מוזיק
פֿון לעאָניד שקאָלניק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נעמי שמר
נעמי שמר

לויט אַלע געזעלשאַפֿטלעכע אויספֿרעגן אין ישׂראל, איז דאָס ליד "ירושלים של זהבֿ" — דאָס פּאָפּולערסטע און באַקאַנטסטע ישׂראל־ליד. דעם 13טן יולי וואָלט די באַשאַפֿערין פֿון דעם דאָזיקן ליד אַלט געוואָרן 78 יאָר...

"די ערשטע לעידי פֿון דער ישׂראל־ליד" נעמי שמר איז געבוירן געוואָרן דעם 13טן יולי 1930 אינעם קיבוץ כּינרת. אירע עלטערן, מאיר און רבֿקה ספּיר, ביידע אָפּשטאַמיקע פֿון ווילנע, זײַנען געקומען קיין פּאַלעסטינע אין די 1920ער יאָרן, און זײַנען געווען צווישן די בויער פֿון דעם קיבוץ. דאָרט האָבן זיי זיך באַקאַנט און חתונה געהאַט.

נעמיס טאַטע איז געווען אַקטיוו אין דער אונטערערדישער באַוועגונג, וואָס האָט זיך קודם־כּל באַשעפֿטיקט מיטן אַרײַנפֿירן אומלעגאַל די נײַ־געקומענע עולים. די מוטער האָט געשעמט אין קיבוץ מיט איר מאַקסימאַליזם. זי האָט אַליין געשטרעבט צו דערפֿירן יעדן ענין צו שלמות, און דאָס זעלבע געפֿאָדערט פֿון אירע קינדער. אַפֿילו דעמאָלט, ווען נעמי איז געוואָרן באַקאַנט און פּאָפּולער, באַקומען די העכסטע מלוכה־אָנער­קענונג — דעם "פּרס ישׂראל" — האָט די אײַנ­גע­שפּאַרטע רבֿקה ספּיר געזאָגט, אַז איר טאָכ­טער וואָלט געקאָנט דערגרייכן נאָך מערער.

נעמי איז געווען זייער ערשטלינג. נאָך צוויי יאָר איז געבוירן געוואָרן רותי, דערנאָך יעקבֿ. די קינדער־יאָרן האָבן זיי פֿאַרבראַכט, אַרומגערינגלט מיט שיינע לאַנדשאַפֿטן, באַ­פֿאַרבט מיט וווּנדערלעכע שקיעות איבערן כּינרת. אין די לידער פֿון נעמי קאָן מען דאָס אַלץ געפֿינען — די אַלע פֿאַרבן און ריחות, דערזען און דערפֿילט אין איר קיבוץ־קינדהייט.

ווען נעמי איז אַלט געוואָרן זעקס יאָר, האָט איר מאַמע באַקומען אַ פֿאָרטעפּיאַן, ווי אַ מתּנה, וואָס זי האָט באַלד איבערגעגעבן אין קיבוץ פֿאַר אַלע קינדער. פֿונדעסטוועגן, האָט דווקא נעמי זיך אויסגעטיילט פֿון אַנדערע קינדער מיט אירע מוזיקאַלישע פֿעיִקייטן און נאָך אַ מיידעלע, אָנגעפֿירט מיטן קיבוץ־כאָר. זי האָט זיך געלערנט אין דער מיטלשול, וואָס האָט זיך געפֿינען אינעם שכנישן קיבוץ דגניה; נאָכן פֿאַרענדיקן די שול איז זי אָנגעקומען אין דער ירושלימער מוזיק־אַקאַדעמיע אויף רובינס נאָמען. דאָרט האָט זי זיך געלערנט בײַ די בעסטע ישׂראל־קאָמפּאָזיטאָרן.

אין יאָר 1951 פֿאַרענדיקט נעמי די לערע און קערט זיך אום צו זיך אין קיבוץ, וווּ זי ווערט אַ לערערין פֿון מוזיק און ריטמיק. צו יענער צײַט הייבט זי אָן שאַפֿן לידער, קודם־כּל, פֿאַר קינדער. דאָס ליד "הדואר בא היום" — "די פּאָסט קומט הײַנט" איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אינעם לאַנד.

נאָכן אומקערן זיך פֿון דער אַרמיי (1956), האָט זי חתונה געהאַט מיט גדעון שמר און איז מיט אים אַוועקגעפֿאָרן קיין תּל־אָבֿיבֿ. אַ סך פֿון אירע לידער האָט מען געזונגען אין צה"ל, באַזונדערס, נאָך דעם ווי דער אַקטיאָר און זינגער חיים טאָפּאָל האָט זי פֿאַרבעטן צו שאַפֿן פֿאַר דעם אַנסאַמבל "בצל ירוק" (גרינע ציבעלע). אַזוי זײַנען באַקאַנט געוואָרן די לידער “נועה", “משירי זמר נודד" (דאָס ליד פֿון אַ זינגער־נע־ונעדניק); פֿאַר דער קאָמפּאָזיציע "האָפּאַ היי" האָט זי געוווּנען אין יאָר 1960 דאָס ערשטע אָרט אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל אין איטאַליע. זי ווערט אָנערקענט סײַ אין ישׂראל און סײַ אין אויסלאַנד, באַזונדערס אין פּאַריז, וווּ זי לעבט אַ שטיקל צײַט מיט איר טאָכטער, נאָכן גטן זיך מיטן מאַן.

אָבער אין שפּיץ פֿון איר שאַפֿונג געפֿינט זיך דאָס ליד "ירושלים של זהבֿ", אָנגעשריבן אין 1967 לויט דער באַשטעלונג פֿון טעדי קאָלעק, דעם דעמאָלטיקן ראָש־העיר פֿון דער הויפּטשטאָט. דאָס איז געשען אַ קורצע צײַט פֿאַר דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. נאָך דעם ווי דאָס ליד האָט מען איבערגעגעבן אין דעם ראַדיאָ, געזונגען פֿון דער יונגער זינגערין שולי נתּן, האָט מען עס באַלד אונטערגעכאַפּט און צעפּויקט איבערן גאַנצן לאַנד. אין עטלעכע וואָכן אַרום האָט אויסגעבראָכן די מלחמה, און נעמי שמר פֿלעגט עס זינגען בעת אירע אויפֿטריטן פֿאַר די סאָלדאַטן. אין די צײַטונגען פֿון יענער צײַט קאָן מען זען, ווי די ישׂראל־סאָלדאַטן שטייען און זינגען בײַם באַפֿרײַטן כּותל־מערבֿי "ירושלים של זהבֿ", מיט טרערן אין די אויגן.

אין אַ טאָג האָט נעמי געפֿינען בײַ איר טיר אַ בריוועלע פֿון קאָלעק, וווּ ער בעט זי צוצוגעבן צום ליד נאָך איין סטראָפֿע. אָבער נעמי האָט וועגן אַזאַ סטראָפֿע שוין געהאַט געטראַכט, באַלד נאָכן באַפֿרײַען ירושלים. זי האָט אָנגעקלונגען צום בירגערמײַסטער און אים געזאָגט, אַז אַזאַ סטראָפֿע איז שוין דאָ. אויפֿן אַנדערן טאָג האָט זי אויף אַ קאָנצערט אין בית־לחם געזונגען דאָס ליד מיט די נײַע ווערטער פֿאַר אַ גרופּע סאָלדאַטן. זיי האָבן אָנגעהויבן אַפּלאָדירן. נעמי האָט זיי אָפּגעשטעלט און געזאָגט: "וואָס אַפּלאָדירט איר מיר? צו ענדערן די ווערטער פֿון אַ ליד איז געווען גרינגער, ווי צו באַפֿרײַען די שטאָט..."

אין יאָר 2003 איז דערשינען נעמי שמרס בוך "תּקופֿות פֿון לעבן", וווּ עס גייען אַרײַן אירע 121 געקליבענע לידער. בסך־הכּל האָט זי, זינט 1956, געשאַפֿן 311 לידער (ווערטער און מוזיק); מוזיק צו 80 לידער, און ווערטער צו 13 לידער. אין יאָר 1983 האָט נעמי שמר באַקומען דעם "פּרס ישׂראל"; זי איז געווען "ערן־דאָקטאָר" פֿון פֿיר אוניווערסיטעטן אין ישׂראל און דעם אינסטיטוט אויף ווײַצמאַנס נאָמען אין רחובֿות.

נעמי שמר איז געשטאָרבן דעם 26סטן יוני 2004, אין תּל־אָבֿיבֿ. זי האָט פֿאַראָבֿלט צוויי קינדער און פֿיר אייניקלעך. מ‘האָט זי מקבר געווען, אַזוי ווי זי האָט געבעטן אין איר צוואה, אויפֿן בית־עולם אינעם קיבוץ כּינרת.