- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"בראָניסלאַוו גערעמעק — דער העלד פֿון פּוילנס פֿרײַהייט" אַן אויסטערליש אימפּאָזאַנטער לוויה־צוג פֿון פּאַראַדנע אויטאָס האָט הײַנטיקע וואָך אַדורכגעשניטן די גאַסן פֿון דער פּוילישער הויפּטשטאָט אויפֿן וועג פֿון דער קאַטעדראַלע פֿון הייליקן יאַן אין דער אַלטשטאָט פֿון וואַרשע ביז צו דעם קאָמונאַלן מיליטערישן צווינטער אין דער פֿאָרשטאָט פּאַוואָנזעק. דאָרט איז דער מת באַערדיקט געוואָרן מיטן העכסטן פּאַראַד פֿון אַ הויכגעשאַצטן פּוילישן מלוכה־מאַן. ווי עס שרײַבט אין אירע באַריכטן די פּוילישע פּרעסע, איז די אויטאָ־באַוועגונג מאָנטיק דעם 21סטן יולי פֿון 2 אַזייגער נאָכמיטאָג געוואָרן אָפּגעשלאָסן אויף דער גאַנצער טראַסע פֿון דעם פּאַראַדנעם לוויה־צוג. ער איז באַערדיקט געוואָרן אין דער אַלייע פֿון די פֿאַרדינסטפֿולע פּערזאָנען, נעבן דעם קבֿר פֿון זײַן חבֿר יאַצעק קוראָן, דעם מיט פֿיר יאָר צוריק פֿאַרשטאָרבענעם מיטגרינדער פֿון דער דיסידענטישער ליגע צו שיצן די רעכט פֿון די אַרבעטער אין פּוילן. אין דעם צערעמאָניאַל און אין דער לוויה האָבן זיך באַטייליקט די העכסטע פּוילישע מלוכה־לײַט, ווי אויך דער פֿאָרזיצער פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט האַנס גערט פּוטערינג, די געוועזענע אַמעריקאַנער סטייט־סעקרעטאַרין מאַדלען אָלברײַט, דער געוועזענער פּוילישער פּרעזידענט אַלעקסאָנדער קוואַשניעווסקי, די שטאָט־פּרעזידענטין פֿון וואַרשע אַננאַ גראָנקעוויטש־וואַלץ, א"אַנד. דער חשובֿער מת, וועמען עס איז געוואָרן אָפּגעגעבן אַזאַ גרויסער כּבֿוד, איז געווען פּראָפֿעסאָר בראָניסלאַוו גערעמעק, וועלכער איז פֿאָריקע וואָך דערהרגעט געוואָרן, אין עלטער פֿון 76 יאָר אין אַן אויטאָ־צוזאַמענשטויס, פֿירנדיק זײַן "מערצעדעס" אויף איינעם פֿון די וועגן פֿון פּוילן. אַ שטרענג־באַשיידענער מאַן, וועמען דער פּרעזידענט פֿון פּוילן, לעך קאַטשינסקי, האָט בעת דעם קבֿורה־צערעמאָניאַל אין דער קאַטעדראַלע, נישט געקוקט אויף דער אידעאָלאָגישער קעגנערשאַפֿט צווישן זיי, באַצייכנט ווי דעם "העלד פֿון אונדזער פֿרײַהייט". דאָס האָט ער אָנגעטײַט אויף דער ספּעציפֿישער ראָלע, וואָס פּראָפֿ’ גערעמעק האָט אָפּגעשפּילט ווי דער איניציאַטאָר און אַקטיווער פֿאַרמיטלער צווישן דער קאָמוניסטישער מאַכט און דער "סאָלידאַרנאָשטש“ אויף דער קאָנפֿערענץ בײַם רונדן טיש אין דאַנציג אין אויגוסט 1980, אויסאַרבעטנדיק און דערגרייכנדיק אַ הסכּם, וואָס האָט פֿאַרמיטן אַ סאָוועטישע מיליטערישע אינוואַזיע אין פּוילן און האָט דערמעגלעכט דעם פֿרידלעכן איבערגאַנג פֿון דעם ברוטאַלן קאָמוניסטישן טאָטאַליטאַריזם צו אַ פּאַרלאַמענטאַרישער דעמאָקראַטיע. דער דאָזיקער פּוילישער דערפֿאָלג האָט געפֿירט צו דער צעפֿאַלונג פֿון די קאָמוניסטישע רעזשימען אין גאַנץ מיזרח־אייראָפּע. דער געוועזענער פּרעזידענט לעך וואַלענסאַ, דער גרינדער און אָנפֿירער פֿון "סאָלידאַרנאָשטש", איז טאַקע געווען דער ערשטער וואָס האָט מספּיד געווען גערעמעקן בײַם אַלטאַר, נאָך דער מיסע פֿון די אַרכיבישאָפֿן קאַזשימיעזש ניטש און טאַדעוש גאָצלאָווסקי. אַ סך הויכע פּערזאָנען זענען אויפֿגעטראָטן מיט הספּד־רעדעס סײַ אין דער קאַטעדראַלע און סײַ אין דעם קבֿורה־הויז אויפֿן בֿית־הקבֿרות — צווישן זיי די פֿאָרזיצערס פֿון סיים און דעם סענאַט, דער פֿאָרזיצער פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, אין וועלכן גערעמעק איז געווען אַ מיטגליד, דער פּרעמיער־מיניסטער דאָנאַלד טוסק, צוויי געוועזענע פּרעזידענטן פֿון פּוילן, צווישן זיי קוואַשניעווסקי, און צום סוף, שליסנדיק דעם פּאַראַדנעם קבֿורה־אַקט, האָט אים מספּיד געווען דער לעצטער לעבן־געבליבענער קאָמענדאַנט פֿון דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, מאַרעק עדעלמאַן, וועמעס באַטייליקונג און געזעגענונגס־רייד האָט די פּוילישע פּרעסע גאָר בולט אַרויסגעהויבן אין אירע באַריכטן. "דער אייראָפּעיִשער פּאַרלאַמענט האָט פֿאַרלוירן אַ חבֿר, איינעם פֿון די וווּנדערלעכסטע מענטשן" — האָט געזאָגט דער פֿאָרזיצער פֿון אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט האַנס גערט פּוטערינג; "ער איז געווען אַ פּאָלאַק צווישן די אייראָפּעער און אַן אייראָפּעער צווישן די פּאָלאַקן" — האָט אונטערגעשטראָכן דער געוועזענער פּרעמיער־מיניסטער טאַדעוש מאַזאָוויעצקי און האָט צוגעגעבן: אַן אָפּגעראַטעוועטער פֿונעם געטאָ פֿלעגט זײַן ייִדישער אָפּשטאַם אָפֿט אַרויסגעשטעלט ווערן ווי אַן אָביעקט פֿאַר דעם גיפֿטיקן האַס. אַליין איז ער אָבער געווען העכער פֿון דעם". שטאַרק עמאָציאָנעל איז געווען דער הספּד־אַרטיקל, וועלכן עס האָט אין טאָג פֿון דער לוויה פֿאַרעפֿנטלעכט דער רעדאַקטאָר פֿון דער פּרעסטיזשפֿולער "גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ", גערעמעקס ייִנגערער חבֿר אַדאַם מיכניק, אַ מיטגרינדער פֿון "סאָלידאַרנאָשטש“ און פֿון דער "אוניע פֿאַר מענטשן־רעכט", וועלכער האָט אים באַצייכנט ווי אַ "קאָסמאָפּאָלאַק": דאָס ייִנגל, וואָס האָט זיך דורך אַ נס אָפּגעראַטעוועט פֿון דעם חורבן, איז מיט דער צײַט געוואָרן דער רעפּרעזענטאַנט און אויסדריקלער פֿון די בעסטע פּוילישע טראַדיציעס: פֿון אַ מדינה אָן שווינדלערײַען און אָן פּאָליטישע אַרעסטאַנטן, פֿון אַ פּוילן אַ דעמאָקראַטישס און אַן אומאָפּהענגיקס, אַ מדינה אַן אָפֿענע און אַ טאָלעראַנטע. מאַרעק עדעלמאַן האָט אין זײַן הספּד אונטערגעשטראָכן, אַז גערעמעק איז פֿריִער פֿון אַלץ געווען אַ מענטש. אַלץ וואָס עס טוט זיך אָפּ קעגן פּראָפֿ’ גערעמעקן, זאָגט עדות וועגן דעם, אַז "נישט אַלע זענען מיר צוזאַמען" — און דעריבער מוזן מיר שאַפֿן אַ נײַעם מין מענטש, וואָס זאָל ווערן אַ פּאָליטישער עטאָס, — און האָט גערופֿן גערעמעקס משפּחה און פֿרײַנד זיך אָנצונעמען פֿאַר די הענט און אויפֿשטעלן די ערשטע ראָטע פֿון "אַ גערעמישער מויער" קעגן האַס און גוואַלט.
* * * די דאָזיקע רייד, וואָס האָבן זיך באַצויגן צו דער "שׂינאה צו גערעמעקס אָפּשטאַם", זענען געזאָגט געוואָרן, זעט אויס, אין צוזאַמענהאַנג מיט די שמוציק גיפֿטיקע רייד, וואָס האָבן זיך געלאָזט הערן פֿון דער אַנטיסעמיטישער ראַדיאָ-סטאַנציע "מאַריאַ" און פֿון דער ייִדנפֿרעסערישער אינטערנעץ א"נ "פּאָלאָניקאַ", וועלכע איז אַרויס מיט אַ גיפֿטיקער העצע קעגן דער פּוילישער קאָמוניקאַציע, הלמאי זי לויבט אַזוי גערעמעקן, וואָס איז סך־הכּל געווען אַ ייִד, אַ שׂונא פֿון פּאָלאַקן, אַ פֿאַררעטער, וואָס האָט פֿאַרמיטלט מיט מאָסקווע כּדי צו סאַבאָטירן און צוימען דעם קאַמף קעגן דעם קאָמוניזם, און הלמאי מע מאַכט אַזאַ גרויסן צימעס מיט זײַן טויט. ער איז געווען אַ קרבן פֿון אַן אויטאָ־קאַטאַסטראָפֿע? — איז וואָס? ווייניק מענטשן ווערן דערהרגעט אויף די וועגן? דער רעדאַקטאָר פֿון דעם אַנטיסעמיטישן "וועבסײַט" נוצט אָבער אויס גערעמעקס טויט, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן דעם בילבול קעגן אים, אַז ער האָט געפֿלאָכטן פּלענער פֿאַר אַ ייִדישער באַהערשונג פֿון פּוילן. אונטערן קעפּל: "פּוילן אין די קייטן פֿון דער פּאָסט־זשידאָקאָמונע" פֿאַרעפֿנטלעכט ער כּלומרשט צענזורירטע, נישט פֿאַרעפֿנטלעכטע פֿראַגמענטן פֿון אַן אינטערוויו, וועלכן גערעמעק האָט דערטיילט דער באַקאַנטער פּוילישער (פֿון ייִדישן אָפּשטאַם) שרײַבערין אַננאַ קראַל (די מחבֿרין פֿון אַ באַקאַנטן אינטערוויו מיט מאַרעק עדעלמאַנען). דער אינטערוויו מיט גערעמעקן (אָן די "צענזורירטע פֿראַגמענטן" איז דערשינען אין "פּאָליטיקאַ" אין יאָר 1981. אין דער פֿאַלסיפֿיקאַציע פֿון דעם דאָזיקן "דאָקומענט", אין וועלכן פּראָפֿ’ בראָניסלאַוו גערעמעק ווערט באַצייכנט מיט די ערגסטע עפּיטעטן און געשאָלטן מיט די האַרבסטע קללות שטעלט אים פֿאָר דער רעדאַקטאָר דאַמיאַן ווי "בערעלע לעוואַרטאָוו“ ווי זײַן אמתדיקער נאָמען איז, וועלכן גערעמעק האָט נישט פֿאַרלייקנט — חוץ אפֿשר דעם פֿאָרנאָמען "בערעלע", וועלכן דער רעדאַקטאָר פֿון דער "פּאָלאָניקאַ" האָט אים צוגעקלעפּט. אין דער היים אין וואַרשע האָט מען אים גערופֿן "בראָנעק". און זײַן פֿאָטער איז נישט געווען קיין רבֿ, ווי דער פֿעלשער דערציילט, נאָר אַ פֿאַרמעגלעכער קירזשנער. גערעמעק האָט אויך קיינמאָל נישט פֿאַרלייקנט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם — ער האָט זיך נאָר מיט אים נישט באַנוצט. דעם נאָמען גערעמעק האָט בראָנעק לעוואַרטאָוו זיך צוגעאייגנט פֿון זײַן רעטער, סטעפֿאַן גערעמעק, וועלכער האָט אים אַרויסגעראַטעוועט פֿון דער וואַרשעווער געטאָ אין 1943, ווען ער איז אַלט געווען קוים 11 יאָר, און בײַ אים האָט ער זיך אויסבאַהאַלטן אין אַן אָרטשאַפֿט וואָס הייסט ווסכאָוו און וואָס מיר געפֿינען נישט אויף דער מאַפּע. וועגן יענער תּקופֿה אין זײַן לעבן זענען קיין פּרטים נישט פֿאַראַן — אַפֿילו נישט בײַ זײַנע קרובֿים אין ישׂראל. זײַן פֿאָטער איז אומגעקומען אין אוישוויץ. אַ צײַט נאָך דער מלחמה האָט זיך בראָנעק צוריקגעקערט קיין וואַרשע, געוווינט אין דער פֿאָרשטאָט זשאָליבאָזש, דאָרט געלערנט אין גימנאַזיע, דערנאָך שטודירט און פֿאַרענדיקט אין 1954 דעם פֿאַקולטעט פֿון געשיכטע אויפֿן וואַרשעווער אוניווערסיטעט; די דיפּלאָם־שטודיעס געמאַכט אין די יאָרן 1956–1958 אין פּאַריז; אין 1960 פֿאַרענדיקט דעם דאָקטאָראַט, אין 1972 אָנגענומען געוואָרן ווי אַ היסטאָריקער פֿון פֿראַנצייזישן מיטלאַלטער אין דער אַקאַדעמיע פֿאַר וויסנשאַפֿטן און אין 1989 באַקומען דעם טיטל פּראָפֿעסאָר. אין דער זעלבער צײַט האָט ער געזוכט זײַן אידעאָלאָגישן וועג, זײַענדיק כּסדר באַהערשט פֿון ספֿקות. אין 1950 איז ער אַרײַנגעטראָטן אין דער קאָמוניסטישער יוגנט־אָרגאַניזאַציע, געוואָרן אַקטיוו אויך אין דער פּאַרטיי, וועלכע ער האָט אָבער פֿאַרלאָזט אין יאָר 1968, ווי אַ פּראָטעסט קעגן דער רוסישער אינוואַזיע אין טשעכאָסלאַוואַקײַ. ער איז געווען צווישן די גרינדער פֿון "סאָלידאַרנאָשטש" און איז אַרעסטירט געוואָרן אין יאָר 1981. נאָכן באַפֿרײַט ווערן האָט ער אָבער נישט אויפֿגעגעבן זײַן טעטיקייט פֿאַר אַ ליבעראַלן דעמאָקראַטישן רעזשים און פֿאַר אָפּהיטן די מענטשן־רעכט. ווי זײַן גרעסטער בײַשטײַער פֿאַר פּוילנס פֿרײַהייט איז אַרײַן אין דער געשיכטע זײַן איניציאַטיוו און באַטייליקונג אין דער קאָנפֿערענץ בײַם רונדן טיש אין גדאַנסק, וואָס האָט אויסגעפֿלאַסטערט דעם וועג צו די פֿרײַע וואַלן צום סיים אין 1989 און געבראַכט צו דער מאַכט די סאָלידאַרנאָשטש, און אים, גערעמעקן, ווי דעם אָנפֿירער פֿון איר פֿראַקציע אין סיים. אין די יאָרן 1997 ביז 2000 איז ער געווען אויסערן־מיניסטער פֿון דער פּוילישער רעפּובליק און פֿון 2004 אַ דעפּוטאַט אין אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. אין די אַלע יאָרן האָט ער אָן אויפֿהער אויסגעברייטערט זײַן וויסן און איז באַשאָנקען געוואָרן מיט 23 ערן־דאָקטאָראַטן אויף אַלערליי געביטן. ער האָט איבעגעלאָזט נאָך זיך צוויי זין און אויך אַ ברודער, יוזשעק לעוואַרטאָוו, וואָס איז געווען נאָך דער מלחמה אין ישׂראל, געקעמפֿט אין דער איינהייט פֿון די "שועלי שמשון", געוואָרן פֿאַרוווּנדעט און לעבט הײַנט אין אַמעריקע. אָבער גראָד אין ישׂראל, מיט וועלכער ער האָט נישט אָנגעהאַלטן קיין פֿאַרבינדונג, האָט ער גאַנץ נאָענטע קרובֿים, און גראָד נישט פֿון קיין שלעכטן "ייִחוס׳" און אַפֿילו גאַנץ גוט באַקאַנטע אין לאַנד. איינער פֿון זיי איז דער יונגער יוריסט גל לעוואַרטאָוו, וועלכער איז געשטאַנען בראָש פֿון דער יוריסטן־מאַנשאַפֿט אין דער מלוכישער פּראָקוראַטור, וואָס האָט בשעתו געפֿירט די אויספֿאָרשונג פֿון די פֿאַרדאַכטן און באַשולדיקונגען קעגן דעם געוועזענעם פּרעמיער אַריאל שרון. הײַנט שטייט ער בראָש פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אָפּטיילונג פֿון דער ישׂראלדיקער מלוכישער פּראָקוראַטור. גל לעוואַרטאַוו איז דער זון פֿון מײַן יוגנט־חבֿר אין דער ייִדיש־וועלטלעכער פֿאָלקס־שול אין וואַרשע, שלמה לעוואַרטאָוו — אַ לײַבלעכער קוזין פֿון דעם אויבן באַשריבענעם בערעלע לעוואַרטאָוו, וועלכער איז באַערדיקט געוואָרן מיטן הויכן מלוכישן כּבֿוד נאָך אַ קאַטוילישן קבֿורה־צערעמאָניאַל אין דער קאַטעדראַלע פֿון הייליקן יאַן אין דער אַלטשטאָט פֿון וואַרשע. תּל־אָבֿיבֿ, 22סטער יולי 2008Di shvainen funem radio "Maria"Submitted by Srulik on Tue, 2008-07-29 15:00.
Dize hazeirim zoln zain shver bashtroft vail zei baleidikn un farleimden dos idishe folk. Poilen iz nisht nor di heimat fun poliaken ober oich fun idn un idn hobn dos zelbe recht in Poilen tzu voinen vi di poliaken. Ich hof az a sach musulmener un shvartze kumen kein Poilen damit tzu machen dize poliaken zeer umgliklech. Zei hobn nisht gelibt di idn, lomir zeen vi zei velen fartrogen di araber un di shvartze, haha. |