‫פֿון רעדאַקציע

מע האָט אַ מאָל צונויפֿגעשטוקעוועט אַזאַ וואָרט: "מאה-דעה", און עס אַרײַנגעשטעלט אין דעם "ייִדיש-ענגלישן ווערטערבוך" מיטן טײַטש the Establishment. אָבער קיין אויסכאַפּעניש איז אויף דעם וואָרט קיין מאָל ניט געווען, ווײַל, ערשטנס, איז עס ניט קיין טאָג-טעגלעכער באַגריף און, צווייטנס, האָבן, בכלל, נאָר געציילטע קינסטלעך-אויסגעאַרבעטע ווערטער דאָס מזל פֿון פֿאַרפֿעסטיקן זיך אין דער שפּראַך.

קינאָ
פֿון רעכטס: דזשאָרדאַן געלבער, קאַראַלין גרובער, סינדי קאַץ, נאַטאַשאַ ליִאָן

דער בריטישער פֿילם־רעזשיסאָר און דראַמאַטורג מײַק לי איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע שאַרפֿזיניקע שאַפֿונגען, וועלכע רופֿן אָפֿט אַרויס אַ קאָנטראָווערסיע. למשל, זײַן פֿילם "וועראַ דרייק" (2004) דערציילט וועגן אַ פֿרוי וואָס ראָמט אויף דירות, אָבער דינט — אין דער שטיל — אויך ווי אַן אָקושערקע, און פֿירט דורך אומלעגאַלע אַבאָרטן אויף יונגע מיידלעך.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ברוך ריווקין

צווישן אַלע פֿאַרגעסענע ייִדישע ליטע­ראַטן איז ברוך ריווקין (1883-1945) אפֿשר דער סאַמע אָריגינאַלער דענקער. זײַן לעבנס־געשיכטע איז געווען טיפּיש פֿאַר זײַן דור׃ געבוירן אין אַן אָרעמער משפּחה אין קולראַנד, איז ער צוגעשטאַנען צום "בונד", און האָט געוואַנדערט איבער פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד. אין 1905 איז ער אַוועק קיין אויסלאַנד און האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין אייראָפּע. אין 1911 האָט ער זיך באַ­זעצט אין ניו־יאָרק. ער האָט געשריבן פֿאַר אַנאַרכיסטישע צײַטשריפֿטן אין רוס­לאַנד און ענגלאַנד.

ליטעראַטור
פֿון אַ. זאַכאַרענקאָוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לעאָניִע (נעלי) זאַקס

(נעלי זאַקס, 1970-1891)

"נעלי זאַקס לייגט פֿאָר דעם לייענער גאָר נישט קיין פּשוטע טרייסט. אירע לידער זײַנען — אַ בוינע, אַ שעכטהויז וואָס עפֿנט זיך פֿאַר די אויגן, ווי אַן אוממיטלבאַרע לעבנס-דערפֿאַרונג און אַ פֿלעק אין זכּרון וואָס לאָזט זיך נישט אָפּוואַשן".

עלווין ראָזענפֿעלד. "TIME"

לעאָניִע (נעלי) זאַקס איז געבוירן געוואָרן אין בערלין-שענעפֿעלד און איז געווען דאָס איינציקע קינד אין דער פֿאַמיליע פֿון דעם רײַכן פֿאַבריקאַנט און באַגאַבטן טעכ­ניקער וויליאַם זאַקס און זײַן פרוי מאַר­גאַרע­ט

ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

רייטשעל

זינט זי האָט אָנגעהויבן פֿאַרשטיין, וואָס ס’איז געשען מיט אירע עלטערן בעת דער מלחמה, האָט רייטשעל זיך געפֿילט ווי אַ באַ­שטראָפֿטע. אין דעם דירהלע, וואָס די עלטערן האָבן געדונגען דרײַ בלאָקן פֿונעם קלייטל, האָט איר שטענדיק אויסגעפֿעלט ליכט און לופֿט; נישט אַזוי, מחמת די צוויי זאַכן האָבן פֿיזיש אויסגעמיטן זייער וווינונג, נאָר ווײַל דער אומעט וואָס האָט זיך באַזעצט אין אַלע ווינקעלעך, האָט פֿון דאָרט אַרויסגעקוקט מיט קאַלטע, בלינדעוואַטע אויגן.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"און דו זאָלסט אָנזאָגן די ייִדן, זיי זאָלן דיר ברענגען דאָס ריינע איילבערט-אייל, צעדריקט פֿאַר באַלויכטונג, כּדי אויפֿצושטעלן אַן אייביקן לײַכטער פֿאַר מיר". אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער געהייסן די כּהנים, אַהרן און זײַנע קינדער, אָנצוצינדן יעדן טאָג, פֿון אָוונט ביז פֿרימאָרגן, די מנורה אינעם משכּן.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די מלחמות, אינטיפֿאַדעס און שלום־פּראָצעסן האָבן פֿאַר ישׂראל געהאַט אַ גרויסע וויכטיקייט אירע באַציִונגען מיט די פֿאַר­אייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, וואָס האָט אָנערקענט ישׂראל 11 מינוט נאָכדעם ווי זי איז פּראָקלאַמירט געוואָרן. די דאָזיקע באַציִונ­גען זײַנען פֿאַרשיידנאַרטיקע און פֿילזײַטיקע. זיי פֿאַרמאָגן היסטאָרישע, קולטורעלע און רעליגיעזע, פּאָליטישע און זיכערהייט־קאָמ­פּאָנענטן און זענען כאַראַקטעריזירט דורך אַ בונד צווישן ישׂראל און דעם אַמעריקאַנער ייִ

ייִדיש־וועלט, טעאַטער, געשיכטע
פֿון משה לאָיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: נ. אַלטמאַן, אַ. גראַנאָווסקי, י. ראַבינאָוויטש, מאָסקווע, 1923

געוויינלעך, ווען מען זאָל ניט געווען שרײַבן וועגן דעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער (גאָסעט), האָט מען אים געלויבט אין טאָג אַרײַן. אַוודאי, האָט ער דאָס פֿאַרדינט. ער איז געווען דער בעסטער און פֿירנדיקער ייִדישער טעאַטער אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זײַנע פֿאָרשטעלונגען, דערונטער די, וועלכע ס'האָט געשטעלט דער גרינדער און הויפּט־רעזשיסאָר פֿונעם טעאַטער אַלעקסיי גראַנאָווסקי, און אין וועלכע ס'האָבן געשפּילט דער אויסנעמלעכער בינע־קינסטלער שלמה מיכאָעלס און אָפֿט אויך דער צווייטער טאַלאַנטפֿולער אַקטיאָר בנימין זוסקין — האָבן געהאַט גרויס דערפֿאָלג און זײַנען געווען דער עכטער בײַשפּיל פֿאַר אַנדערע ייִדישע טעאַטערס.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דרויסן האָט געבריט אַ פֿראָסט, האָב איך אָנגעטאָן מײַן שווערע שובע, אײַנגעוויקלט זיך אין אַ שאַל, אײַנגענורעט זיך אין אַ וואָלענעם הוט, און הײַדאַ קאָשקעלע ראַנע. דאָס הייסט אויף ליטעראַרישן לשון: באַלד אין דער פֿרי, זיך אַרויסגעלאָזט פֿון ריווערדייל קיין מאַנהעטן. איך האָב געכאַפּט דעם ריווערדייל־עקספּרעס־אויטאָבוס אויפֿן ראָג גאַס, און אַראָפּ אין שטאָט אַרײַן באַנײַען מײַנע פֿאַרדרימלטע טעאַטראַלע אינסטינקטן.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זײַן 30סטן יאָרצײַט

אין זײַן בוך "געזאַנגען אין שײַער" באַ­וויינט דער דיכטער אַריה שמרי דאָס אַוועק­גיין פֿון די ייִדישע פֿאָלקסלידער, און דאָס וויינען פֿון די לידער גופֿא. ער טרעט, אין דער דעמערונג, אויף די סימבאָלן פֿונעם פֿאָלקסליד: די ראָזשינקעס מיט מאַנדלען, דאָס ציגעלע, די גאָלדענע פּאַווע און די ברידער וואָס זײַנען געשטאָרבן:

רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דאָס איז אַ טראַדיציאָנעלע גריכישע זופּ, וואָס איז גרינג צוצוגרייטן, און איז זייער באַטעמט. מע קען זי מאַכן אויף אַ גאַנצער וואָך און נישט נימאס ווערן דערפֿון. ווי יעדער רעצעפּט מיט פֿאַסאָ­ליעס (בעבלעך), דאַרף מען זיי, קודם־כּל, ווייקן איבערנאַכט אין אַ שיסל קאַלט וואַסער אָדער, אויב איר האָט נישט קיין צײַט, זידט די פֿאַסאָליעס אין וואַסער צוויי מינוט, דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט זיי שטיין 1 שעה.