רעצעפּטן

געוויסע מענטשן שלאָפֿן נישט גוט נאָכן עסן פֿלייש פֿאַר וועטשערע, ווי איך זע בײַ מײַן אייגענער משפּחה. דערפֿאַר זוך איך תּמיד נײַע וועגעטאַרישע רע­צעפּטן, אַזוי ווי דער ווײַטערדיקער. אויב איר עסט עס צוזאַמען מיט פֿיש און פֿריש ברויט, וועט איר האָבן אַ פֿײַנע זומערדיקע וועטשערע.

שפּריצבוימל
1 צעשניטענער פּאַטלעזשאַן
4 צעשניטענע פּאָמידאָרן
1 צעשניטענע רויטע ציבעלע
5 נישט־אָפּגעשיילטע ציינדלעך קנאָבל
1 לעפֿל איילבערט־בוימל
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
1 טעפּל רויע מאַקאַראָני־לאָקשן
8 פֿרישע צעשניטענע שפּינאַט־בלעטער
4 פֿרישע צעשניטענע באַזיליק־בלעטער
1/4 טעפּל איילבערט־בוימל
1/4 טעפּל באַלזאַמישער עסיק

הייצט אָן דעם אויוון אויף 360 גראַד (180 צעלזיוס), און באַשפּריצט אַ גרויסן בעקן מיט שפּריצבוימל.

שיט דעם צעשניטענעם פּאַטלעזשאַן, פּאָמידאָרן, ציבעלע און די נישט־אָפּגע­שיילטע ציינדלעך קנאָבל אַרײַן אין בעקן. באַשפּרענקלט זיי מיטן לעפֿל אייל­בערט־בוימל, און באַזאַלצט און באַ­פֿעפֿערט עס.

בראָט די גרינסן 1 שעה. בשעת־מעשׂה, קאָכט אָפּ די מאַקאַראָני.

באַלד ווי איר נעמט דעם בעקן אַרויס פֿון אויוון, מישט אַרײַן די צעשניטענע שפּינאַט־ און באַזיליק־בלעטער. די היץ וועט די בלעטער ווייכער מאַכן.

שיילט אָפּ די ציינדלעך קנאָבל און צעקוועטשט זיי אין אַ שיסעלע. מישט דעם קנאָבל אויס מיטן 1/4 טעפּל אייל­בערט־בוימל און עסיק, און באַגיסט די געבראָטענע גרינסן מיטן סאָוס. מישט אַרײַן די לאָקשן, און דערלאַנגט צום טיש.