(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

זיי

רייטשעל האָט פֿאַרבעטן דעם אומדער­וואַרטן גאַסט אַרײַנצוגיין אין שטוב, און אָנווײַזנדיק אויף אַ בענקל, לעבן דער טיר, געהייסן אים אַראָפּנעמען פֿון זיך די נאַסע בגדים. אַליין האָט זי זיך אַוועקגעטראָגן אין אַן אַנדער צימער און, כּל־זמן יאַשע האָט אַראָפּגעשלעפּט פֿון זיך דעם קורצן מאַנטל און די אויסגעווייקטע שווערע ספּאָרטשיך־"סניקערז", איז רייטשעל שוין געווען צוריק, האַלטנדיק אין דער האַנט אַ האַנטעך.

— נאַט, יאַשע, ווישט זיך דערווײַל אָפּ דאָס פּנים. — זי האָט אים אָנגעוויזן וווּ צו גיין און צוגעגעבן: — דאָרט איז דער וואַשצימער, כ'האָב שוין פֿאַר אײַך אַלץ צוגעגרייט.

יאַשע האָט נאָכגעפֿאָלגט איר יעדן וואָרט, אומגעלומפּערט איבערגעשטעלט די פֿיס, צו­האַלטנדיק די דזשינסן, זיי זאָלן זיך נישט שלעפּן איבערן דיל און נישט פֿאַר­פּאַטש­קען אים. צום וואַשצימער האָבן געפֿירט בלויז עטלעכע טריט, אָבער יאַשע האָט דאָס שטיקל וועג דורכגעמאַכט ווי אויף קוליעס. פֿאַר­שפּאַרט נאָך זיך די טיר, האָט ער אָפּגע­ווישט דעם שווייס פֿונעם פּנים. דער זשום פֿון וואַסער, וואָס האָט אָנגעפֿולט די וואַנע, האָט אים אומגעקערט צו דער ווירק­לעכ­קייט, ווײַל די עטלעכע ווײַלעס, זינט ער האָט אַריבערגעטראָטן די שוועל פֿון דער דירה, זײַנען ווי אַרויסגעפֿאַלן פֿון זײַן באַ­וווּסטזײַן. ער האָט זיך פּלוצעם אָנגע­הויבן גיך באַטאַפּן, זוכן, נאָך אַליין נישט פֿאַר­שטייענדיק וואָס פּינקטלעך. "דער טײַסטער מיט די דאָקומענטן?!" — האָט פֿאַר­שפּע­טיקט אַן ענטפֿער. די הענט האָבן גאָרנישט געפֿונען און געבליבן הענגען אומ­באַהאָלפֿן. ער האָט אויסגעדרייט דעם קאָפּ אויף רעכטס און זיך אָנגעשטויסן אין אַ פֿאַרלוירן פּנים. די שיטערע האָר האָבן זיך געקלעפּט צום פֿאַרשוויצטן שטערן, די באַקן אײַנגעפֿאַלן, אונטער די אויגן צוויי טונקעלע האַלברינגען "...קו־קו, יאַשעלע, קו־קו..." — האָט זיך אָפּגערופֿן אַ ווײַטע, ווייכע שטים... אַזוי פֿלעגט זיך שפּילן מיט אים די מאַמע, אַרײַנקוקנדיק מיט אים אין שפּיגל, בעת יאַשע איז נאָך געווען גאָר אַ קליין קינד. אפֿשר געהערט אַפֿילו דער "קו־קו" צו זײַנע ערשטע דערמאָנונגען. דער זשום פֿון וואַסער האָט אים נישט אָפּ­געלאָזט; די וואַנע איז שוין געווען גענוג פֿול, האָט ער פֿאַרדרייט דעם קראַנט. מיט דער האַנט האָט ער אַ פּרוּוו געטאָן דאָס וואַסער. אַ ביסל צו הייס, אָבער רייטשעל האָט דאָך פֿריִער געזאָגט, אַז ער נייטיקט זיך איצט אין אַ הייסער וואַנע. יאַשע האָט זיך גיך אויסגעטאָן און אַרײַנגעקראָכן אין דער וואַנע. ער איז געלעגן, מיטן קאָפּ אַרונטער אונטערן וואַסער, די אויגן פֿאַרמאַכט, דעם אָטעם אײַנגעהאַלטן, ווי ער וואָלט זיך געקאָנט אַזוי אויסשליסן פֿון דעם לעבן; נישט פֿילן גאָרנישט און וועגן גאָרנישט נישט טראַכטן — זיך צעשמעלצן אין דער פֿליסיקייט און ווערן אַ דורכזיכטיקער טראָפּן. ער האָט אַ מאָל געלייענט, אַז יעדער מענטש באַשטייט פֿון כּמעט נײַנציק פּראָצענט וואַסער, פֿעלט אים, הייסט עס, אויס בלויז צען פּראָצענט זיך צו פֿאַרוואַנדלען אין אַ פֿליסיק וואַסער, אַ קאַלוזשע... אָבער דווקא די דאָזיקע צען פּראָצענט האָבן אים דערמעגלעכט צו ווערן אַ מענטש, אַ דענקענדיקע באַשעפֿעניש... צי איז עס אַ זכיה, אָדער אַ שטראָף?!

קיין באַזונדערן וואַשצימער האָבן זיי אין בענדער נישט געהאַט. פֿלעגט מען גיין איין מאָל אין דער וואָך אין באָד אַרײַן. אין די אַנדערע טעג, בפֿרט זומערצײַט, האָט די מאַמע פֿאַר נאַכט אָנגעוואַרעמט אַן עמער וואַסער, אַוועקגעשטעלט יאַשען אין אַ ברייט־טיפֿער עמאַלירטער שיסל — פֿון אויסן אַ גרינע, און פֿון אינעווייניק אַ ווײַסע — און אים באַגאָסן פֿון אויבן מיטן פֿענדל. די ערשטע בלאָטיקע ריטשקעלעך פֿלעגן זיך צעקריכן איבער זײַן ביינערדיק גופֿל, פֿאַר­ברענט אויף דער זון און פֿאַרשמוציקט פֿונעם אַרומלויפֿן און וואַלגערן זיך אין שטויב מיט אַנדערע ייִנגעלעך. לויפֿן מיט זיי צום דניעסטער זיך באָדן, האָט אים סײַ די מאַמע און סײַ די מומעס שטרענג פֿאַר­ווערט. שפּעטער, שוין זײַענדיק אין די הע­כערע קלאַסן, האָבן זייערע פֿאַרווערן און סטראַ­שונקעס, חלילה, פֿאַרשלעפּט צו ווערן אין אַ וואַסערווירבל, גאָר ווייניק געהאָלפֿן. ער פֿלעגט דאָרט פֿאַרפֿאַלן ווערן די גאַנצע זומער־וואַ­קאַציעס. איין מאָל אין באָד, ווען די מאַמע האָט אים אָנגעזייפֿט דעם קאָפּ, האָט דער קליינער יאַשע דערהערט איבער זיך אַן אומצופֿרידענע שטים, וואָס האָט גע­רעדט צו זײַן מאַמען: "שעמט זיך... וואָס שלעפּט איר דעם בחור מיט זיך אין באָד?!" יאַשע האָט פֿאָרזיכטיק אויפֿגעמאַכט אַן אויג. צוויי גראָבע, ראָזעווע פּולקעס האָבן זיך געריבן איינע אין דער אַנדערער, אָפּגע­טיילט פֿונעם פֿעט־געקנייטשטן בויך מיט אַ שוואַרץ־האָריקער פֿאַרוואַקסנקייט. די מאַמע האָט דער פֿרוי גאָרנישט נישט געענטפֿערט, אָבער נאָך אירע ווײַטערדיקע ווערטער — "ער וואָלט געקאָנט גיין אין באָד מיט זײַן טאַטן!" — האָט די מאַמע זיך ווי אָנגעצונדן און אָפּגעענטפֿערט: "מע וועט זיך שוין באַגיין אָן אײַערע עצות!" פֿון דעסטוועגן האָט די מאַמע מיט אַ וואָך שפּעטער געבעטן זייער שכן מיטצונעמען יאַשען מיט זיך אין באָד אַרײַן...

ער איז אַרויסגעגאַנגען פֿונעם וואַשצימער אַן אָפּגעפֿרישטער, אָנגעטאָן אין אַ זײַדענער פּיזשאַמע, אַ טונקל־בלויער מיט אַ דין שוואַרץ פּאַסיקל. אין די אַקסלען איז זי געווען אַ ביסל שמאָל, דערפֿאַר אָבער זײַנען די הויזן אים אַראָפּגעהאָנגען איבער די שמאַטענע נעז פֿון די שטעקשיך. די פּיזשאַמע מיט די שטעקשיך האָט אים רייטשעל צוגעגרייט זיך איבערצוטאָן אין די געציילטע ווײַלעס, בעת ער האָט זיך געטאָפּטשעט אַליין אינעם שמאָלן קאָרידאָרל. יאַשע איז געבליבן שטיין, ווידער נישט זיכער וואָס צו טאָן ווײַטער. ער האָט שטיל אַ רוף געטאָן רייטשעל, אָבער זי האָט נישט געענטפֿערט. איז ער אַרײַנ­געגאַנגען אין אַ געראַמען צימער מיט צוויי גרויסע פֿענצטער. אַ מגושמדיקע סאָפֿע, איבער­געצויגן מיט פּליוש פֿון אַ זענעפֿט־קאָליר, איז געשטאַנען צוגערוקט צו אַ וואַנט. ווײַטער אַ ביסל, פֿון דער זעלבער זײַט, אָבער נעענטער צו איינעם פֿון די פֿענצטער, האָט געפֿונען זײַן אָרט אַ טיפֿער פֿאָטעל, אויך פֿונעם זעלבן זענעפֿט־פּליוש. אָפּגעטיילט האָט די צוויי זאַכן אַן אַלטמאָדישער לאָמפּ-טאָר­שער מיט אַ הויכן גרינעם אַבאַזשור און אַ שמאָל־רונדיק מאַרמאָר־טישל. אַנטקעגן דער סאָפֿע, צוגעשפּאַרט צו דער צווייטער וואַנט, איז געשטאַנען אַ שמאָלע גלעזערנע שאַפֿע מיט געפֿעס אויף די פּאָליצעס, וואָס יאַשעס מומעס וואָלטן זי, מסתּמא, גערופֿן מיטן שיינעם נאָמען — "סערוואַנט"; ער האָט דאָס וואָרט צום ערשטן מאָל דער­הערט, זײַענדיק אַרום צוועלף יאָר אַלט. די מאַמע איז געקומען אין אַ טאָג, אַ פֿריילע­כע און האָט באַלד פֿון דער שוועל גע­מאָלדן: "שוועסטערלעך, כ'האָב באַקומען אַ קוואַרטאַל־פּרעמיע, מיר גייען קויפֿן אַ סער­וואַנט!" ...אויף אַ הילצערנעם געשטעל, פֿאַררוקט אין אַ ווינקל, איז געשטאַנען אַ טעלעוויזיע, מיט אַ קליינעם עקראַן, שוין ווײַט נישט פֿון די לעצטע מאָדעלן. יאַשעס בליק האָט אויך נישט דורכגעלאָזט די צוויי באַרעמלטע בילדער אויף די ווענט, שיין אויס­גענייט מיט קאָלירטע באַוועלעך. זיי האָבן ווידער אַרויסגערופֿן אַ דערמאָנונג וועגן דער מאַמע־מומעס שטוב אין בענדער, ווען בעת די לאַנגע ווינטער־פֿאַרנאַכטן, פֿלעגן זיך אַלע דרײַ שוועסטער אויסזעצן אויף זייער סאָפֿע — דער קליינער יאַשע האָט זיך אַרײַנגעקוועטשט צווישן זיי — און, צוטו­ליענדיק זיך איינער צום אַנדערן, ווי זיי וואָלטן אַלע פֿיר געקאָנט זיך צונויפֿוואַקסן אין איין באַשעפֿעניש, איבערגעגעבן פֿון האַנט צו האַנט און זיך אײַנגעקוקט אין די געציילטע געלע פֿאָטאָגראַפֿיעס, געבליבן על־פּי נס פֿון זייער פֿאַרשניטענער יוגנט...

און נאָך איין בילד אויף דער וואַנט, אַ גרעסערס, אַקוראַט איבער דער סאָפֿע, גע­מאָלט מיט איילפֿאַרבן, מיט אַ פֿעסטער קינסט­לערישער האַנט, האָט עס ממש צוגעצויגן צו זיך יאַשען. צוויי צעבושעוועטע סטיכיעס — הימל און וואַסער — האָבן זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן איינע אויף דער אַנדערער; די אויפֿגערייצטע כוואַליעס, מיט בייזער ווײַסער פּינע אויף די ראַנדן, האָבן ווילד זיך געריסן אַרויף צו די שוואַרץ־געדיכטע כמאַרעס, וואָס האָבן געלויערט פֿון זייער הייך, צעשפּרייטנדיק איבערן רוים זייער געטלעכע מאַכט. און צווישן די צוויי נאַטור־סטיכיעס, איז געבליבן הענגען, ווי אַן אָפּגעבראָכענער ליכטשטראַל, אַ מעווע, וואָס האָט געטראָגן אינעם שנאָבל אַ רויט קינדער־שיכעלע...

פֿונעם קאָרידאָרל האָט זיך דערהערט ווי עמעצער האָט געעפֿנט די אַרײַנגאַנג־טיר. יאַשע האָט זיך אויף אַ ווײַלע פֿאַרלוירן; נישט ער איז דער באַלעבאָס צו פֿרעגן, ווער איז דאָרט געקומען, בפֿרט נאָך, ווען מע עפֿנט די טיר מיט אַן אייגענעם שליסל. אַז דאָס קאָן זײַן רייטשעל, איז אים גאָר נישט אײַנגעפֿאַלן. זי האָט זיך באַוויזן מיט עטלעכע פּלאַסטיק־זעקעלעך אין די הענט, דאָס פּנים נאַס, אָבער אַ צופֿרידנס.

— כ'זע, כ'בין געקומען פּונקט צו דער צײַט.

— בין איך, הייסט עס, געבליבן אַליין אין שטוב? — האָט זיך יאַשען נאָך אַלץ נישט געלייגט אויפֿן שׂכל.

— ניין, די מאַמע איז דאָך אין דער היים...

רייטשעל איז אַרײַן מיט די פּעקעלעך אין קיך און האָט שוין געפֿרעגט פֿון דאָרטן:

— וואָס זשע, איר האָט מורא צו בלײַבן אין שטוב אַליין?

יאַשע האָט זיך צעשמייכלט. די ווײַליקע אינערלעכע געשפּאַנטקייט איז פֿאַרשוווּנדן. ער איז צוגעגאַנגען צו דער אָפֿענער טיר און אַרײַנגעקוקט אין קיך — אַן ענגע, מיט אַ קליין פֿענצטערל — אויסגערעכנט, אַ פּנים, בלויז פֿאַר דער באַלעבאָסטע מיט אַן עלעגאַנטער פֿיגור. רייטשעל האָט זיך געפּאָרעט בײַם שמאָלן טישל מיט די אַרײַנגעבראַכטע פּעק­לעך. אַרויסגעלייגט פּושקעלעך, פּעקלעך, עפּעס אַרײַנגעשטעלט אינעם פֿרידזשידער.

— כ'האָב פּשוט געמיינט, — האָט זיך אָנ­גערופֿן יאַשע, — אַז איר זײַט אין אַן אַנדער צימער, מיט דער מאַמען...

רייטשעל האָט פֿאַרהאַלטן אויף אים דעם בליק.

— די פּיזשאַמע פּאַסט אײַך, — האָט זי גאָר אַנדערש, ווי ביז איצט, שטיל אַ זאָג געטאָן, — מײַן טאַטע האָט זי זעלטן ווען אָנגעטאָן. ער האָט געהאַלטן, אַז פּיזשאַמעס טראָגן נאָר אַריסטאָקראַטן.

— דעם אמת געזאָגט, האָב איך אויך קיין מאָל קיין פּיזשאַמע נישט געהאַט, סײַדן, נאָך אַ קינד, געדענק איך, בײַ אַ יאָר פֿינף־זעקס, האָבן מיר מײַנע מומעס אויפֿגענייט אַ פּיזשאַמע. כ'האָב אָבער אין איר נישט געוואָלט שלאָפֿן, ווײַל אין אַ קאָסטיום, האָב איך זיי דערקלערט, שלאָפֿט מען נישט...

זיי האָבן זיך ביידע צעלאַכט. מיט אַ מאָל האָט רייטשעל זיך אַ כאַפּ געטאָן, ווי דערמאָנט זיך אין עפּעס, און זיך אַנטשולדיקט:

— כ'מוז אײַך איבערלאָזן אויף אַ פּאָר מינוט, אַ קוק טאָן, וואָס די מאַמע טוט.

יאַשע, וואָס איז געבליבן שטיין בײַ דער טיר, אָנשפּאַרנדיק זיך מיט דער פּלייצע אינעם בײַשטידל, האָט זיך אָפּגערוקט אין אַ זײַט, באַפֿרײַט רייטשעל דעם וועג. אויף אַ רגע האָט ער דערפֿילט לעבן זיך דעם זעלבן עפּל־ריח פֿון דעם שאַמפּו, מיט וועלכן ער האָט פֿריִער געצוואָגן זײַן קאָפּ...

לאָנטש האָבן זיי געגעסן אין איינעם, אין קיך, בײַ דעם שמאָלן טישל. יאַשען האָט עס נישט געשטערט, אַדרבא, ער האָט באַלד צום אָרט אַרײַנגעשטעלט אַ באַקאַנט רוסיש ווערטל און עס פֿאַרטײַטשט אין ענגליש: "אין ענגשאַפֿט, אָבער אין פֿרידן".

— איר ווייסט דאָך, אין דער "אינטער­ניישאָנאַל"־קראָם קאָן מען געפֿינען אַלע רוסישע עסנס. אָבער איך פֿאַרשטיי נישט אין זיי גאָרנישט, דערצו נאָך די נעמען פֿון די צענדליקער וווּרשטן און פּאַסטראַמעס מאַכן מיך משוגע — איך קאָן זיי נישט אַרויס­ברענגען אויף דער צונג. אויף מײַן מזל, האָב איך באַגעגנט דאָרט אונדזער אַ שכנה, אויך אַ געקומענע פֿון רוסלאַנד, האָט זי מיר שוין דערקלערט וואָס און ווען.

— כ'דאַרף אײַך זאָגן, רעטשיל, אַז די "רוסישע" שכנה אײַערע האָט אײַך נישט אונטערגעפֿירט. אַלץ איז זייער געשמאַק, בפֿרט אַז איר האָט עס געטאָן ספּעציעל צו­ליב מיר...

— איר זײַט אין דעם זיכער? — האָט שפּי­לעוודיק באַמערקט די באַלעבאָסטע, — איך עס דאָך אויך די פּאָטראַוועס אײַערע, און כ'האָף, אַז כ'וועל זיך נישט אָפּסמען.

— די אַמעריקאַנער, נעבעך, פּאַסן זיך גיך צו צו די קיכן פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער, בפֿרט דאָ אין ניו־יאָרק, מיט איר אַלוועלטלעכן מעניו.

יאַשע, וואָס דער "רוסישער לאָנטש" בײַ רייטשעל, איז אין דער אמתן געווען אויך זײַן פֿרישטיק, האָט זיך באַמיט נישט אַרויס­צוּווײַזן זײַן הונגער. ס'האָט זיך אים אָבער די קונסט, זעט אויס, נישט זייער אײַנגעגעבן, ווײַל די גאַסטפֿרײַנדלעכע באַלעבאָסטע האָט אים כּסדר אונטערגערוקט אַ נײַעם ביסן. ער האָט עס דערפֿילט און, ווי פֿאַרענטפֿערט זיך:

— כ'האָב שוין אַ ביסל פֿאַרגעסן אין די געשמאַקע נאַשערײַען.

— ווייסט איר וואָס? — האָט אומדערוואַרט פֿאָרגעלייגט רייטשעל. דער "וואָס" איז אַ ווײַלע געבליבן הענגען אין דער לופֿטן, ביז זי האָט זיך אַרויסגעשאַרט פֿונעם טישל און אויפֿגעעפֿנט איינס פֿון די דרײַ וואַנטשאַפֿ­קעלעך, — איך האָב דאָ אַ ביסל "סקאָטש". ס'איז אַוודאי נישט קיין רוסישע "וואָדקאַ", אָבער דעם אַפּעטיט וועט עס נישט איבערשלאָגן.

זי האָט אַרויסגעשטעלט אויפֿן טיש צוויי גלעזלעך, און יאַשע האָט צעגאָסן די משקה. ער האָט אויפֿגעהויבן זײַן גלעזל און, אַרײַנקוקנדיק אין דעם גאָלדן־ברוינעם ביסל "סקאָטש", זיך שטיל אָנגערופֿן:

— איך לייג פֿאָר אויסצוטרינקען פֿאַר צוויי זאַכן — פֿאַר דעם פֿאַרפֿוילטן ברעטל אויפֿן שפּאַצירוועג, וואָס האָט אונדז באַ­קאַנט געמאַכט, און פֿאַרן רעגן, וואָס האָט אַראַנ­זשירט די הײַנטיקע באַגעגעניש...

— אָריגינעלע פֿאַרמיטלערס, — האָט רייטשעל זיך צעשמייכלט, און פּלוצעם צוגע­געבן: — זאַ זדאָראָוויע...

נאָכן אויסטרינקען, צעבינדט זיך, געוויינט­לעך, די צונג. רייטשעל און יאַשע זײַנען אָבער פֿאַרקערט, געבליבן זיצן אין דער שטיל, ווי געוואָלט זיך אײַנהערן צום רעגן־געקלאַפּ — אַ שותּף אין דער אימפּראָוויזירטער מסיבה; און מעגלעך, אַז די שוין נישט קיין יונגע מענטשן האָבן זיך גענייטיקט אין דער אײַנגעשטילטער פּויזע, כּדי נאָך איין מאָל זיך אָפּגעבן אַ חשבון, איידער זיך לאָזן ווײַטער אויפֿן וועג פֿון באַשערטקייט.

— ווי איך פֿאַרשטיי... — האָט רייטשעל זיך אָנגערופֿן, ווייך צעציִענדיק די ווערטער, ווי זי וואָלט נאָך בײַ זיך נישט אין גאַנצן באַ­שלאָסן, פֿרעגן עס, צי נישט, — וווינט איר אַליין?

— יאָ... — האָט יאַשע געענטפֿערט, אָפּ­רײַסנדיק זיך פֿון זײַן אייגענער פֿאַר­טראַכט­קייט, — שוין אָט אַ האַלב יאָר, ווי מײַן גע­וועזענע פֿרוי מיט אונדזער טאָכטער זײַנען אַריבערגעפֿאָרן קיין באָסטאָן.

ער האָט אויסגעשטרעקט די האַנט צום פֿלעשל און אָנגעפֿילט זײַן קעלישעק. רייטשעל האָט מער קיין פֿראַגעס נישט גע­שטעלט. זי האָט געפֿילט, אַז איצט דאַרף שוין יאַשע אַליין באַשליסן — צי זאָל ער דער­ציילן ווײַטער, צי אפֿשר אָפּקומען מיט עט­לעכע ווערטער.

— קלאַרע, מײַן געוועזענע פֿרוי, איז אַ דענטיסטין — אַ גאָלדענער פֿאַך אין אַמע­ריקע. אָבער צו באַקומען אַ דערלויב צו אַרבעטן דאָ, האָט זי אַוודאי געדאַרפֿט אָפּ­געבן עקזאַמענס. מיר האָבן נאָך פֿאַרן קומען אַהער געטראַכט, אַז איידער וואָס און ווען, וועל איך זיך פּרוּוון צו געפֿינען עפּעס אַן אַרבעט, וווּ עס לאָזט זיך, און זי וועט זיך לערנען. מײַן שווער און שוויגער, וואָס זײַנען געקומען מיט אונדז, האָבן דאָ אַ סך קרובֿים. האָט איינער פֿון זיי מיר געהאָלפֿן זיך אײַנצואָרדענען ווי אַ שאָפֿער אין אַ טאַקסי־געשעפֿט... ס'איז געווען נישט גרינג, אָבער מיר האָבן געוווּסט, צוליב וואָס מיר זײַנען אַהער געקומען, און אַז צוריק איז קיין וועג נישטאָ. מע דאַרף זאָגן, אַז אירע עלטערן האָבן אונדז זייער אַרויסגעהאָלפֿן; כ'מיין, קודם־כּל, מיטן קוקן נאָך אונדזער מיידעלע, מאַרינע. זי איז דעמאָלט אַלט געווען נײַן יאָר. קלאַרע האָט שטודירט, און איך — געדרייט דעם רודער, אַ מאָל צו צוועלף־פֿערצן שעה אַ טאָג... הקיצור, נאָך אָנדערטהאַלבן יאָר האָט קלאַרע באַקומען די מעגלעכקייט צו אַרבעטן, און זיך גיך געפֿונען אַן אָרט אין אַ פּריוואַטער קליניק. מיר האָבן געדונגען אַן אַנדער דירה, נישט ווײַט פֿון אירע עלטערן, און אָנגעהויבן זיך צו ביסלעך שטעלן אויף די פֿיס. די אַרבעט פֿון אַ טאַקסיסט איז מיר שוין געלעגן אין די זײַטן, אָבער זי פֿאַרלאָזן האָב איך דערווײַל אויך נישט געקאָנט. ניין, ס'איז אַוודאי געוואָרן גרינגער נאָך קלאַרעס אָנהייבן אַרבעטן, פֿון דעסטוועגן, וואָס בעסער מע לעבט, אַלץ מער גלוסט זיך. האָב איך געטראַכט בײַ זיך: אַ האַלב יאָר, ביזן ווינטער, וועל איך נאָך אויסהאַלטן, און דערנאָך נעם איך אַ קורס פֿון קאָמפּיוטערײַ. כ'בין דאָך נישט נאַרישער פֿון אַנדערע, דערצו איז עס אַ גוטע אַרבעט, מיט אַ גוטן געהאַלט. און אַזוי וואָלט מסתּמא געווען, איך בין אַן אײַנגעשפּאַרטער. אָבער אין אַ טאָג, איך קער זיך אום פֿון דער אַרבעט, שפּעט אין אָוונט. קלאַרע, ווי תּמיד, דערלאַנגט מיר דאָס עסן, און אַזוי, זיצנדיק אַנטקעגן מיר, ווי איר זיצט איצט, זאָגט זי צו מיר: אַזוי און אַזוי, זי האָט ליב באַקומען אַן אַנדער מענטש, אויך אַ דאָקטער, וווינט אין באָסטאָן, און זיי האָבן באַשלאָסן זיך צונויפֿגיין...

אַ שטיקנדיקער קנויל איז אים צוגעקומען צום גאָרגל. ער האָט נאָך אַלץ געהאַלטן דאָס אָנגעפֿילטע גלעזל מיט "סקאָטש".

— מאָדנע... — האָט ער זיך ווידער אָנ­גערופֿן, — צום ערשטן מאָל דערצייל איך דאָס אויף אַ קול. עס קלינגט, מסתּמא, זייער טרי­וויאַל, אַיאָ?

רייטשעל האָט אים נישט געענטפֿערט. זי האָט אויך אויסגעמיטן צו קוקן אים אין פּנים, בעת זײַן דערציילן. זי האָט אַליין געוווּסט, פֿון איר אייגענער דערפֿאַרונג, אַז אָפֿטלעך ווערט מען פֿון אַזאַ מין ווייטיק צעריסן אויף שטיקער, אָבער ווי נאָר מע ברענגט אים אַרויס פֿאַר אַן אַנדערן, רופֿט ער אַרויס נישט מער ווי אַ מיטגעפֿיל־זיפֿץ.

— ווייסט איר וואָס, יאַשע, — האָט רייטשעל פּלוצעם פֿאָרגעלייגט, — לאָמיר טרינ­קען קאַווע.

זי האָט נישט געוואַרט אויף זײַן "יאָ", אָדער "ניין"; זיך אויפֿגעהויבן פֿונעם טיש, האָט זי זיך אָנגעהויבן פּאָרען בײַ דער גאַז­פּליטע.

— איר ווייסט, יאַשע, וואָס הייסט, פֿינ­דזשאַן? פֿינדזשאַן איז אַזאַ מעשענע כּלי, וווּ מע קאָכט אין דעם עכטע קאַווע. איך בין גאָר נישט קיין וואַזשנע קעכערין, אָבער גוטע קאַווע קען איך מאַכן. מ'האָט עס מיך אויסגעלערנט אין ישׂראל.

— אין ישׂראל?

— יאָ, יאַשע, כ'האָב דאָרט אָפּגעלעבט אַ היפּש ביסל יאָרן.

— איר דאַרפֿט מיר וועגן דעם אומבאַדינגט דערציילן.

רייטשעל האָט אויסגעדרייט צו אים דעם קאָפּ און, שוין קוקנדיק יאַשען אין די אויגן, אַ זאָג געטאָן:

— כ'האָב מורא, אַז מײַן דערציילן וועט קלינגען אויך טריוויאַל.

רייטשעל איז איצט נישט געשטימט גע­ווען זיך צו פֿאַרשפּרייטן אויף דער טעמע, און אויסנוצנדיק איר רעכט פֿון אַ באַלעבאָסטע, האָט זי זיך אָנגערופֿן:

— גענוג, יאַשע, שוין זיצן אין דער ענג­שאַפֿט. נעמט זיך אײַער גלעזל "סקאָטש" מיטן פֿלעשל, און ציט זיך אַריבער אינעם אייבערשטן צימער. אויף דער סאָפֿע וועט אײַך זײַן באַקוועמער ווי דאָ. אין צען מינוט אַרום, וועל איך זײַן מיט אונדזער קאַווע.

יאַשע איז געזעסן אויף דער סאָפֿע, זיך אָנשפּאַרנדיק מיטן נאַקן אינעם ווייכן ראַנד פֿונעם ווענטל. דאָס ליידיקע גלעזל מיטן פֿלעשל "סקאָטש" האָט ער איבערגעלאָזט אויפֿן מאַרמאָרנעם טישל אונטערן גרינעם אַבאַזשור. ער האָט ווידער אײַנגעהאַלטן דעם אָטעם, ווי פֿריִער אינעם וואַשצימער, אײַנ­טונ­קענדיק זיך אין דער פֿולער וואַנע וואַ­סער. אַ מידע שוואַכקייט האָט זיך צע­גאָסן איבערן לײַב, און אָפּגעסמט יעדן אבֿר, יעדער טראָפּנדל בלוט; בלויז דער קאָפּ, ווי ער וואָלט זיך אָפּגעטיילט פֿונעם שלאַ­בע­ריק־שווערן גוף, האָט זיך לײַכט גע­הוידעט — הין און קריק, הין און קריק... די אַלטמאָדישע חפֿצים אַרום אים האָבן געטראָגן אין זיך זייער באַזונדערן סוד און כּישוף, וואָס זײַנען מסוגל אויפֿצוּוועקן און אָנצוקניפּן זאַכן און געשעענישן פֿון אַ מאָל מיטן הײַנט, אַרײַנציִענדיק דעם מענטש אין אַ מין אָפּנאַרערישער שפּיל פֿון צײַט. אין זײַן "הײַנט" האָט ער קיין אויסוועג נישט געזען, האָט ער געזוכט, מיט זײַן אינערלעכן בליק, אַן אָנשפּאַר אין זײַן אַמאָל, און זיך אָנגעשטויסן דאָרט אין דער פּאָרצעלײַענער צאַצקע, וואָס איז געשטאַנען אויף אַ גלעזערנער פּאָליצע אינעם סערוואַנט בײַ די דרײַ שוועסטער אין שטוב. זיי האָבן די געצאַצקלטע זאַך גערופֿן צווישן זיך "כיזענישער קייסער"; דער דאָזיקער "קייסער" איז געזעסן אויף זײַן טראָן, די פֿיס אין צעבלאָזענע שאַראָוואַרעס1 און שיך מיט שפּיציקע, פֿאַרדרייטע נעז, האָט ער געהאַלטן אונטער זיך; די הענט האָבן אונטערגעשפּאַרט זײַן גרויסן, קײַלעכדיקן בויך, מיטן פּופּיק אין דרויסן. ער איז גע­זעסן שטאָלץ און סטאַטיש, און בלויז זײַן אָפּגעגאָלטער קאָפּ מיט קורצע שוואַרצע בער­שטעלעך־וואָנצעס האָט זיך לײַכט געהוידעט הין און קריק, הין און קריק... דעם קליינעם יאַשען האָט זיך שטענדיק געדאַכט, אַז דער "קייסער" קוקט אים נאָך און ווייסט וועגן אַלע זײַנע שפּיצלעך. דעריבער איז ער טאַקע אַזוי אומצופֿרידן און שאָקלט אים כּסדר מיטן קאָפּ — "אײַ־אײַ־אײַ"... דער בליק האָט גענישטערט ווײַטער אין די ווינקלען פֿון צײַט, ביז ער האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף אַן אַנדער קאָפּ, אַ קעפּעלע, אויך פֿון אַ ליאַלקע, נאָר אַ לעבעדיקער, מיט שיטערע שוואַרצע הערעלעך און בלאָנדזשענדיקע מילכיקע אייגעלעך; דאָס צינגעלע, די גרייס פֿון אַ נאָגל אויפֿן גראָבן פֿינגער, שטופּט עס אַרויס און לעקט אָפּ די טראָפּנס וואַסער פֿון די ליפּעלעך — זײַן איינוואָכיק טעכטערל, מאַרינע. זיי האָבן דאָס קינד אָנגערופֿן נאָך, יאַשעס מאַמען, וואָס האָט געהייסן — מאַניע. פֿאַרשטענדלעך, אַז מאַניע איז צו אַלטמאָדיש, איז קלאַרע מסכּים געווען אויף מאַרינע, מאַרינעטשקע — עס קלינגט שיין. קלאַרע און איר מוטער האָבן מורא געהאַט עס צו באָדן, האָט יאַשע אויסגעפֿירט זײַן ערשטן פֿאָטערלעכן שליחות. פֿון וואַנען האָט זיך אין אים גענומען דער קוראַזש און דאָס קענען באָדן אַ פּיצל נפֿשל, וואָס לייגט זיך אויס אין גאַנצן אויף זײַן האַנט — פֿון דער דלאָניע ביזן עלנבויגן?..

רייטשעל האָט זיך באַוויזן אינעם צי­מער מיט אַ שמאָל־פֿירעקיקן, זילבערדיקן טאַץ אין די הענט און אויף אים — צוויי קליינע קעראַמישע טעפּעלעך קאַווע אויף שאָלעכלעך.

— נו, אָט איז מײַן פֿירמענע ישׂראל־קאַווע.

נישט באַקומענדיק קיין ענטפֿער האָט זי אָנגעבויגן צום גאַסט דעם קאָפּ און זיך אָנגעשטויסן אין זײַן שמייכל פֿונעם שלאָף. אַ פּאָר רגעס האָט געדויערט איר פֿאַר­לעגנ­הייט, דערנאָך האָט זי אָפּגעטראָגן דעם טאַץ אין קיך און געבראַכט פֿון דער שאַפֿע אינעם קאָרידאָרל אַ קישן מיט אַ דינער קאָלדרע. צוגעגאַנגען צו יאַשען, האָט זי אים לײַכט אָנגערירט בײַם אַקסל. ער האָט קוים אויפֿגעקלעפּט די אויגן, ווי אַ פֿאַר­טשאַ­דעטער, און עפּעס אַ מורמל געטאָן, מסתּמא אויף רוסיש, ווײַל רייטשעל האָט עס נישט פֿאַרשטאַנען.

— לייגט זיך צו, יאַשע, שעמט זיך נישט, — האָט זי זײַן מורמל פֿאַרטײַטשט אויף איר אייגענעם אופֿן.

רייטשעל האָט אים צוגעדעקט און שטיל זיך געלאָזט גיין אין צווייטן צימער, וווּ ס'האָט אויף איר געוואַרט די מאַמע.


1) שאַראַוואַרעס — פּלודערן

(המשך אין קומענדיקן נומער)

פֿאַרש

‫"פֿאַרש": ס'איז געווען מײַן טעות: איך האָב געקלעפּט און געשלעפּט די מעשׂה אין מײַן אייגענער טעקע אַרײַן, און די פֿראַזע "פֿון דער פֿאַרשניטענער יוגנט" איז אַרויסגעקומען אָפּגעהאַקט. ‬

צוויי ווערטער

‫צי קענט איר געבן צו פֿאַרשטיין די דאָזיקע צוויי ווערטער?

פֿאַרש (געבליבן פֿון זייער פֿאַרש)
פֿירמענע (אָט איז מײַן פֿירמענע ישׂראל־קאַווע)

Farsh

Ich bin geboiren in Ost Eirope un mir heisen "farsh" a tzemolt fleish("ground beef" in english). "Farshirovanaya ryba" meint "gefilter fish".