ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

אין יאָר 1918, האָט דער בערלינער זשורנאַל Neue jüdische Monatshefte פֿאַר­עפֿנט­לעכט אין די נומערן 13, 14 און 17 אַן אַרטיקל פֿונעם באַקאַנטן דײַטשישן עקאָ­נאָ­מיסט און היסטאָריקער אָטאָ פֿאָן צווי­דינעק (1871–1957). די אַרבעט האָט געטראָגן אַ קורצן נאָמען — "Die Litwaki". די ליט­וואַ­קישע פֿראַגע האָט פֿאַראינטעריסט צווי­דינעקן, ווײַל אין פּוילן האָט מען דעמאָלט באַשולדיקט די ליטווישע ייִדן אין חרובֿ מאַכן דעם "שלום-בית", וואָס האָט כּלומרשט עקזיסטירט צווישן די פּאָליאַקן און די "אייגענע" ייִדן. צווידינעקס מאַמר ווײַזט, אַז קיין ליבע האָט קיין מאָל ניט געברענט צווישן דער ייִדישער און סלאַווישער באַ­פֿעל­קערונגען. וואָס שייך די ליטוואַקעס, איז זייער צאָל געווען צו קליין, כּדי בײַטן אַזוי ראַדיקאַל דעם באַלאַנס אין די עטנישע און קאָנפֿעסיאָנעלע באַציִונגען. בשעת-מעשׂה, דערקלערט דער אַרטיקל אייניקע אונטער­שיידן צווישן די ליטווישע און פּוילישע ייִדן.

זייער וויכטיק איז געווען דער פֿאַקט, וואָס די ליטווישע ייִדן זײַנען געווען מער רוסיפֿיצירט, בעת די פּוילישע ייִדן האָבן בדרך-כּלל געהאַט ווייניקער קאָנטאַקטן מיט דער רוסיש-רעדנדיקער סבֿיבֿה. דערצו האָט די השׂכּלה געלאָזט מער וואָרצלען אין ליטע (וואָס נעמט אַרײַן אין דער "ייִדישער געאָגראַפֿיע" אויך ווײַסרוסלאַנד, לעטלאַנד און די צפֿון-מיזרחדיקע געגנטן פֿון פּוילן), איידער אין פּוילן. גאַנץ אָפֿט זײַנען די אָנגע­קומענע ייִדן געווען די טרעגער פֿון מאָדערנ­קייט, וואָס די היגע ייִדן האָבן געהאַלטן פֿאַר גוייִשקייט. כאַראַקטעריש, אַז דער טערמין "ליטוואַק" איז אין פּוילן געוואָרן ברייטער — מע האָט אים גענוצט אויך פֿאַר אַלע ניט-היגע רוסיפֿיצירטע ייִדן.

צווישן די אָנגעקומענע "ליטוואַקעס" זײַנען געווען אויך די מאָסקווער ייִדן, וועלכע מע האָט אַרויסגעשיקט פֿון דער שטאָט אין די פֿריִע 1890ער יאָרן. צווישן זיי זײַנען, אין דער אמתן, געווען ווייניק ריכטיקע ליטווישע ייִדן, אָבער דאָס האָט לחלוטין ניט געשטערט דעם עולם צו קלאַסיפֿיצירן זיי ווי "ליטוואַקעס". ס׳איז באַוווּסט, אַז דער גירוש-מאָסקווע האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם עקאָנאָמישן לעבן פֿון אַ צאָל שטעט, דער עיקר וואַרשע, ווילנע און לאָדזש. דער גירוש האָט אויך שאַרפֿער געמאַכט דעם ווידעראַנאַנד צווישן די אַלטגעזעסענע און די אָנגעקומענע לײַט. וועגן דעם דאָזיקן ווידעראַנאַנד קען מען אויך לייענען אין דער פֿאָרשונג פֿון François Guesnet, וואָס הייסט "Migration et stéréotype. Le cas des juifs russes au royaume de Pologne à la fin du XIXe siècle ", זי איז אַרויס אין יאָר 2000 אין דעם פּאַריזער זשורנאַל Cahiers du monde russe.

די פֿיר ווײַטערדיקע אויסצוגן פֿון ליטע­ראַרישע קוואַלן אילוסטרירן די "ליטוואַקישע פֿראַגע" און, בכלל, די פּראָבלעם פֿון באַ­ציִונגען צווישן פֿאַרשיידענע גרופּעס ייִדן.

1.

הענריך סליאָזבערג (1863–1937), אַן אַדוואָקאַט און כּלל-טוער, האָט געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין רוסיש-ייִדישן לעבן אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון דער צאַרישער אימפּעריע. דער אויסצוג פֿון זײַנע זכרונות, וואָס ווערט דאָ געבראַכט אין אַ ייִדישער איבערזעצונג, איז גענומען פֿונעם בוך Евреи в Росии: XIX век (מאָסקווע, 2000). סליאָזבערג איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל מיר, וואָס געפֿינט זיך איצט אין ווײַסרוסלאַנד, אָבער זײַן משפּחה איז גלײַך אַריבערגעפֿאָרן קיין פּאָלטאַווע, אַ גובערניע-צענטער אין אוקראַיִנע, וועלכע מע האָט דעמאָלט גערופֿן "קליין רוסלאַנד".

... די אַלטגעזעסענע ייִדישע באַפֿעל­קערונג פֿון פּאָלטאַווע איז באַשטאַנען פֿון עטלעכע טויזנט נפֿשות — קליין-רוסישע ייִדן, וואָס זײַנען שוין דאָרטן געבוירן געוואָרן אָדער, לכל-הפּחות, געוווינט דאָרטן אַ לענגערע צײַט. די דאָזיקע גרופּע האָט אַפֿילו אויסגעזען אַנדערש, ניט אַזוי ווי די פּויליש-וואָלינער ייִדן און די "ליטוואַקעס". כ׳מיין, אַז איך בין זיך ניט טועה, טענהנדיק, אַז דאָס האָט אַ שײַכות ניט נאָר צו דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון דער גובערניע-שטאָט [פּאָלטאַווע], אָבער אויך צו די שטעט און שטעטלעך פֿון דער גאַנצער גובערניע, אַ חוץ, אפֿשר, דער שטאָט קרעמענטשוג, וואָס איז דורכן טײַך דניעפּר געווען פֿאַרבונדן מיט ווײַסרוסלאַנד און האָט מער אויסגעזען ווי אַ ווײַסרוסיש-ליטווישע שטאָט, איידער אַ קליין-רוסישע. די אייגנאַרטיקייט פֿונעם קליין-רוסישן ייִדנטום האָט זיך אַנטפּלעקט אויך אין דער שפּראַך. בערך אַ העלפֿט פֿון די ווערטער אין דער גערעדטער ייִדישער שפּראַך האָט געשטאַמט פֿון רוסיש און אוקראַיִניש: דאָס איז געווען מער אַ רוסיש-דײַטשישער איידער אַ דײַטשיש-ייִדישער דיאַלעקט. אויסגערעדט האָט מען די ייִדי­שע ווערטער אויך אַנדערש. אַנשטאָט דעם ליטווישן "דאָס", "וואָס" און פּויליש-וואָלינער צעצויגענעם "דווּס", האָט מען אויסגערעדט "דוס", "וווּס", אָן אויסזינגען עס, און גערעדט האָט מען אָן דער כאַראַק­טערישער ייִדישער זשעסטיקולירונג. אַפֿילו ריין אַנטראָפּאָלאָגיש האָבן די קליין-רוסי­שע ייִדן אויסגעזען אַנדערש: זעלטענער האָט מען געטראָפֿן די כאַראַקטערישע וואָלי­נער טיפּן מיט געל-רויטע האָר און די כאַראַק­טערישע שוואַרץ-האָריקע ליטווישע ייִדן, ווייניקער איז געווען די צאָל לײַט מיט אויסגעמאַטערטע בלייכע פּנימער, מיט אַן אײַנגעפֿאַלענעם ברוסטקאַסטן און מיט אַן אויסגעקרימטן רוקן. אָבער אין פּאָלטאַווע זײַנען אויך ניט געווען קיין ייִדן-שוואַרצאַרבעטער. מיר האָט זיך ניט פֿאַרגעדענקט קיין איין ייִדישער וואַסער­פֿירער, טרעגער, בינדיוזשניק, אַזעלכע וואָס איך האָב שפּעטער געזען אין ליטווישע שטעט. עס זײַנען געווען בלויז בעל-מלאָכות און סוחרים.

אַנדערש איז געווען אויך דער לעבן-שטייגער פֿון די קליין-רוסישע ייִדן. כ׳האָב שוין דערמאָנט, אַז נאָר געציילטע פֿון זיי האָבן ניט געקענט זייער גוט דאָס היגע קליין-רוסישע לשון. אָנגעטאָן זײַנען זיי געווען אַזוי ווי אַנדערע שטאָטישע תּושבֿים, מע האָט ניט געטראָגן קיין לאַנגע קאַפּאָטעס, קיין ספּעציפֿישע — ווי בײַ די פּוילישע ייִדן — היטעלעך, יאַרמלקעס וכ׳. ניט זעלטן האָט מען געזען ייִדן מיט אָפּגעשוירענע פּאות און אַפֿילו מיט אָפּגעשוירענע בערד. דאָך האָט מען זיך שטרענג געהאַלטן בײַם דין און בפֿרהסיה געווען ניט ווייניקער פֿרום פֿון די ליטווישע ייִדן. די דאָזיקע אויסערלעכע פֿרומקייט האָט אָבער ניט געהאַט קיין אינער­לעכן אינהאַלט. די צאָל למדנים איז געווען זייער קליין, ס׳רובֿ זײַנען געווען עם-הארצים, כאָטש יעדערער האָט זיך געסטאַרעט צו ווײַזן, אַז ער איז כּלומרשט אַ קענער און האָט ליב געהאַט שיטן מיט פּסוקים, אויס­רעדנדיק זיי מיט טעותים און ניט תּמיד צום אָרט. די רעליגיעזע אויפֿפֿירונג פֿון די קליין-רוסישע ייִדן האָט, וואָלט איך געזאָגט, געהאַט ווייניק צו טאָן מיט אַ שטענדיקן קאָנטאַקט מיטן אייבערשטן, וואָס איז געווען כאַראַקטעריש פֿאַר די ליטווישע מתנגדים. די פֿרומקייט זייערע איז געווען אַ קאַלטע, ניט קיין באַגײַסטערטע. זיי איז געווען ווייניק קלאָר דער באַטײַט פֿון די מינהגים און מיצוות, וואָס רעגולירן יעדן טראָט פֿון אַ ייִדן, אַזוי אַז גאַנץ אָפֿט האָט מען עס פֿאַר­קריפּלט. זיי האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר חסידים, אָבער ניט געווען קיין אָנהענגער פֿון אַ באַשטימטן צדיק, בעת די וואָלינער ייִדן זײַנען געווען גרייט צו גיין אין פֿײַער און וואַסער פֿאַרן אייגענעם צדיק. זיי האָבן ניט געהאַט אויך די חסידישע לעבנספֿרייד און מיסטישע שטימונג, וואָס מונטערט אונטער אַ מענטשן. הקיצור, זיי איז געווען פֿרעמד די הויכע פּאָעזיע אין רעליגיעזקייט, וועלכע טראָגט אַרײַן אַזוי פֿיל וואַרעמקייט אין אויספֿילן די קאָמפּליצירטע ריטואַלן. זיי האָבן ניט געפֿילט קיין נחת-רוח פֿון דינען דעם אייבערשטן.

גלײַכצײַטיק, האָבן די קליין-רוסישע ייִדן זיך ניט אַרומגעטראָגן מיט זייער עם-הארצות. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן אין משך פֿון זייער לעבן געפּרוּווט צו געפֿינען אַ וועג צו למדנות. מיט דעם דערקלערט זיך דער דרך-ארץ, וואָס די היגע ייִדן האָבן אַרויסגעוויזן צו מלמדים פֿון דער העכסטער מדרגה, דאָס הייסט די וואָס האָבן אין חדר געלערנט תּלמוד. קומען פֿלעגן זיי אַלע פֿון ליטע. מער פֿאַרמעגלעכע ייִדן האָבן זיך געגרויסט מיט דעם, וואָס מיט זייערע קינדער האָט געלערנט אַ באַזונדערער מלמד. ווי אַזאַ מלמד איז בשעתּו געווען אײַנ­גע­לאַדן דער זיידע פֿון מײַן מוטערס צד — דער ערשטער אין אונדזער משפּחה, וואָס האָט זיך באַזעצט אין פּאָלטאַווע. אַזוי האָט מען אויך מײַן פֿאָטער, ווען ער איז נאָך גע­ווען זייער יונג, געבראַכט פֿונעם שטעטל מיר, ווײַל ער האָט געהאַט דעם שם פֿון אַ גלענצנדיקן תּלמיד-חכם און האָט אין קורצן אַנטפּלעקט אַ גוטן פּעדאַגאָגישן טאַלאַנט. מײַן זיידע האָט געאַרבעט בײַ אַ רײַכן היגן שנײַדער, און מײַן פֿאָטער האָט געקנעלט תּלמוד מיט קינדער פֿון אַן אַנדער שנײַדער, אויך אַ רײַכן.

2.

נחום-מאיר שײַקע­וויטש (1846–1905) איז בעסער באַ­קאַנט ווי שמ״ר, דער פּאָ­פּולערסטער ייִדישער שרײַבער אין 19טן יאָר­הונדערט. מיט שמ״רס נאָמען פֿאַרבינדט מען בדרך-כּלל דעם בא­ַגריף פֿון "שונד-ליטעראַטור", דאָס הייסט, פֿון ווערק, וועלכע זײַנען אויסגערעכנט געוואָרן פֿאַר אַ וויי­ניק-געבילדעטן לייענער. די טענה איז אַזאַ: בעת די "הויכע ליטעראַטור" האָט געשטרעבט צו העכערן דעם קולטורעלן און פּאָליטישן ניוואָ פֿונעם עולם, האָט די "שונד-ליטעראַטור" געשטעלט פֿאַר זיך דעם ציל צו שאַפֿן אַ פֿאַרווײַלונג. אין דער אמתן, איז אָפֿט מאָל שווער דורכצופֿירן אַ קלאָרע גרענעץ צווישן דער "הויכער" און דער "נידעריקער" ליטעראַטור. אַזוי צי אַזוי, אָבער אויך אין שמ״רס פּראָזע קען מען געפֿינען ניט ווייניק אינטערעסאַנטע געדאַנקען און באַשרײַבונגען, וועלכע שפּיגלען אָפּ דעם מצבֿ פֿון זײַן תּקופֿה. דער ווײַטערדיקער אויסצוג איז גענומען פֿון זײַן ראָמאַן "האַלב מענטש האַלב אַפֿפֿע [מאַלפּע], אָדער וווּ זוכט מען דעם אמת", ווילנע, 1880.

די ליטוואַקעס האָבן שוין אַזאַ פֿינצטערן מזל, אַז איבעראַל רעכנט מען זיי פֿאַר שלעכ­טע פֿאַרדאָרבענע מענטשן. טאָמער טוט איין ליטוואַק אַ פֿאַלש[ע טוּונג], ווערן דער­פֿאַר אַלע ליטוואַקעס פֿאַרהאַסט. דאָס ביסל ייִדן פֿון דער ליטע האָבן דאָס זעלבע מזל פֿון די ייִדן אין אַלגעמיין. מיר ווייסן דאָך, אַז איבע­ראַל באַשולדיקט מען אַלע ייִדן צוליב איין פֿאַרדאָרבענעם מענטשן. אין פּוילן, בע­סאַראַביע, וואָלין איז דער ליט­וואַק שרעקלעך פֿאַרהאַסט, דערפֿאַר וואָס אין די לעצטע יאָרן האָבן זיך זייער פֿיל אָרע­מע ליטווישע ייִדן באַזעצט צווישן זיי און דאָס גליק האָט זיי דאָרט מיט זײַנע פֿליגל באַשאָטן. זייער פֿיל אָרעמע ליטוואַ­קעס וואָס זײַנען אַהין געקומען נאַקעט און באָרוועס זײַנען דאָרט רײַך געוואָרן און שפּילן גרויסע ראָלעס. און דאָס האָט דער­וועקט אַ שטאַרקע קינאה בײַ די באַשטענ­דיקע אײַנוווינער פֿון די קאַנטן, און זיי זוכן דאַרום פֿעלער אין אַלע ליטוואַקעס. האָט זיך געמאַכט, אַז איין ליטוואַק האָט מען געכאַפּט בײַ אַ גנבֿה, האָבן באַלד אַלע ליט­ווישע ייִדן באַקומען דעם נאָמען גנבֿים. האָט זיך געפֿונען איין כאַראַקטערלאָזער ליטוואַק, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט אַ צווייטער פֿרוי וואַרענד ער האָט די ערשטע ניט געגט, האָט מען באַלד געזאָגט, אַז אַלע ליטוואַקעס טוען אַזוי.

3.

ישׂראל-יהושע זינגער (1893–1944) נייטיקט זיך ניט אין קיין באַזונדערע פּרע­זענטאַציעס. דעם "פֿאָרווערטס"-לייענער איז ער בלי-ספֿק באַ­קאַנט ניט סתּם ווי דער עלטערער ברודער פֿון יצחק באַשעוויס-זינגער. זינגערס ליטעראַרישע קאַ­ריערע איז ענג פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס", וווּ עס זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט גע­וואָרן כּמעט אַלע ווערק זײַנע.

די "ליטוואַקישע פֿראַגע" אין די צײַטן נאָך גירוש-מאָסקווע האָט זיך בולט אָפּגעשפּיגלט אין זינגערס ראָמאַן "די ברידער אַשכּנזי", ווי מע זעט עס אין דעם ווײַטערדיקן פֿראַגמענט:

די מאָסקווער ייִדן זײַנען אין די טויזנטער אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿון שטאָט צוזאַמען מיט זייערע ווײַבער, קינדער און געשעפֿטן. טייל פֿון זיי זײַנען געפֿאָרן קיין אַמעריקע. אָבער די מערהייט איז געפֿאָרן נעענטער, אין אייגענעם לאַנד, אין פּוילן, קיין וואַרשע, און נאָך מער קיין לאָדזש, אין דער שטאָט פֿון אינדוסטריע און האַנדל.

מיט אַ סך מעבלען, בעטגעוואַנט, שבת­דיקע לײַכטער, אײַזערנע קאַסעס, גרויסע סאַמאָוואַרן און רוסישע "שטשאָטס" [רעכנ­ביינדלעך] צו רעכענען, זײַנען זיי קיין לאָדזש געקומען און זיך באַזעצט אין דער האַנדלסגעגנט [...]. גלײַך האָבן זיי גע­שעפֿטן, אַגענטורן, קאָמיסיאָן-הײַזער פֿאַר­לייגט און אַ סך רוסישע סוחרים אין דער פּוילישער שטאָט אַרײַן, אַראָפּגעצויגן. אין שטאָט איז באַלד ענג געוואָרן פֿון די נײַע, פֿרעמדע לײַט, וואָס די לאָדזשער האָבן זיי גערופֿן "ליטוואַקעס". זיי האָבן אָפּגעדונגען אַ סך וווינונגען, אויסגעדונגען די גרעסטע געוועלבער. ברייטע, געוווינט צו מאָסקווער רחבֿות, צו וואַרפֿן מיט אַ רובל, האָבן זיי אַוועק­געזעצט זיך אין די בעסטע הײַזער, פֿאַר­לייגט געשעפֿטן אין די אָנגעזעענסטע געוועלבער. דערפֿון איז געוואָרן אַ יקרות אויף דירות, אַן אויסכאַפּעניש אויף געוועל­בער. אויך האָבן די ווײַבער זייערע זיך נישט געדונגען אין די שפּײַז-קרעמלעך, נישט געקאַרגט אויף די פֿיש-מערק און אין די יאַטקעס. גענומען האָבן זיי אַלץ אַ סך. די קרעמער, קצבֿים און די פֿישערקעס זײַנען דעריבער שטאַרק צעלאָזן געוואָרן, גע­קריגן געשמדטע העלדזער און גאָר מיט קיין היי­מישער באַלעבאָסטע קיין גוט וואָרט נישט געוואָלט אויסרעדן. דאָס האָט די לאָדזשער זייער בייז געמאַכט אויף די פֿרעמדע.

נאָך מער האָט פֿאַרדראָסן זייער גוייִש­קייט, וואָס זיי האָבן מיטגעבראַכט מיט זיך. אויף די ייִדישע גאַסן האָבן זיך איצט אָפֿט ייִנגלעך אין מונדירן מיט גאָלדענע קנעפּ געוויזן, מיידלעך מיט ברוינע גימנאַזיע-קליידלעך. גערעדט האָבן זיי אַ פֿרעמדע שפּראַך, רוסיש, גאָר ווי די פּאָליציי-לײַט און די אָפֿיצירן. לאָדזשער ייִנגלעך האָבן זיי נאָכגעקוקט מיט שׂינאה, ווײַל די פֿרעמ­דע האָבן מיט זיי קיין איין וואָרט נישט אויסגערעדט. אָבער צוזאַמען מיט דער שׂינאה איז געוואַקסן אַ קינאה צו די פֿרעמ­דע, צו זייערע גאָלדענע קנעפּ און בלויע מונדירן. טאַטעס האָבן נישט געלאָזט זייערע ייִנגלעך נאָכקוקן די פֿרעמדע.

— גויים וועלן זיי אויסוואַקסן, — האָבן זיי געזאָגט, — גלײַך צו דער שמד...

אָבער אַפֿילו די עלטערן, וואָס האָבן גערעדט ייִדיש און געגאַנגען דאַוונען, האָבן די לאָדזשער ייִדן נישט געהאַלטן בעסער פֿאַר זייערע זין מיט די גאָלדענע קנעפּ. דער ייִדיש זייערער איז געווען פֿרעמד, אומ­פֿאַרשטענדלעך, איבערהויפּט ווען זיי האָבן גערעדט גיך. זייער דאַוונען און לערנען האָט נישט געהאַט קיין טעם און קיין ריח. אין די לאָדזשער שולן און בתּי-מדרשים איז זייער ענג געוואָרן פֿון די פֿרעמדע. מען האָט געמוזט דאַוונען אין דער פֿרי פֿון פֿאַרטאָג אָן ביז שפּעט אין טאָג אַרײַן. ווי נאָר די לעצטע מנינים האָבן פֿאַרענדיקט זייער שחרית, האָבן שוין אַנדערע ייִדן אָנ­געהויבן דאַוונען מנחה. די ייִנגלעך מיט די פּאהלעך, וואָס זײַנען מיטגעקומען מיט די טאַטעס צו מנחה-מעריבֿ, האָבן גאָרנישט געוואָלט אַרײַנקוקן אין די סידורים, נאָר געריסן די אויגן צו די פֿרעמדע מענטשן, וואָס האָבן זיך אין די בתּי-תּפֿילה געוויזן. איבערהויפּט האָבן זיי געקוקט מיט חידוש און מיט אויפֿגעריסענע אויגן, ווען די פֿרעמדע האָבן געזאָגט קדיש.

— נו, אָ, אָמן! — האָבן זיי די טאַטעס דערמאָנט. — נו, אָ!

מאָדנע ייִדן זײַנען דאָס געווען, אַזעלכע, צו וועלכע מען איז אין פּוילן גאָרנישט געוווינט געווען. די עלטערע פֿון זיי האָבן אַפֿילו געטראָגן בערד, אָבער די קאַפּאָטעס זייערע זײַנען געווען קורצע, גוייִשע, אַזוי אויך זייערע קאַפּעליושן אויף די קעפּ. די יונגע זײַנען געווען געגאָלט, מיט שוואַרצע לאַטעס אויף די באַקן פֿון דעם נישט-אָפֿטן ראַזירן, מיט האַרטע קאַפּעליושן אויף די קעפּ, אָדער אין ברייטע שטרויענע פּאַנאַמעס. בײַם דאַוונען האָבן זיי זיך נישט געשאָקלט, ווי די פּוילישע ייִדן, נישט געוואָרפֿן זיך, נאָר געשטאַנען גלײַך, ווי די סטרונעס. אָמן האָבן זיי נאָכגעזאָגט שאַרף הויך. נאָך שאַר­פֿער האָבן זיי געזאָגט קדיש, וואָרט בײַ וואָרט, דערבײַ האָבן זיי אַרויסגערעדט די ווער­טער גאָרנישט ווי אַלע ייִדן, כּמעט נישט צו פֿאַרשטיין. די לאָדזשער בית-המדרש-ייִדן האָבן געקוקט קרום אויף די דאָזיקע פֿרעמדע לײַט. זיי האָבן נישט געליטן [נישט געקענט פֿאַרלײַדן] סײַ זייער גוייִשן הילוך, סײַ זייער האַרטן דאַוונען, סײַ זייער לאַנגזאַמען קדיש-זאָגן. זיי האָבן נישט שטאַרק געגלייבט אין דער פּעולה, וואָס אַזאַ קדיש קאָן האָבן פֿאַר די ניפֿטרים, די עלטערן פֿון אָט די קדיש-זאָגער, מסתּמא פּונקט אַזעלכע גוייִשע ווי זייערע קינדער, וואָס זיי האָבן געלאָזן. זיי זײַנען נישט געווען גאַנץ זיכער, צי מען דאַרף נאָכזאָגן אָמן נאָך אַזעלכע קדישים. און דערפֿאַר האָבן זיי טאַקע געזאָגט דעם אָמן מיט אַ האַלב מויל, אויף יוצא צו זײַן בלויז. נאָך גרעסער איז געווען דער וווּנדער סײַ פֿון די ייִנגלעך, סײַ פֿון זייערע טאַטעס, ווען נאָך מעריבֿ האָבן די עלטערע פֿרעמדע לײַט אַרויסגענומען גמראס פֿון די פֿאַכן, אָנגעטריפֿט ליכט אויף די טישן און גענומען לערנען גמרא הויך, אויפֿן קול, וואָרט בײַ וואָרט, און מיט עפּעס אַ פֿרעמדן ניגון, וואָס אין פּוילן הערט מען גאָרנישט אַזעלכן.

— זע, — האָבן ייִדן צו זיך געזאָגט מיט חידוש, — זיי לערנען דאָך גמרא!

דאָס האָט נאָך מער אָפּגעשראָקן, ווי די תּורה פֿון מיסיאָנערן. דערצו האָבן די פּוילישע ייִדן גלײַך גענומען דערציילן ניסים וועגן דער געוואַלטיקער בריהשקייט און חכמה פֿון די פֿרעמדע. ווי די ציגײַנער, אַזוי זײַנען זיי. ווי אַ רוח, קאָן יעדער פֿון זיי מיט די אויגן פֿאַרדרייען, און מען דאַרף זיך היטן פֿאַר זיי ווי פֿאַר שדים. און ייִדן האָבן פֿון זיי געווייכט, אָפּגערוקט זיך פֿון זיי, נישט געוואָלט שטיין אין זייערע ד׳ אמות. נגידישע חסידים האָבן זיך אַרויסגעצויגן פֿון הײַזער, וווּ אַ ליטוואַק האָט זיך אַרײַנ­גע­צויגן. פֿרומע ייִדן האָבן נישט גערן פֿאַר­רעכנט אַ ליטוואַק צום מנין אין אַ שולכל, ווען מען האָט געדאַרפֿט אַרײַנכאַפּן אַ צענטן צו אַ קדיש. ווײַבער אין די הויפֿן האָבן אויסגעמיטן צו לײַען אַ כּלי צו אַ ליט­וואַטש­קע, נישט געווען גענוג זיכער מיט זייער כּשרות און האַלטן אָפּגעזונדערט מיל­כיקס פֿון פֿליישיקס. פּונקט אַזוי האָבן זיי אויסגעמיטן צו שטעלן טשאָלנט אין אַן אויוון, וווּ אַ ליטוואַטשקע שטעלט אַרײַן איר טשאָלנט-טאָפּ. חדר-ייִנגלעך האָבן נישט אויפֿגעהערט נאָכשרײַען און זינגען:

"ליטוואַק חזיר, טשו, טשו, טשו,
לייג דעך אין דר׳ערד אַרײַן,
ליו, ליו, ליו!..."

צווישן די סוחרים האָט מען מיט די נײַע געמאַכט געשעפֿט. זיי האָבן אַ סך קאַנט­שאַפֿט געהאַט, די פֿרעמדע, אין די רוסישע שטעט. צו האַרבסט און פֿרילינג זײַנען פֿיל ברייט-הויזנדיקע און ברייט-בער­דיקע רוסישע סוחרים געקומען צו זיי און מאַסן סחורות אײַנגעקויפֿט אין שטאָט. אין די גרויסע דירות זייערע זײַנען שטענ­דיק געשטאַנען זודנדיקע סאַמאָוואַרן און אײַנגעמאַכטס. רוסישע סוחרים, קאָמיסיאָ­נערן און וואָיאַזשאָרן זײַנען געזעסן אַרום די גרויסע טישן, געשוויצט בײַ דער פֿולער טיי, גענאַשט אײַנגעמאַכטס, געקנאַקט דאַ­רע גריוון, געשפּילט אין קאָרטן און גע­מיסחרט און געחשבונט. מאַסן פֿון די פֿרעמ­דע זײַנען אַרומגעפֿאָרן איבער די גרויס-גו­בער­ניעס, אָנגעשפּאַרט אין ווײַטן מיזרח, פֿאַר­קראָכן ביז כינע, ביז פּערסיע, און פֿאַר­שפּרייט לאָדזשער סחורה. לאָדזש האָט גוטע געשעפֿטן געמאַכט זינט די פֿרעמ­דע זײַנען דאָ אָנגעקומען. מען האָט מיט זיי געהאַנדלט, אָבער נאָענט מיט זיי איז מען נישט געוואָרן, זעלטן אַ ליטוואַק אין שטוב אײַנגעלאַדן, אויסגעמיטן זיי ווי די גויים. טאַטעס האָבן געהיט טעכטער, זיי זאָלן זיך אין קיין מחזקות מיט קיין ליטוואַק נישט אַרײַנלאָזן. פּונקט אַזוי האָבן זיך די ליטוואַקעס געהאַלטן אָפּגעזונדערט פֿון די פּוילישע, געקוקט אויף זיי מיט פֿאַרדאַכטונג, געלאַכט פֿון זייער זינגענדיקער אויסגע­צויגענער שפּראַך, וואָס זיי האָבן נישט פֿאַר­שטאַנען, פֿון זייערע קאַפּאָטעס און היטעלעך.

— אײַ ווײַ מיער, — האָבן זיי נאָכגעשפּאָט, — גי מיר אַ פֿאַרציקער!

דאָס האָבן זיי געשפּאָט פֿון די פּוילישע, וואָס רעכענען נישט אויף קאָפּיקעס, ווי אין רוסלאַנד, נאָר אויף גראָשנס, און אַ צוואַנציקער-קאָפּיקע רופֿן זיי אַ פֿאַרציקער.

נאָך גרעסער איז געוואָרן די שׂינאה צו די פֿרעמדע, ווען נאָך די רײַכע מאָסקווער לײַט האָבן אָנגעהויבן אָנקומען יונגעלײַטלעך, פֿון ליטווישע שטעט און שטעטלעך, צו פֿאַרדינען אַ רובל אין פּוילן.

פּונקט ווי די מאָסקווער זײַנען געווען ברייט, זײַנען די ליטווישע יונגעלײַטלעך און בחורים געווען קאַרג, אָרעם, אויסגעדאַרט. זיי האָבן מיטגעבראַכט מיט זיך אין די פּוילישע שטעט בלויז אַ טשײַניק אויף קאָכן טיי און אַ גאָל-מעסער צו גאָלן די בערד פֿון פֿרײַטיק צו פֿרײַטיק. זיי האָבן געהאַנדלט מיט אַלעם, וואָס נאָר עס האָט זיך געלאָזט; מיט נאָדלען, שיך-בענדלעך, זייף, ביליקע שיך. זיי האָבן אויסגעקויפֿט אין די פֿאַבריקן יעדער פּסולת, יעדער צוגעברענטע סחורה, יעדער "בראַק", און פֿאַרקויפֿט עס אין די גאַסן, שרײַענדיק מיט שאַרפֿע ליטווישע קולות פֿון פֿאַרטאָג ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן.

די אָרעמע לאָדזשער ווײַבער האָבן זיי פֿאַרדונגען וווינונגען, בײַ זיך אָפּגעטראָטן אַ ווינקל אין קיך, אַ בעטל אויף איבערנעכטיקן. אָבער קיין נחת פֿון זיי האָבן זיי נישט געהאַט. קאַרגע, אָרעמע, אויסגערעכנטע צו זאַמלען וואָס מער אַ קאָפּיקע, כּדי פֿאַר די ערשטע פּאָר רובל אַליין זיך נעמען צו אַ מיסחר און אַרויפֿאַרבעטן זיך, האָבן זיי געלעבט מיט ברויט און הערינג. זיי האָבן אָפּגעפּטרט זייערע טעג מיט אַ קנאָבל, אַ ציבעלע, אַ זויערע אוגערקע.

זיי האָבן געקוקט מיט חידוש אויף די פּוילישע פֿרעסער, וואָס יעדן טאָג עסן זיי פֿלייש; זיי האָבן געעפֿנט גרויסע אויגן יעדן פֿרײַטיק, ווען זיי האָבן געזען, ווי די אָרעמע ווײַבער בראָטן גענדז אויף שבת און באַקן אָן גרויסע בלעכן מיט קוכנס. זיי האָבן נישט פֿאַרשטאַנען די פּוילישע ייִדן, וואָס גייען אין די רעסטאָראַנען טרינקען ביר און פֿאַרבײַסן מיט אַרבעס, ווי זיי מאַכן אָפֿטע שנאַפּסן ביי די בופֿעטן און פֿאַרבײַסן מיט געהאַקטע לעבערלעך. עס האָט זיך גאָרנישט געלייגט זיי אין די ליטווישע קעפּ, אַז דערוואַקסענע מענטשן, ייִדן דערצו, זאָלן אַזאַ זאַך טאָן, אַזוי זיך אויסברענגען. און גאָר צו לאַכן האָט זיי געמאַכט, ווען זיי האָבן געזען, ווי ווײַבער אין די יאָרן גייען אַרײַן אין אַ צוקערניע און קויפֿן זיך שאָקאָלאַד אָדער אַ געפֿילט קיכל.

— פּוילישע נאַשערס, — האָבן זיי געזאָגט, — ווילדע מענטשן.

— ליטווישע קנאָבל-פֿרעסער, — האָבן זיי די פּוילישע אָפּגעזידלט, — באָרשט מיט הערינג...

דערצו האָבן זיי קיינער נישט געוואָלט גיין אַרבעטן אין די וועבערײַען. דאָס, האָבן זיי געהאַלטן, איז פֿאַר די פּוילישע, פֿאַר די אײַנגעזעסענע. זיי האָבן בעסער גע­האַנדלט, געוואַנדלט און זייער שנעל זיך אַרויפֿ­געאַרבעט. אויך האָבן זיי אַלע ערטער אין די געשעפֿטן און אין די פֿאַבריקן פֿאַרנומען. חסידים אַליין האָבן זיי אַרײַנגענומען צוליב דעם רוסיש, וואָס זיי רעדן, און פֿאַר דער בוכהאַלטעריע, וואָס זיי פֿירן. און וואָס האָט מער פֿאַרדראָסן די אָרעמע ווײַבער, איז געווען דאָס, וואָס זיי האָבן בלויז געשטיפֿט מיט די טעכטער זייערע, נאָר אַז עס איז געקומען צו אַ תּכלית, האָבן זיי פֿון די פּוילישע מיידלעך נישט געוואָלט הערן און אויסגעשריבן זיך אייגענע ליטוואַטשעקס פֿון די שטעטלעך, מיידן האַרטע און נישט-פֿאַרפּוצטע, גאָרנישט ענלעך צו די צע­פּיעשטשעטע לאָדזשער טעכטער.

זיי האָבן גיך אײַנגענומען די שטאָט, די פֿרעמדע. פֿריִער האָבן זיי פֿאַרנומען אַ הויף. די לאָדזשער נגידישע ייִדן האָבן גלײַך זיך אַרויסגעצויגן פֿון זייערע דירות. וואָרעם די פֿרעמדע האָבן זיך אין די בלויזע קעפּ אויף די באַלקאָנען אַרויסגעזעצט, מיט די ווײַבער זייערע געלאַכט, רוסישע לידער געזונגען און מיט דעם רויך פֿון די סאַמאָוואַרן דעם הויף פֿאַרקאָפּטשעט. אין מיטן די שבתדיקע זמירות האָבן זיי זיך מיט זייערע גוייִשע לידער אַרײַנגעריסן. די קינדער זייערע אויף די הויפֿן האָבן פֿון די ייִנגלעך מיט די פּאהלעך געלאַכט, "טשמײַער" נאָכגעשריגן, און ייִדן נגידים האָבן זיך אַרויסגעצויגן פֿון די הײַזער און אַריבערגעקליבן זיך אין די ווײַטערע גאַסן, אין די היימישע און אייגענע. גלײַך אויף זייער אָרט האָבן זיך די ליטוואַקעס באַזעצט. נאָך די הויפֿן האָבן זיי גענומען פֿאַרכאַפּן די גאַסן, טרײַבנדיק די פּוילישע אַלץ ווײַטער און ווײַטער.

אין גיכן זײַנען זיי געוואָרן באַלעבאַטים פֿון לאָדזש. זיי האָבן זיך אויסגעבויט שולן אייגענע, וווּ זיי האָבן געדאַוונט מיט זייערע ניגונים און מינהגים; זיי האָבן געמאַכט זיך חדרים, שולן, וווּ די מלמדים זײַנען געגאַנגען מיט געשוירענע בערד און געלערנט אַ סך לשון-קודש און פֿרעמדע לערעס. און אַז עס איז געקומען צו נעמען אין שטאָט אַ רבֿ, האָבן זיי אַרויסגעשטעלט אַן אייגענעם, אַ ליטוואַק און אַ רוסיש-רעדער.

4.

נאָך איין סוזשעט, פֿאַרבונדן מיט דער באַציִונג צו ליטוואַקעס אין פּוילן, געפֿינען מיר אין די ערשטע זײַטלעך פֿון י. י. זינגערס ראָמאַן "די משפּחה קאַרנאָווסקי":

וועגן די קאַרנאָווסקיס פֿון גרויס-פּוילן האָט מען געוווּסט, אַז זיי זײַנען עקשנים און צולהכעיסניקעס, אָבער דערפֿאַר לומדים און קענערס, ממש אײַזערנע קעפּ.

[...]

גלײַך דעם ערשטן שבת נאָך דער חתונה, צום שול-פֿירן, האָט דער פֿרעמדער גבֿי­רי­שער איידעם פֿאַרטשעפּעט זיך מיטן רבֿ און מיט די שענסטע באַלעבאַטים פֿון שטאָט.

כאָטש אַליין אַ גרויס-פּוילישער, האָט דוד קאַרנאָווסקי, אַ בעל-דיקדוק און לשון-קודש-קענער, געזאָגט דאָס קאַפּיטל ישעיה פֿון דער הפֿטורה מיט דער ליטווישער אויס­שפּראַך און מיט צופֿיל משׂכּילישן דיקדוק, וואָס איז די חסידישע ייִדן אין בית-המדרש נישט געווען איבעריק צום האַרצן. נאָכן דאַוונען האָט דער רבֿ געגעבן לײַטיש צו פֿאַרשטיין דעם פֿרעמדן יונגנמאַן, אַז בײַ אים אין מעלניץ האַלט מען נישט שטאַרק פֿון אָט דעם מין ליטוויש-מתנגדישן לשון-קודש.

— פֿאַרשטייסט, יונגערמאַן, האָט דער רבֿ געזאָגט אין אַ קאַטאָוועס, — מיר האַלטן נישט, אַז ישעיה הנבֿיא איז געווען אַ ליט­וואַק און אַוודאי נישט קיין מתנגד.

— פּונקט פֿאַרקערט, רבֿ, — האָט דוד קאַרנאָווסקי געענטפֿערט, — איך וועל אײַך אויפֿווײַזן, אַז ער איז יאָ געווען אַ ליטוואַק און אַ מתנגד.

— וואָס איז די ראיה, יונגערמאַן? — האָט געפֿרעגט דער רבֿ, אַרומגערינגלט פֿון די שענסטע באַלעבאַטים, וואָס האָבן זיך צו­געהערט מיט נײַגעריקייט צו דער מלחמה צווישן אים און דעם פֿרעמדן למדן.

— פּשוט, רבֿ, — האָט דוד קאַרנאָווסקי געענטפֿערט, — ווען ישעיה הנבֿיא וואָלט געווען אַ פּוילישער און אַ חסיד, וואָלט ער נישט געקענט קיין דיקדוק און וואָלט גע­שריבן לשון-קודש מיט גרײַזן, ווי אַלע גוטע ייִדן און חסידישע רבנים.

אויף אַזאַ אָפּשניט מצד אַ יונגנמאַנטשיק, און נאָך דערצו פֿאַר אַלע באַלעבאַטים אין די אויגן, האָט זיך דער רבֿ גאָרנישט גע­ריכט. פֿון גרויס צעטראָגנקייט, וואָס דער פֿרעמ­דער האָט אים אַזוי אויסגעשטעלט צום נאַר פֿאַר זײַן עדה, האָט ער גענומען שטאַמ­לען, זאָגן עפּעס צוריק, אָבער די רייד האָבן זיך בײַ אים נישט געקלעפּט, וואָס האָט אים נאָך מער צעטראָגן. דוד קאַר­נאָווסקי האָט געקוקט מיט חוזק אויפֿן פֿאַר­שעמטן רבֿ. די גאַנצע קאַרנאָווסקישע עקשנות און צולהכעיסדיקייט איז געלעגן אויף זײַן שטאַרקער נאָז, וואָס איז געווען צו גרויס פֿאַר זײַן יונג, ברוין, ביינערדיק פּנים.

פֿון דעמאָלט אָן האָט דער רבֿ פֿאַרן פֿרעמדן מורא געהאַט. די באַלעבאַטים אויף דער מיזרח-וואַנט, וואָס זײַנען געשטאַנען לעבן אים און זײַן שווער, האָבן געווויגן יעדעס וואָרט, וואָס זיי האָבן אויסגערעדט מיט אים. אָבער אַז אין איינעם אַ שבת האָט דער פֿרעמדער אַרײַנגעבראַכט אַפּיקורסות אין בית-המדרש, האָבן דער רבֿ און די באַלעבאַטים מער קיין מורא נישט געהאַט און אַרויס קעגן אים אָפֿן אין מלחמה.

עס איז געווען בײַם לייענען די תּורה, ווען ייִדן האָבן אויסגעדרייט די קעפּ פֿון מיזרח צום באַלעמער און נאָכגעזאָגט שטילערהייט אין די חומשים דעם שטאָטישן בעל-קורא. דוד קאַרנאָווסקי מיטן נײַעם טלית, נישט פֿאַרלייגט אויפֿן קאָפּ, נאָר אויף די אַקסלען, מעשׂה-מתנגד, האָט אויך אַרײַנגעקוקט אין זײַן חומש. פּלוצלונג איז אים דאָס חומש אַרויסגעפֿאַלן פֿון די הענט. ער האָט זיך געלאַסן אַראָפּגעבויגן, כּדי אויפֿצוהויבן עס. אָבער זײַנער אַ שכן פֿון דער מיזרח-וואַנט, אַ ייִד פֿון בלויז טלית און באָרד, האָט זיך געפֿעדערט צו טאָן אַ מיצווה. גיך האָט ער אַ קוש געטאָן דאָס אויפֿגעעפֿנטע חומש, איבערצובעטן עס דערפֿאַר, וואָס מען האָט עס אַראָפּגעלאָזט, און ער איז גרייט געווען עס אַוועקצוגעבן דעם גבֿירישן איידעם. אָבער אין דער רגע האָט זיך דער ייִד געכאַפּט, אַז ער האָט אַ קוש געטאָן אין ווערטער, וואָס ער האָט נאָך קיין מאָל אַזעלכע נישט געזען אין קיין חומש. נישט עס איז געווען לשון-קודש, נישט עבֿרי-טײַטש. דוד קאַרנאָווסקי האָט אויסגעשטרעקט די האַנט נאָכן חומש זײַנעם. אָבער דער ייִד, וואָס איז געווען בלויז טלית און באָרד, האָט זיך נישט געאײַלט אים עס אַוועקצוגעבן. אַנשטאָט אָפּגעבן עס דעם גבֿירישן איידעם, האָט ער עס בעסער צוגעטראָגן צום רבֿ, ער זאָל אַרײַנקוקן דערין. דער רבֿ האָט גיך אַ קוק געטאָן אין די ווערטער, אויסגעמישט דאָס שער-בלעטל און איז רויט געוואָרן פֿון שרעק און איבערראַשונג.

— משה מענדעלסאָנס חומש — האָט ער גענומען שרײַען און שפּײַען — משה דע­סערס [ד״ה. דעם פּאַטשקערײַ-מאַכער] "ביאור", חלול-השם!