- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צוויי גרויסע, סופּער־געשעענישן האָט די וואָך איבערגעלעבט אַמעריקע: דעם "סופּערבאָל" און דעם "סופּערדינסטיק". אויב דער ערשטער "סופּער" איז פֿאַרבונדן מיט ספּאָרט, איז דער צווייטער "סופּער" געקניפּט און געבונדן מיטן רעזולטאַט פֿונעם אָנגייענדיקן קאַנדידאַטן־געיעג צו די פּרעזידענטישע וואַלן. אָבער אַמעריקע איז אַזאַ לאַנד, וווּ פּאָליטיק און ספּאָרט קאָנען גיין האַנט בײַ האַנט (אָדער פֿוס בײַ פֿוס) און דערהויבן ווערן אין די אויגן פֿונעם פֿאָלק צו איין מדריגה, ווײַל סײַ ספּאָרט און סײַ פּאָליטיק שטעקן אָן מיט אַזאַ אַזאַרט, אַז מע פֿאַרגעסט אַ געוויסע צײַט אין אַלע צרות, וואָס אויך אין אַמעריקע פֿעלן זיי נישט אויס. זענען מיר שוין, ברוך־השם, — אָבער נישט אַזוי בשלום — איבערגעקומען דעם ווינאָגראַד־קאָשמאַר, וועלכער האָט איבערגעלאָזט דעם ציבור אַ צעטומלטן און אים קיין רו נישט געבראַכט. "דאָס וועט מסתּמא זײַן" — האָבן מיר באַטאָנט אין אונדזער פֿאָריקן אַרטיקל — "דער סוף פֿון דעם ווינאָגראַד־געשפּענסט, וואָס איז געהאָנגען ווי אַ שווערער דראָענדיקער וואָלקן איבער דער פּאָליטישער אַרענע קרובֿ אַנדערטהאַלבן יאָר". און מיר האָבן צוגעגעבן, אַז "אין דער זעלבער צײַט, וועט דאָס זײַן אַן אָנהייב פֿון אַ נײַעם פּאָליטישן קעסלגרוב, פֿון אַ נײַער פֿאַזע אין דעם געראַנגל פֿאַר דער געשטאַלטונג פֿון דער מדינה אין דער צוקונפֿט". די וואָך, לכּבֿוד דעם יאָרצײַט פֿון מײַן טאַטן, ד״ר מרדכי שעכטער ז״ל, האָב איך זיך דערמאָנט אין אַ מעשׂה, וואָס ער פֿלעג אונדז דערציילן וועגן זײַן זיידן פֿונעם טאַטנס צד, דעם שוחט, ר׳ איציע־מרדכי, וועלכער איז געווען אַ גרויסער תּלמיד־חכם און אויך געהאַט סמיכה אויף רבנות. בײַ די קצבֿים פֿונעם שטעטל איז ר׳ איציע־מרדכי נישט געווען באַזונדערס באַליבט, ווײַל יעדעס מאָל, וואָס ער פֿלעג פּסקענען אַ בהמה פֿאַר טריף, האָט מען זי געמעגט פֿאַרקויפֿן נאָר צו אַ גוי, און במילא ממשותדיק אַראָפּלאָזן דעם פּרײַז. זיי רייטשעל האָט פֿאַרבעטן דעם אומדערוואַרטן גאַסט אַרײַנצוגיין אין שטוב, און אָנווײַזנדיק אויף אַ בענקל, לעבן דער טיר, געהייסן אים אַראָפּנעמען פֿון זיך די נאַסע בגדים. אַליין האָט זי זיך אַוועקגעטראָגן אין אַן אַנדער צימער און, כּל־זמן יאַשע האָט אַראָפּגעשלעפּט פֿון זיך דעם קורצן מאַנטל און די אויסגעווייקטע שווערע ספּאָרטשיך־"סניקערז", איז רייטשעל שוין געווען צוריק, האַלטנדיק אין דער האַנט אַ האַנטעך. מיט 110 יאָר צוריק, אין פֿרילינג 1898, האָט זיגמונד פֿרויד צוגעגרייט צום דרוק זײַן בוך וועגן דעם פּסיכאָלאָגישן באַדײַט פֿון חלומות. במשך פֿון טויזנטער יאָרן האָבן די מענטשן זיך ערנסט באַצויגן צו זייערע חלומות, און פֿלעגן זוכן אין זיי ענטפֿערס אויף פֿאַרשיידענע לעבנס-פֿראַגעס, פֿאָרויסזאָגונגען פֿון צוקונפֿט און אַנדערע מינים געהיימע אינפֿאָרמאַציע. צוליב פֿרוידס בוך, וואָס ווערט הײַנט פֿאַררעכנט ווי אַ קלאַסישע פּסיכאָלאָגיע-שטודיע, האָבן די פּסיכאָלאָגן אָנגעהויבן פֿאָרשן דעם אָפּטײַטשן פֿון חלומות און דעם פֿענאָמען פֿון חלומען גופֿא ווי אַן ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע דיסציפּלין. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו, ער זאָל אָנזאָגן די ייִדן צו געבן עטלעכע מינים מאַטעריאַלן — גאָלד, זילבער, קופּער, תּכלת-בלויע, פּורפּורנע און רויטע וואָל, פֿלאַקס, ציגן־וואָל, הויט פֿון בהמות, האָלץ פֿון אַ געוויסן מין בוים, איילבערט־אייל, געווירצן און אַדלשטיינער — כּדי צו שאַפֿן דעם משכּן, דאָס "וווינונג־אָרט" פֿאַר דער הייליקער שכינה. די גאַנצע הײַנטיקע פּרשה באַשטייט פֿון פּרטימדיקע אינסטרוקציעס, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע טיילן פֿונעם משכּן זאָלן אויסזען, און ווי אַזוי פּינקטלעך מע זאָל זיי קאָנסטרויִרן. מאָנטיק האָט זיך אין רוסלאַנד אָנגעהויבן די אָפֿיציעלע וואַל-קאָמפּאַניע, כאָטש יעדעס קינד ווייסט שוין, אַז דער קומענדיקער פּרעזידענט וועט בלי-ספֿק זײַן דמיטרי מעדוועדיעוו. קיין אַנדער סך-הכּל פֿון די פּרעזידענטישע וואַלן דעם 2טן מאַרץ קען פּשוט ניט זײַן. אַזוי פֿירט זיך עס שוין אין דעם נאָך-קאָמוניסטישן רוסלאַנד: באָריס יעלצין האָט איבערגעגעבן די לייצעס וולאַדימיר פּוטינען, און פּוטין גיט איצט איבער די זעלבע לייצעס אין די הענט פֿון דמיטרי מעדוועדיעוו. (סוף פֿון פֿריִערדיקן פֿון נומער) עס איז פֿאַראַן אַ מחלוקת לגבי די מאָטיוון פֿון סאַדאַטן צו קומען קיין ירושלים, אָן זיך באַראַטן מיט אַנדערע אַראַבישע פֿירער און אַפֿילו אָן זיך רעכענען מיט זייער מיינונג. דער אמת איז, אַז דרײַ טעג פֿאַרן קומען קיין ירושלים, האָט ער גערעדט מיטן סירישן פּרעזידענט האַפֿעז אַסאַד, אָבער זיך נישט גערעכנט מיט זײַן מיינונג. דער אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער, הענרי קיסינדזשער, איז בײַ דער מיינונג, אַז דער דעצידירנדיקסטער פֿאַקטאָר אין סאַדאַטס פֿילאָסאָפֿיע איז געווען דער סטראַטעגישער געדאַנק, דער סעזאָן פֿון "פֿילם־פֿעסטיוואַלן" און "פֿילם־פּריזן" האָט זיך אָנגעהויבן און דאָס שאַפֿט די געלעגנהייט צו זען פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע פֿילמען אין ניו־יאָרק מיט אַ ייִדישער טעמאַטיק. די דרײַ ווײַטערדיקע פֿילמען, איינער פֿון בראַזיל, איינער פֿון מעקסיקע און איינער פֿון רוסלאַנד באַהאַנדלען די אָרטיקער ייִדישע קהילות, און מע קען אַפֿילו הערן אַ מאָל אַ ייִדיש וואָרט אויך. וולאַדימיר חזן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסיש אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, איז באַקאַנט מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון פֿאַרגעסענע פֿיגורן פֿון דער ייִדיש־רוסישער קולטור. ער איז ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין די ליטעראַטן און קולטור־טוער, וואָס זייער לעבן און אַרבעט איז געווען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן מיט ארץ־ישׂראל. אָבער אַפֿילו צווישן זיי איז די פֿיגור פֿונעם קאַפּיטאַן אַריה באָיעווסקי (1891—1942) אַ יוצא־דופֿן. אַ רוסישער ים־מאַן, וועלכער האָט נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין ארץ־ישׂראל און איז געוואָרן איינער פֿון די גרינדער פֿון דעם ישׂראלדיקן פֿלאָט, איז דערצו נאָך געווען אַ באַגאַבטער דיכטער און זשורנאַליסט. אַ שלעכטע בשׂורה? "פֿון יעדן איינעם קען מען זיך אָפּלערנען אַ מוסר־השׂכּל", פֿלעג זאָגן מײַן מיטלשול־ (און דערנאָך מײַן פּריוואַטער) לערער, פֿישל הערשטיין, און דערנאָך צוגעבן, בדרך־הלצה — "אַפֿילו פֿון פֿרויען אויך". האָט ער שוין מיט אַ ברייטערן שמייכל דערקלערט, אַז דאָס האָט ער ווי אַ מסורה פֿון זײַן אייגענעם רבין. יענער פֿלעג אויפֿקלערן — "והוא ימשל בך" — מיטן טײַטש — "ער זאָל זיך בײַ איר אַראָפּנעמען אַ משל"! אָט דער שפּאַסיקער טײַטש איז מיר אײַנגעפֿאַלן בעתן לייענען אייערנעכטן אויפֿן לשונות־אַדרעס פֿון דער ייִדישער אינטערנעץ־זײַט — "מענדעלע" — אַ ידיעה וועגן מײַנע אַלטע באַקאַנטע, די קאָרנישלײַט: די תּושבֿים פֿון קאָרנישלאַנד אין סאַמע דרומדיקסטן טייל פֿון ענגלאַנד. דעם לעצטן סעמעסטער האָב איך אַרײַנגעקריגן אַ שיינע צאָל אַוואַנסירטע ייִדיש־סטודענטן אין מײַן קלאַס. אַ טייל פֿון ישׂראל, אַ טייל פֿון מײַנע "ייִדיש פֿאַר מיטעלע קלאַסן," און ס'רעשט אומגעריכטע חבֿרה. צווישן די בחורים און מיידלעך האָבן זיך שטאַרק אויסגעצייכנט צוויי בחורים — איינער פֿון דער פֿרומער מחנה און דער צווייטער פֿון די פֿרײַדענקער. אָט מיט די צוויי פֿון זיי וועל איך אײַך באַקענען, ווײַל זיי זײַנען ערנסטע און נעמען אויף ייִדישע ליטעראַרישע טעקסטן זייער ערנסט. |