן אַ פֿאַרוואַלטער פֿון עטלעכע גרויסע אונטערנעמונגען, צווישן זיי דעם פּראָיעקט “אשכּול". דער ציל פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט איז צו באַקענען דעם ברייטערן רוסישן עולם מיט דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער קולטור. דער ייִדישער אַספּעקט שפּילט דערבײַ ניט קיין חשובֿע ראָלע. מע וויל, קודם־כּל, ווײַזן, אַז ישׂראל פֿאַרמאָגט באמת אַ מאָדערנע ליטעראַטור, מוזיק, טעאַטער, וואָס איז אינטערעסאַנט פֿאַר אַלעמען, בפֿרט פֿאַר דער יוגנט. אין דעם זין איז לינאָר גאָראַליק אויך אַ “פּנים" פֿונעם הײַנטיקן ישׂראל, כאָטש זי אַליין וואָלט דאָס אַוודאי אָפּגעלייקנט. זי באַשטייט תּמיד, אַז זי איז סתּם אַ פֿרוי, וואָס שפּילט זיך אין אירע באַליבטע “שפּילעכלעך".