- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מע קען זאָגן, אַז אין רומעניע בין איך ביז אַהער ניט געווען, אויב ניט רעכענען די עטלעכע שעה אין 1990. דעמאָלט זײַנען מיר, מײַן ווײַב און איך, געפֿאָרן קיין בולגאַריע און די באַן איז אין משך פֿון עטלעכע שעה געבליבן שטעקן אויף דער רומענישער טעריטאָריע. מע האָט אונדז געבעטן פֿאַרמאַכן אַלע פֿענצטער, כּדי ניט האָבן צו טאָן מיט די הונדערטער בעטלערס, דער עיקר, ציגײַנערשע קינדער, וועלכע האָבן זיך אויסגעשטעלט פּאַזע די רעלסן. אָבער געבעטן האָבן אויך די זעלנער-גרענעצלער. זיי האָבן עס קאָמבינירט מיט קאָנטראָלירן אונדזערע פּעסער. די לאַנדשאַפֿט איז געווען אַן אָרעמע, ווי אין אַ פֿילם וועגן אַלטע צײַטן, מיט דערפֿער, וווּ מע האָט ניט געזען קיין סימן פֿון עלעקטרע, און מיט אויטאָס, וועלכע האָבן אויסגעזען ווי טאַראַנטאַסן. צו יענער צײַט איז אַדורך אַ ביסל מער פֿון אַ האַלב יאָר זינט דער אַנטי-קאָמוניסטישער איבערקערעניש, מיטן דערשיסן דאָס דיקטאַטאָרישע פּאָרפֿאָלק — ניקאָלאַע און עלענאַ טשאַושעסקו. זינט דעמאָלט אָן האָט זיך די וואַסער אין דונײַ נישט איין מאָל געביטן. רומעניע איז אַפֿילו געוואָרן אַ מיטגליד פֿונעם עליטאַרן קלוב, וואָס הייסט "די אייראָפּעיִשע פֿאַראייניקונג". סוף יוני האָב איך פֿאַרבראַכט פֿיר טעג אין בוקאַרעשט, אויף אַ קאָנפֿערענץ אין דעם אוניווערסיטעט. די ייִדישע קהילה פֿון דער שטאָט, וואָס ציילט איצט, דאַכט זיך, זעקס טויזנט נפֿשות, איז אויף עטלעכע טעג געוואָרן אַ ביסל גרעסער צוליב דער ייִדישער אַקאַדעמישער צונויפֿקומעניש, וואָס האָט צוגעצויגן די אָנטיילנעמער פֿון ישׂראל, אַמעריקע, פֿראַנקרײַך און איטאַליע. ווי כּמעט אַלץ אין צענטער פֿון דער שטאָט, האָט אויך דער אוניווערסיטעט אויסגעזען ווי אַ ניט-פֿאַרענדיקטע בויוּנג, מיט רישטאָוואַניעס און רעש. אַגבֿ, טאָמער עמעצער טראַכט וועגן אַ טוריסטישער רײַזע קיין בוקאַרעשט, וואָלט איך געעצהט צוּוואַרטן עפּעס אַ צײַט, אפֿשר אַ יאָר פֿינף, זיי זאָלן קענען איבערבויען, איבערפֿאַרבן און, בכלל, צופּוצן די שטאָט, וואָס האָט אַ פּאָטענציאַל — שיינע גאַסן, פּאַרקן, פּאַלאַצן. הגם די שטאָט וועט סײַ ווי סײַ קיין מאָל ניט קענען קאָנקורירן מיט, אַ שטייגער, פּראָג אָדער בודאַפּעשט, וועט זי בלי-ספֿק אַנטוויקלען אַ שטאַרקערע טוריסטישע צוציקראַפֿט, איידער אייניקע אַנדערע מיזרח- און צענטראַל-אייראָפּעיִשע הויפּטשטעט, אַזעלכע ווי זאַגרעב אין קראָאַטיע צי קעשענעוו אין מאָלדאָווע. צוריקגערעדט, קען מען אין דעם אײַנזען אויך אַ מעלה — ס׳איז רויִקער, קיין טוריסטן זעט מען כּמעט ניט. מיר איז אויך געפֿעלן געוואָרן, וואָס אַ סך מענטשן האָבן געקענט עפּעס זאָגן אויף ענגליש. קיין בוקאַרעשט בין איך געקומען נאָכן פֿאַרברענגען אַ צוויי וואָכן אין סיציליע, וווּ צו ענגליש באַציט מען זיך פּונקט אַזוי גלײַכגילטיק ווי צו ייִדיש, רוסיש צי דײַטש. ווי אַ דערמאָנונג פֿון דער בידנער דאָליע פֿון ענגליש אין איטאַליע, איז דער איטאַליענישער אָנטיילנעמער געווען דער איינציקער רעפֿערענט, וואָס האָט גערעדט דורך אַן איבערזעצער. מע זאָגט, אַז איצט איז אין דער מאָדע אַ נוסח פֿון אַרומפֿאָרן, וואָס הייסט "סלאַם"-טוריזם (פֿון ענגלישן slum — דלות-געגנט) צי "פּוריזם" (פֿון ענגליש poor — אָרעם). דער גרונטלייגער פֿון אַזאַ טוריזם איז מאַרטשעלאָ אַרמסטראָנג, וואָס פֿירט די אויסלענדער אין אָרעמע שטאָט-געגנטן אין בראַזיל. כ׳בין קיין מאָל ניט געווען אין בראַזיל, אָבער כ׳בין זיכער, אַז בוקאַרעשט זעט אויס ניט אַזוי דלותדיק, כאָטש מע זעט מענטשן וואָס שלאָפֿן אויף די גאַסן (אין דער אמתן, ווייניקער ווי אין ניו-יאָרק) און עס לויפֿן אַרום היימלאָזע הינט. די גאַסן זײַנען ניט זייער ריין, אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט סיציליע, איז עס כּמעט ציכטיק. די אַלטע טאַראַנטאַסן, פֿון טשאַושעסקוס תּקופֿה, זעט מען נאָך אויף די וועגן, אָבער ס׳רובֿ אויטאָס זײַנען מאָדערנע, בתוכם טײַערע לימוזינען. ס׳איז ניט קיין פּראָבלעם צו נעמען אַ טאַקסי. אויף די טירן פֿון די טאַקסיס שטייט געשריבן, וויפֿל זיי מאָנען פֿאַר אַ קילאָמעטער, און מע שליסט אײַן אַ ציילער, וואָס גיט אַרויס אַ קבלה. דאָך, האָב איך ניט פֿאַרשטאַנען דעם קונץ, פֿאַר וואָס מײַן וועג פֿונעם פֿלוגפּלאַץ אין האָטעל האָט געקאָסט צוויי מאָל טײַערער, איידער דער זעלבער וועג צוריק. כ׳האָב עס אויפֿגענומען, ווי אַ בוקאַרעשטער פּאַראַדאָקס. דער האָטעל, וואָס איז פֿאַקטיש געווען אַ פֿאַרבעסערטער טייל פֿון אַ סטודענטישער צוזאַמענוווינונג (פֿון אַזאַ שניט ווי אין דעם פֿאַראַיאָריקן רומענישן פֿילם "4 חדשים, 3 וואָכן און צוויי טעג"), האָט אויסגעזען אַזוי סקאַרבאָוונע סאָוועטיש, אַז נאָך דער ערשטער נאַכט האָב איך זיך אין דער פֿרי אויפֿגעכאַפּט מיט אַ קאָשמאַר-געדאַנק: וואָס טו איך דאָ, און וווּ בין איך בכלל? נאָך אַלעמען, בין איך געבליבן צופֿרידן, אַז דער אַקאַדעמישער ווינט האָט מיך פֿאַרטראָגן אין דער שטאָט, וועגן וועלכער איך האָב ניט ווייניק געלייענט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. איצט איז עס נאָך איין שטאָט, וווּ אַ מאָל האָבן געלעבט אַ סך ייִדן און ייִדיש האָט געקלונגען אויף טריט און שריט. אין משך פֿון די פֿיר יוני-טעג האָב איך קיין ייִדיש אויף די גאַסן ניט געהערט, נאָר העברעיִש האָט יאָ געקלונגען ניט איין מאָל. די ישׂראלדיקע אינוועסטיציעס זײַנען צווישן די גרעסטע אין רומעניע, אַזוי אַז טויזנטער ישׂראלים קומען אַהין צוליב געשעפֿטן, ווי אויך אַ קוק צו טאָן אויף דער "אַלטער היים". זינט 1948, ווען רומעניע און ישׂראל האָבן אײַנגעשטעלט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, זײַנען דאָך עולה געווען אַריבער 270 טויזנט רומענישע ייִדן. Idish in Bukaresht? Dos iz komish.Submitted by Srulik on Mon, 2008-07-28 23:38.
Es iz faran meer shansen mit a meteorit geshlogn tzu zain vi tzu hern idish in Bukaresht oder in Ost Eirope bichlal. Di eintzige erter vu men noch ken hern idish oif di shtrasen zainen Williamsburg, Monsey, Kiryas Joel un New Square, alle in New York shtat. Mir zoln zeer dankbar zain az idn dortn noch bahaltn un antvikln zeier kultur un shprach. |