פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מאָנטיק האָט זיך אין רוסלאַנד אָנגעהויבן די אָפֿיציעלע וואַל-קאָמפּאַניע, כאָטש יעדעס קינד ווייסט שוין, אַז דער קומענדיקער פּרעזידענט וועט בלי-ספֿק זײַן דמיטרי מעדווע­דיעוו. קיין אַנדער סך-הכּל פֿון די פּרעזידענטישע וואַלן דעם 2טן מאַרץ קען פּשוט ניט זײַן. אַזוי פֿירט זיך עס שוין אין דעם נאָך-קאָמוניסטישן רוסלאַנד: באָריס יעלצין האָט איבער­געגעבן די לייצעס וולאַדימיר פּוטינען, און פּוטין גיט איצט איבער די זעלבע לייצעס אין די הענט פֿון דמיטרי מעדווע­דיעוו.

אין אַמעריקע קערט זיך איבער די וועלט, די קאַנדיטאַטן פֿאָרן אַרום איבערן לאַנד, פֿאָרמולירן זייערע פּראָגראַמעס, קריגן זיך צי חבֿרן זיך (ווי בעת די לעצטע דעמאָקראַטישע דעבאַטן) איינער מיטן אַנדערן. און דער עולם הערט זיך אײַן, קלײַבט אויס, און ביז דעם לעצטן מאָמענט וועט עס בלײַבן ניט קלאָר, ווער פֿון די פֿאַרבליבענע פּאָר פּאָליטיקער וועט באַקומען דעם "פּראַוואָזשיטעלסטווע" אין "ווײַסן הויז".

רוסלאַנד שפּילט גאָר אַן אייגענעם טעאַ­טער, וואָס מע רופֿט "דעמאָקראַטיע", כאָטש עס האָט זייער אַ קנאַפּן שײַכות צו דעמאָ­קראַטיע. סײַדן די רייד גייט וועגן דער "אמתער דעמאָ­קראַטיע" פֿון די סאָוועטישע צײַטן. אין דעם באַשטייט טאַקע די קונץ פֿון דער איצטיקער פּאָליטישער סיסטעם אין רוסלאַנד, דהײַנו: עס האָט זייער אַ סך סאָוועטישקייט, בפֿרט אין דער דעמאַגאָגיע וואָס מע נוצט אין דער צענטראַליזירטער פּראָפּאַגאַנדע-מאַשין. ס׳איז דאָ, פֿאַרשטייט זיך, אויך אַ גוואַלדיקער אונ­טערשייד, אין פֿאַרגלײַך מיט דער סאָוועטישער סיסטעם. איך מיין דעם סטאַנדאַרט פֿון לעבן, וועלכן עס האָבן פֿאַר זיך געשאַפֿן די רוסישע פּני. זיי לעבן איצט אַזוי, אַז קיין סאָוועטישן אַפּאַראַטשיק האָט זיך עס אַפֿילו ניט געחלומט.

היט מען עס אָפּ. דער עיקר, דורך דערקוועטשן אַ וועל­כע עס זאָל ניט זײַן עפֿעקטיווע אָפּאָזיציע. מע ציטערט אַזוי, אַז אויף מאַלע וואָס דערקוועטשט מען אַפֿילו די קוים זשיפּענדיקע גרופּקעלעך מיט גאָר שוואַכע פֿירערס. ווײַל דאָס גאַנצע עשירות (בפֿרט אויב מיר רעדן וועגן גאָר משוגענע געלטער) האַלט זיך אויפֿן צונויפֿקנופּ צווישן די רײַכע יחידים און די מענטשן בײַם מלוכה-רודער. למשל, וווּ פֿאַרענדיקט זיך דער פּריוואַטער "גאַזפּראָם" און וווּ הייבט זיך אָן דער מלוכישער "גאַזפּראָם"? מע קען, פֿאַרשטייט זיך, זאָגן, אַז אויך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן זײַנען פֿאַראַן נאָענטע פֿאַרבינדונגען צווישן דעם קאַפּיטאַל און דער מאַכט. אָבער אין רוסלאַנד איז עס גאָר אַנדערש — אויף דעם ווײַזט אָן דער ענין פֿון מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקי. בעת אין אויסלאַנד קען אַ פֿאַרבינדונג מיט די הויכע פֿענצטער עפֿענען אַ צוטריט צו דער עקאָנאָמישער קאָרעטע (אַ שטייגער, צו פֿעטע קאָנטראַקטן אין איראַק), שפּילן די באַציִונגען מיט דער מאַכט אַ באמת גורלדיקע ראָלע אין רוסלאַנד.

די רוסישע בר-מזלס לעבן אַ טאָג. עס ציט זיי באַזונדערס קיין אייראָפּע, וווּ מע קויפֿט דירות און הײַזער, מע לערנט אויס די קינדער, און מע האַלט די געלטער. מע הערט עפּעס ניט וועגן דעם, אַז די רוסישע געשעפֿטלײַט זאָלן קויפֿן דירות אין דעלי צי טאָקיאָ. אָבער וועגן לאָנדאָן הערט מען עס די גאַנצע צײַט. און דאָס איז ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די רוסישע רעגירונג פֿירט זיך אויף זייער אַנטי-מערבֿדיק. קיין ראַציאָנעלן זין האָט עס, דאַכט זיך, ניט. עס לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל, אַז דער ציל פֿון אַזאַ אַנטי-מערבֿדיקער רעטאָריק איז צו איזאָלירן רוסלאַנד.

אַז מע קוקט זיך אײַן אין דער רשימה לענדער, וואָס חבֿרן זיך איצט מיט רוסלאַנד, באַקומט מען אַ קלוב, וווּ מע זעט כּמעט ניט קיין אייראָפּעיִשע לענדער. אַפֿילו אוקראַיִנע, וואָס איז קולטורעל און היסטאָריש אַזוי נאָענט צו רוסלאַנד, האַלט בײַם קויפֿן בילעטן אין דעם "נאַטאָ"־צוג און אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. גרוזיע קוקט אין דער זעלבער ריכטונג. כּמעט דער גאַנצער אַמאָליקער אייראָפּעיִשער סאָציאַליסטישער לאַגער — אַפֿילו די בידנע רומעניע — איז שוין אין "נאַטאָ" און אין דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע. זונטיק האָבן די סערבן אויסגעקליבן אַ פּראָ-מערבֿדיקן פּרעזידענט, באָריס טאַדיטש.

גאַנץ אָפֿט האָט מען איצט טענות צו די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַנדערע לענדער, אַז מע האָט דורכגעלאָזט דעם גינציקן מאָמענט, ווען מע האָט געקענט רויִק אינטעגרירן רוסלאַנד אין דער מערבֿדיקער סיסטעם. אַזאַ אינטעגראַציע וואָלט געמיינט אַ ריכטיקע דעמאָקראַטיזאַציע פֿון דער געזעלשאַפֿט. אָבער די רוסישע עליט האָט עס ניט געוואָלט. זיי ווילן "סטאַבילקייט", לכל-הפּחות, אין דער פֿאָרעם, ווי זיי פֿאַרשטייען עס, און זיי פֿאַרשטייען עס דווקא ווי אַ היפּוך צו "דעמאָקראַטיע".

און נאָך איין זייער וויכטיקע זאַך. אַ דאַנק דער קלאָרער מחיצה צווישן רוסלאַנד און דער מערבֿדיקער וועלט, האָבן די געוועזענע רוסישע קאָלאָניעס און סאַטעליטן געמוזט באַשליסן, מיט וועמען זיי ווילן גיין צום טיש. עס איז געוואָרן כּמעט אוממעגלעך צו בלײַבן ערגעץ "ניט אַהין און ניט אַהער". און די פּאָזיטיווע סך-הכּלען פֿון אַזאַ פּאָליטישן מצבֿ קען מען שוין זען, ווײַל אַ היפּש ביסל לענדער האָבן אויסגעקליבן פֿאַר זיך די שיטה צו האַלטן זיך פֿעסט אויף דער מערבֿדיקער זײַט פֿון דער מחיצה, און נאָך אַ צאָל לענדער זוכן טירלעך צי כאָטש שפּאַרונעס, וואָס פֿירן אויף דער מערבֿדיקער זײַט.

די רוסישע זעען עס, און אייניקע עקסטרעמע נאַציאָנאַ­ליסטן שעפּן פֿון דעם נחת. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז אַלע זײַנען צופֿרידן, בפֿרט צווישן די געשעפֿטסלײַט און די אינ­טעלעקטואַלן. מע האָפֿט פֿונדעסטוועגן, אַז דער נײַער פּרעזי­דענט, דמיטרי מעדוועדיעוו, וועט קאָרעגירן די פּאָלי­טיק און געפֿינען אַ וועג, ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט דער אַרומיקער וועלט.

הקיצור, לאָמיר זען. אָנהייב מאַרץ קען זײַן אין מאָסקווע זייער קאַלט. אָבער עס קען זיך אויך מאַכן אַן אָדליגע, אַז דאָס אײַז וועט לאָזן.

Medvedev

Ich hob geleient nisht lang tzurik in "Lenta.ru" az manche rusishe natzionalisten gloiben az Medvedev hot "idishe vortzlen" un zei hobn gevolt organizirn dem "Rusishen Marsh" kegen im oif dizen grunt. Es vert zeer interesant zain vi er batzit zich tzu di idn.