(סוף פֿון פֿריִערדיקן פֿון נומער)
עס איז פֿאַראַן אַ מחלוקת לגבי די מאָטיוון פֿון סאַדאַטן צו קומען קיין ירושלים, אָן זיך באַראַטן מיט אַנדערע אַראַבישע פֿירער און אַפֿילו אָן זיך רעכענען מיט זייער מיינונג. דער אמת איז, אַז דרײַ טעג פֿאַרן קומען קיין ירושלים, האָט ער גערעדט מיטן סירישן פּרעזידענט האַפֿעז אַסאַד, אָבער זיך נישט גערעכנט מיט זײַן מיינונג. דער אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער, הענרי קיסינדזשער, איז בײַ דער מיינונג, אַז דער דעצידירנדיקסטער פֿאַקטאָר אין סאַדאַטס פֿילאָסאָפֿיע איז געווען דער סטראַטעגישער געדאַנק, וועלכער האָט אים דערמעגלעכט צו אידענטיפֿיצירן די לעבנסוויכטיקע פֿאָקוסן פֿון אַ לאַגע און זיך דערהייבן איבער נישט קיין וויכטיקע אײַנצלהייטן צו דער מדרגה פֿון אַ וויזיאָנער, אַ פֿאָרזעער. און סאַדאַטס הויפּט ציל איז געווען צו באַקומען צוריק דעם סיני האַלב־אינדזל.
פֿון דער אַנדער זײַט, האָט דער געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון "אַל־אַהראַם", מוכאַמעד כייקאַל, געזען אין סאַדאַטס אויפֿפֿירונג אַן אַקט פֿון אַ מענטשן, וואָס האָט נישט אָפּגעשאַצט ווי ס׳באַדאַרף צו זײַן די עגיפּטישע געשיכטע און געאָגראַפֿיע; ער האָט כראָניש געליטן פֿון אַ נידעריקער זעלבסטשעצונג און געוואָרן באַאײַנפֿלוסט פֿון די מערבֿדיקע קאָמוניקאַציע־מיטלען בכלל, און דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע בפֿרט. נאָך אַן עלעמענט אין סאַדאַטס אויפֿפֿירונג — זײַן אַנטי־סאָוועטיזם. סאַדאַט איז געווען זייער אין כּעס אויף דער סאָוועטישער פֿירערשאַפֿט צוליב זייערע האַנדלונגען מכּוח געווער־באַזאָרגונג אין דער ראַם פֿון זײַנע צוגרייטונגען צו דער יום־כּיפּור מלחמה. סאַדאַט איז געווען איבערצײַגט, אַז די סאָוועטן האָבן אַן אינטערעס אָנצוהאַלטן די פֿאַרגליווערונג, די סטאַגנאַציע פֿונעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליק, כּדי צו פֿאַרזיכערן דורך דעם די אַראַבישע אָפּהענגיקייט פֿון די סאָוועטישע געווער־צושטעלונגען. אַ פּשוטע לאָגיק: אין דעם מאָמענט, ווען דער אַראַביש־ישׂראלדיקער קאָנפֿליקט וועט זיך ענדיקן, וועט מען זיך מער נישט נייטיקן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. סאַדאַט האָט אויך חושד געווען די סאָוועטן, אַז זיי שאַצן מער פֿון אים זײַן קעגנער אלי צאַברי ווי אַ יורש פֿון אַבדעל נאַסער. דעריבער האָט ער גלײַך מסכּים געווען מיט הענרי קיסינדזשער, ווען יענער האָט פֿאָרגעשלאָגן אויסצושליסן די סאָוועטן פֿון מיטל־לענדישע רעגולירונגען און האָט אונטערגעשטראָכן פֿאַר אים זײַן שטאַרקע קעגנערשאַפֿט צום קאָמוניזם, וואָס איז אין קעגנזאַץ צום איסלאַם.
דער וויצע־פּרעמיער פֿון עגיפּטן, כאַסאַן אַלטוהאַמי, וועלכער האָט אָנטיילגענומען אין די געשפּרעכן וועגן סאַדאַטס באַזוך אין ירושלים, האָט געטענהט, אַז סאַדאַטס באַשלוס האָט געהאַט דעם ציל אַרויסצוטרײַבן די סאָוועטן פֿון עגיפּטן נאָכדעם, ווי עס איז פֿאַר אים געוואָרן קלאָר, אַז די אומרוען אין עגיפּטן אין יאַנואַר 1977 זענען געווען אָרגאַניזירט פֿון די סאָוועטן מיטן קלאָרן ציל אים צו באַזײַטיקן. ליידער, טוט זייער ווייניק מובאַראַק, אַז זײַן פֿאָלק זאָל באַטראַכטן ישׂראל ווי אַ שכן פֿאַר אַן אמתן שלום, און אין די עגיפּטישע קאָמוניקאַציע־מיטלען ווערט ישׂראלס געשטאַלט פֿאַרקריפּלט. ישׂראל באַציט זיך צו אַ שלום מיט עגיפּטן, ווי צו אַ סטראַטעגיש פֿאַרמעגן, וואָס איז גוט פֿאַר ביידע לענדער און פֿאַרן מיטעלן מיזרח בכלל. אָבער ווײַזט אויס, אַז דער שלום איז הויפּטזאַכלעך ממשיך צו זײַן אָפּהענגיק פֿון ישׂראלס אָפּשרעק־כּוח און דער בעסטער אויסזיכט קען געגעבן ווערן דעם שלום מיט עגיפּטן דורך דער לענג פֿון זײַן עקזיסטענץ.
וואָס שייך די פּאַלעסטינער, שלעפּט זיך דער שלום־פּראָצעס מיט זיי שוין איבער 16 יאָר. די מאַדריד־קאָנפֿערענץ פֿון 30סטן אָקטאָבער 1991 האָט קיין תּכלית נישט געבראַכט, ווײַל יצחק שמיר, דער דעמאָלטיקער פּרעמיער־מיניסטער, האָט נישט געוואָלט אָנערקענען די ראָלע פֿון דער פּל״אָ, די פּאַלעסטינער באַפֿרײַונג־באַוועגונג. נאָכדעם ווי יצחק ראַבין האָט יאָ אָנערקענט די ראָלע פֿון דער פּל״אָ, זענען געקומען די אָסלאָ־אָפּמאַכן, אונטערגעשריבן דורך ראַבינען דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, און דאַן זענען געקומען דער חבֿרון־אָפּמאַך, אונטערגעשריבן דורך בנימין נתניהו דעם 15טן יאַנואַר 1997, און דער "וואַי־פּלאַנטאַציע" אָפּמאַך — דעם 23סטן אָקטאָבער 1998. נאָכדעם איז געקומען דער שאַרם־אַ־שייך אָפּמאַך, אונטערגעשריבן דורך אהוד ברק דעם 4טן סעפּטעמבער 1999. אַלע אָפּמאַכן האָט אונטערגעשריבן פֿון דער פּאַלעסטינער זײַט יאַסיר אַראַפֿאַט.
צווישן 12טן און 25סטן יולי 2000 האָט אהוד ברק, אַראַפֿאַט און פּרעזידענט ביל קלינטאָן זיך געטראָפֿן אין "קעמפּ־דייוויד". די אונטערהאַנדלונגען בײַם דאָזיקן צוזאַמענטרעף זענען דורכגעפֿאַלן און עס האָט אויסגעבראָכן די "אַל־אַקצאַ" אינטיפֿאַדע; דער שלום־פּראָצעס מיט די פּאַלעסטינער איז פֿאַרפֿרוירן געוואָרן.
דעם 24סטן יוני 2002 האָט פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, דער זון, פּראָקלאַמירט די "וועגן־מאַפּע" און דער פּאַלעסטינער־ישׂראלדיקער קאָנפֿליקט איז ווידער אַרויף אויף דער טאָג־אָרדענונג פֿון דער וועלט. ישׂראל האָט דעם 25סטן מײַ 2003 אַדאָפּטירט די "וועגן־מאַפּע" און עס איז געשאַפֿן געוואָרן דער "קוואַרטעט" — די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד, רוסלאַנד און די "יו־ען" — צו רעאַליזירן די "וועגן־מאַפּע". דעם 11טן נאָוועמבער 2004 איז אַראַפֿאַט געשטאָרבן און אויף זײַן פּלאַץ איז געקומען מאַכמוד אַבאַס (אַבו מאַזען).
דעם 26סטן און 27סטן נאָוועמבער 2007 איז פֿאָרגעקומען אין אַנאַפּאָליס, מיט דער באַטיילקונג פֿון 14 אויסערן־מיניסטאָרן פֿון 44 לענדער, צווישן זיי — 15 אַראַבישע — די קאָנפֿערענץ, וואָס איר צוועק איז געווען צו באַנײַען די אוטערהאַנדלונגען צו לייזן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. אין דער געמיינזאַמער ישׂראל־פּאַלעסטינער דעקלאַראַציע, געלייענט אויף דער קאָנפֿערענץ דורכן פּרעזידענט בוש ווערט געזאָגט, אַז דעם 12טן דעצעמבער 2007 וועלן די אונטערהאַנדלונג־מאַנשאַפֿטן אָנהייבן צו דיסקוטירן אַלע רעלעוואַנטע טעמעס. אהוד אָלמערט און אַבו מאַזען וועלן זיך טרעפֿן יעדע צוויי וואָכן, כּדי נאָכצופֿאָלגן די פֿאַרהאַדלונגען.
פּרעזידענט בוש האָט דערקלערט, אַז דער צוועק פֿון די אונטערהאַנדלונגען איז צו דערגרייכן אַ הסכּם וועגן אַ פּערמאַנענטער לייזונג פֿונעם קאָנפֿליקט ביזן סוף פֿון יאָר 2008. דעם 9טן יאַנואַר איז פּרעזידענט בוש אָנגעקומען אויף אַ דרײַ טאָגיקן באַזוך קיין ישׂראל און ראַמאַלאַ. אַ טאָג פֿאַר זײַן באַזוך האָבן זיך געטראָפֿן אין ירושלים אהוד אָלמערט און אַבו מאַזען און באַשלאָסן אָנצוהייבן די אונטערהאַנדלונגען וועגן די יסודותדיקע פּראָבלעמען פֿונעם קאָנפֿליקט: די גרענעצן, די פּליטים און ירושלים.
אין פֿאַרלויף פֿון זײַן באַזוך האָט בוש איבערגעחזרט זײַן רוף צו ישׂראל און די פּאַלעסטינער אָנצונעמען "ווייטיקדיקע" באַשלוסן, כּדי צו דערגיין צו אַ לייזונג פֿון צוויי מדינות זײַט בײַ זײַט. ער האָט אויך גערופֿן ישׂראל צו ליקווידירן די אומלעגאַלע קאָלאָניעס.
אָלמערט האָט געענטפֿערט, אַז ער איז גרייט אָנצונעמען אַזעלכע באַשלוסן, אָבער קודם־כּל, מוזן די פּאַלעסטינער מאַכן אַ סוף צום טעראָר. וועגן דעם האָט בוש געזאָגט, אַז ער פֿאַרשטייט זייער גוט, אַז ישׂראל קען נישט מסכּים זײַן, אַז בײַ איר גרענעץ זאָל זײַן אַ מדינה, וואָס איז אַ טעראָריסטישע באַזע און ער האָט צוגעזאָגט צו פֿרעגן אַבו מאַזען, בײַ זײַן באַזוך אין ראַמאַלאַ, וואָס דענקט ער צו טאָן וועגן ליקווידירן דעם טעראָר.
אין דער אַנאַפּאָליס־קאָנפֿערענץ האָט זיך אויך סיריע באַטייליקט. די לעצטע דירעקטע ישׂראל־סירישע אָפֿיציעלע אונטערהאַנדלונגען זענען פֿאָרגעקומען אין יאַנואַר 2000 אין שעפּערדסטאַון, מערבֿ־ווירדזשיניע, צווישן ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער אהוד ברק און סירישן אויסערן־מיניסטער פֿאַרוק אַשאַראַ, אונטערן פּראָטעקטאָראַט פֿון פּרעזידענט ביל קלינטאָן. אָבער עס איז גאָרנישט אַרויס פֿון דעם.
לויט דער פּרעסע האָט, ווי אַ המשך פֿון דער אַנאַפּאָליס־קאָנפֿערענץ, געזאָלט פֿאָרקומען אַ קאָנפֿערענץ אין מאָסקווע צו דערגרייכן אַ שלום צווישן ישׂראל און סיריע. לאָמיר האָפֿן, אַז אַזאַ טרעפֿונג וועגן אַ שלום וועט פֿאָרקומען. וועגן דעם ווילט זיך מיר ציטירן פּרעזידענט ביל קלינטאָנס דערקלערונג, געזאָגט בעת די אונטערהאַנדונגען אין שעפּערדסטאַון: "אויב די ישׂראל־סירישע אונטערהאַנדלונגען וועלן מצליח זײַן, וועלן זיך גלײַך אָנהייבן ישׂראל־לבֿנונישע אונטערהאַנדלונגען, וועלכע וועלן האָבן דעם זעלבן געלונגענעם רעזולטאַט, און מיר וועלן דאַן האָבן אַ קאָמפּלעטן־שלום אין מיטעלן מיזרח".