|
די זינגערין יעל כּהן |
|
דער חודש יוני איז געווען אַ פֿרוכפּערדיקער אויף אינטערעסאַנטע קולטורעלע אונטערנעמונגען, איך וויל זיך אָבער אָפּשטעלן בלוי אויף דרײַ פֿון זיי: די פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַ בוך; גראַדויִר־קאָנצערט פֿון יאל כּהן און דעם באַזוך פֿון דניאל גלאַי.
דאָס נײַע און לעצטע בוך פֿונעם אָנגעזעענעם היסטאָריקער אין מאָלדאָווע, ד״ר יעקבֿ קאָפּאַנסקי הייסט "די ייִדישע נאַציאָנאַלע באַוועגונג אין בעסאַראַביע צווישן ביידע וועלט־מלחמות (1918־1940).
" דאָס בוך, שוין דאָס 14טע בײַם געלערנטן, איז אַ פֿונדאַמענטאַלע אַקאַדעמישע אַרבעט, וואָס דער מחבֿר אַליין האָט נישט באַוויזן צו זען. די לעצטע פּאַראַגראַפֿן פֿונעם 2טן קאַפּיטל, ווי אויך דעם "אַרײַנפֿיר" און "אויספֿיר" האָבן אָנגעשריבן זײַנע קאָלעגן ל. מאָסיאָנזשיק און יע. מאַקסימענקאָ. אַ סך כּוח, אַז דאָס בוך זאָל דערזען די ליכטיקע שײַן, האָט צוגעלייגט די אַלמנה, זײַן געטרײַע באַהעלפֿערין, לאַריסע קאָפּאַנסקי. די צאָל ביכער גרייכט 500 קאָפּיעס און איז דערשינען אונטערן דאַך פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר קולטור־ירושה בײַ דער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿט אין מאָלדאָווע.
אין דער נאָטיץ "די צײַט געוועלטיקט איבער אונדז", געווידמעט דעם אָנדענק פֿון יעקבֿ קאָפּאַנסקי, גיט איבער דער אַקאַדעמיקער ק. פּאָפּאָוויטש זעלטענע פּרטים וועגן דעם פֿאַרשטאָרבענעם געלערנטן, זײַן אַקאַדעמישער טעטיקייט, שטריכן פֿון זײַן נאַטור. דאָס בוך איז געבויט אויף אַ ברייטן דאָקומענטאַרן מאַטעריאַל און שילדערט אַ וויכטיק קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿונעם בעסאַראַבער ייִדנטום, ביז אַהער כּמעט נישט קיין באַוווּסטן.
בעת דער פּרעזענטאַציע פֿונעם בוך זײַנען אויפֿגעטראָטן פֿאָרשטייער פֿון דער מאָלדאַווישער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע און אייניקע אַקטיוויסטן פֿון דער ייִדישער קהילה. באַזונדערס וואָלט זיך געוואָלט אויסטיילן דעם אויפֿטריט פֿון ד״ר ריטע קליינמאַן, וואָס איצט פֿירט זי אָן מיטן אָפּטייל, וואָס בראָש אים איז געשטאַנען ד״ר קאָפּאַנסקי. "צו אַרבעטן צוזאַמען מיט ד״ר קאָפּאַנסקי איז געווען אַ מתּנה, צוגעשיקט פֿונעם גורל" — אַזוי האָט זי אָפּגעשאַצט זייער מיטאַרבעט. דאָס לעצטע בוך זײַנס האָט זיך געשאַפֿן פֿאַר אירע אויגן, און דאָס אַרומרעדן פֿאַרשידענע טעמעס אין א חבֿרישן קרײַז איז געווען ממש אַ "גײַסטיקע סעודה" פֿאַר אַלעמען. די מיטאַרבעטער, פֿלעגן בשעת דער אַרבעט זיך דערוויסן פֿונעם מחבר ביז גאָר אינטערעסאַנטע מאָמענטן אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן לעבן אין בעסאַראַביע, וועגן די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און פּאַרטייען, זייערע קאָמפּליצירטע צווישן־באַציִונגען. קליינמאַן האָט באַזונדערס אויסגעטיילט פֿונעם בוך דאָס קאַפּיטל וועגן דעם טראַגישן לעבן פֿונעם ייִדישן עסקן יעקבֿ בערנשטיין־כּהן. זײַענדיק צווישן די ערשטע ציוניסטישע טוער אין בעסאַראַביע און בכלל אין דער באַוועגונג, איז ער, קומענדיק קיין ארץ־ישׂראל, געבליבן פֿאַררוקט אין אַ זײַט און פֿאַרגעסן געוואָרן. קליינמאַן האָט באַטאָנט, אַז די ייִדן אין מאָלדאָווע בכלל און די ייִדישע וויסנשאַפֿט בפֿרט האָבן פֿאַרלוירן אַ וויכטיקע פּערזענלעכקייט, וואָס צו פֿאַרבײַטן אים איז אוממעגלעך.
|
דניאל גלאַי און סערגאָ בענגעלסדאָרף |
|
די צווייטע אונטערנעמונג אין יוני איז פֿאַרבונדן מיט דער ישׂראל־זינגערין יעל כּהן. איך האָב שוין עטלעכע מאָל דערמאָנט איר נאָמען אין מײַנע פֿריִערדיקע רעפּאָרטאַזשן, ווײַל יעל איז באמת געווען אַקטיוו אין דער ייִדישער קאָנצערט־אַרבעט פֿון דער שטאָט. געבוירן געוואָרן און געוואַקסן אין ישׂראל, איז זי געקומען זיך לערנען קיין קעשענעוו אין דער מוזיק־אַקאַדעמיע, און דאָ אפּגעוווינט פֿינף יאָר, שטודירנדיק וואָקאַל. בײַ מיר האָט זי זיך געלערנט צו זינגען קאַמער־מוזיק. במשך פֿון דער צײַט האָט זי אויסגעלערנט אַ סך רוסישע ראָמאַנסן, ווערק פֿון מערבֿדיקע קאָמפּאָזיטאָרן. קיין שטאַרקע שטים האָט זי נישט, אָבער איר אײַנגעבוירענע מוזיקאַלישקייט און אַנטוויקלטער געשמאַק האָבן דערמעגלעכט יאל צו באַהערשן די קונסט פֿון קאַמער־וואָקאַל. זי האָט נישט נאָר ליב באַקומען די ייִדישע לידער, נאָר אויך געלערנט בײַ מיר די שפּראַך. "איר זײַט געוואָרן אַ טייל פֿון אונדזער משפּחה" — האָט איר געזאָגט בײַם געזעגענונג־אָוונט דער שטעל־פֿאַרטרעטער בײַם דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן קולטור־צענטער, מיכאל פֿינקעל. — "מיר ווינטשן אײַך צו האָבן אין ישׂראל גרויס דערפֿאָלג; און פֿאַרגעסט נישט, אַז אין מאָלדאָווע האָט איר אַ צווייטע היים!".
דער ישׂראל־קאָמפּאָזיטאָר און ייִדישער פּאָעט דניאל גלאַי איז אין קעשענעוו צום ערשטן מאָל. לויט דער פֿאַרבעטונג פֿונעם מאָלדאַווישן קאָמפּאָזיטאָר־פֿאַראיין איז ער געקומען קיין מאָלדאָווע נישט מיט די ליידיקע הענט. אינעם שלוס־קאָנצערט, דורכגעפֿירט אין די ראַמען פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל פֿון מאָדערנער מוזיק, איז אין דער פֿילהאַרמאָניע אויסגעפֿירט געוואָרן גלאַיס דריטע סימפֿאָניע. אָנגעפֿירט האָט מיטן סימפֿאָנישן אָרקעסטער דער דיריגענט געאָרגי מוסטיאַ.
דניאל גלאַי האָט אויך באַזוכט דעם ייִדישן קולטור־צענטער, וווּ ער האָט זיך באַגעגנט מיט די מיטגלידער פֿונעם ייִדיש־קלוב "מאַמע־לשון". גלאַי האָט דערציילט דעם עולם וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן. די ליבהאָבער פֿון ייִדיש האָבן געהאַט די געלעגנהייט צו הערן זײַן נײַעם קאָמפּאַקטל מיט זײַן ליטעראַטור־מוזיקאַלישער קאָמפּאָזיציע "איז ער נאָך אַ לעבעדיקער?", אויפֿן סוזשעט פֿונעם ייִדישן ישׂראל־שרײַבער צבֿי כּנר.
צום סוף פֿון דער באַגעגעניש האָט גלאַי באַטאָנט, אַז ער איז גליקלעך געווען צו פֿאַרברענגען מיט די בעסאַראַבער ייִדן; זיך באַקענען מיטן אור־אייניקל פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, דער מוזיקאָלאָגין יעלענאַ אַבראַמאָוויטש; מיט דער אַלמנה פֿונעם ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן, מאַרינע. וועגן קעשענעוו און בעסאַראַביע איז אים נישט איין מאָל אויסגעקומען צו הערן אין אַרגענטינע, אין דער היים פֿון זײַנע עלטערן. נאָך אַלעמען האָט דער גאַסט מכבד געווען דעם עולם מיט עטלעכע זײַנע באַאַרבעטונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקס־לידער פֿאַר דער פּיאַנע.