דאָס ייִנגל, מיקעל יואלסאַס, מיט זײַן עלטערן שכן, גערמאַנאָ האַיִט |
דער סעזאָן פֿון "פֿילם־פֿעסטיוואַלן" און "פֿילם־פּריזן" האָט זיך אָנגעהויבן און דאָס שאַפֿט די געלעגנהייט צו זען פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע פֿילמען אין ניו־יאָרק מיט אַ ייִדישער טעמאַטיק. די דרײַ ווײַטערדיקע פֿילמען, איינער פֿון בראַזיל, איינער פֿון מעקסיקע און איינער פֿון רוסלאַנד באַהאַנדלען די אָרטיקער ייִדישע קהילות, און מע קען אַפֿילו הערן אַ מאָל אַ ייִדיש וואָרט אויך.
"דאָס יאָר ווען מײַנע טאַטע־מאַמע זענען אַוועק אויף וואַקאַציע"
דער "אָפֿיציעל אויסגעקליבענער" פֿילם פֿאַר די "אָסקאַר"־פּריזן פֿון בראַזיל הייסט "דאָס יאָר ווען מײַנע טאַטע־מאַמע זענען געפֿאָרן אויף וואַקאַציע", רעזשיסירט פֿון טשאַו האַמבורגער. אַ נישט־דערוואַרטער סורפּריז אינעם פֿילם איז, וואָס די עלטערע ייִדן רעדן אויף ייִדיש און דער עולם באַקומט אַ בילד פֿונעם ייִדישן לעבן אין בראַזיל מיט 38 יאָר צוריק.
די מעשׂה קומט פֿאָר אין 1970, ווען אין בראַזיל האָבן געקעמפֿט די "לינקע" און "רעכטע" כּוחות. דאָס 12־יאָריקע ייִנגל, מאַוראָ, ווערט געבראַכט צו זײַן זיידן, ווײַל זײַנע טאַטע־מאַמע מוזן אַנטלויפֿן אין אונטערערד. אָבער דאָס ייִנגל בלײַבט וווינען מיטן אַלטן ייִד, שלמה, דעם זיידנס שכן, אַן אימיגראַנט פֿון דער אַלטער היים, וואָס האָט זייער ווייניק בשותּפֿות מיטן אַסימילירטן ייִנגל. די צוויי הויפּט־כאַראַקטערן באַקענען זיך נעענטער, כאָטש זיי זענען פֿון צוויי גאָר פֿאַרשיידענע וועלטן. צווישן זיי אַנטוויקלען זיך וואַרעמע באַציִונגען. שלמה איז אַ שמשׂ אין דער אָרטיקער שיל און מאַוראָ ווערט אַ טייל פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער קהילה אין בראזיל. די געגנט, וווּ דער פֿילם קומט פֿאָר אין סאַן־פּאַולאָ, הייסט די "באָם־רעטיראָ". אין די 1970ער יאָרן איז זי באַשטאַנען פֿון אַן עטנישן געמיש פֿון פֿאַרשיידענע אימיגראַנטן — אַראַבער, גריכן און איטאַליענער, וועלכע האָבן בשלום געלעבט צוזאַמען.
אין 1970 האָט דאָס לאַנד בראַזיל דורכגעמאַכט אַ שווערע תּקופֿה. אַ מיליטערישע דיקטאַטור האָט דעמאָלט געהערשט (אָנגעהויבן אין 1964 ביז 1985) און די אוניווערסיטעט־סטודענטן האָבן זיך אַקעגנגעשטעלט. דאָס האָט געפֿירט צו בלוטיקע קאָנפֿראָנטאַציעס; אין דער זעלביקער צײַט האָט בראַזיל זיך באַטייליקט אין דער פֿוטבאָל־וועלט־מײַסטערשאַפֿט און דאָס גאַנצע לאַנד, אַרײַנגערעכט די עלטערע ייִדן־אימיגראַנטן, איז געזעסן, ווי צוגעקלעפּט צו די טעלעוויזאָרן.
דער אַקטיאָר וואָס שפּילט דאָס ייִנגל מאַוראָ, מיקעל יואלסאַס, איז אַ ייִד און לערנט זיך אין אַ ייִדישער שול אין סאַן־פּאַולאָ. דער עלטערער אַקטיאָר וואָס שפּילט שלמה, הייסט גערמאַנאָ האַיִט און האָט זיך ערשט, אויף דער עלטער, אַרײַנגעלאָזט אין דער טעאַטער־וועלט, נאָך דעם ווי ער האָט געשפּילט אין ייִדישע קהילה־פֿאָרשטעלונגען.
אינעם פֿילם, וויל דער רעזשיסאָר און מיט־סצענאַריסט, האַמבורגער, דערציילן אַ מעשׂה וועגן מענטשן, וואָס זענען אין גלות אינעם אייגענעם לאַנד — סײַ צוליב פּאָליטיק, סײַ צוליב דער אימיגראַנטישער איבערלעבונג. ניצנדיק פֿוטבאָל ווי אַ הינטערגרונט, האָט ער מצליח געווען אין זײַן ציל סײַ פֿון אַ פֿאַרווײַלערישער זײַט, סײַ פֿון אַן ערנסטער זײַט.
"לאַבירינטן פֿונעם זכּרון"
ווי אַ טייל פֿונעם "ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל 2008" אין ניו־יאָרק, האָט מען געוויזן אַ טשיקאַוון פֿילם פֿון מעקסיקע "די לאַבירינטן פֿונעם זכּרון", אַ פֿילם פֿון גיטאַ שיפֿטער. די רעזשיסאָרין שטאַמט פֿון קאָסטאַ־ריקאַ, אָבער וווינט יאָרן לאַנג אין מעקסיקע. אירע טאַטע־מאַמע זענען געקומען פֿאַר דער מלחמה קיין קאָסטאַ־ריקאַ, און איר טאַטע האָט זיך גוט צוגעפּאַסט צום נײַעם לאַנד, און לויט איר — "איז דאָס לאַנד געווען גוט צו אים, און ער איז געווען גוט צום לאַנד" — און איר משפּחה האָט דאָרטן געבליט.
אָבער אפֿשר ווי אַלע גלות־ייִדן און זייערע קינדער, אַפֿילו אין די בעסטע אומשטאַנדן, קריכט אַרײַן דאָס געפֿיל אין מוח, אַז דאָס נײַע לאַנד איז פֿאָרט נישט קיין היימלאַנד, און אַז מען איז אַ פֿרעמדער. האָט שיפֿטער אויסגעזוכט אַלטע לאַנדסלײַט פֿון אירע טאַטע־מאַמע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זיי אויסגעפֿרעגט וועגן דער אַלטער היים, און דערנאָך צוריקגעפֿאָרן קיין אייראָפּע צו זען די שטעטלעך, איינס אין אוקראַיִנע (דעלעטין, מיזרח־גאַליציע) און איינס אין דער ליטע.
אָבער דער פֿילם איז נישט קיין געוויינטלעכער פֿילם אין וועלכן מע זוכט די "וואָרצלען" פֿון אָמאָל. שיפֿטער האָט באַשלאָסן צו פֿילמירן די געשיכטע פֿון נאָך אַ פֿרוי — אַ פּאַראַלעל צו איר לעבן. די אַנדערע פֿרוי, מײַטע גיטעראַס, איז געווען פֿון אַ מעקסיקאַנער אינדיאַנישער משפּחה אָבער איז אַדאָפּטירט געוואָרן פֿון אַ מעקסיקאַנער ווײַסער פֿרוי, אַ באַקאַנטער אַנטראָפּאָלאָגין, קאַליסטאַ גיטערעס (1905־1988), וואָס האָט זי גענומען מיט זיך קיין קובאַ, ווײַל זי איז געווען אַ פֿאַרברענטע "לינקע" און געגלייבט אין דער קובאַנישער אידעאָלאָגיע. איז די טאָכטער אויפֿגעוואַקסן אין קובאַ און חתונה געהאַט און אויפֿגעהאָדעוועט אַ משפּחה. נאָך דעם ווי איר "צווייטע" מאַמע איז געשטאָרבן, איז זי געוואָרן נײַגעריק צו וויסן, ווער איז געווען איר אמתע מאַמע.
האָט די פֿילם־מאַכערין אויסגעפֿונען ווער איר מאַמע איז געווען און זי האָט צונויפֿגעפֿירט די אַדאָפּטירטע טאָכטער מיט איר אמתער מאַמע. די באַגעגעניש אין מעקסיקע איז גאָר רירנדיק, און די מעשׂה וואָס די מאַמע פֿון מײַטע דערצייט — ווי אַזוי זי איז טראָגעדיק געוואָרן ווי אַ מיידל, און פֿאַר וואָס זי האָט זי אַוועקגעגעבן אויף אַדאָפּטירונג, — וועט זיכער שאָקירן דעם עולם.
אין דער פּאַראַלעלער געשיכטע פֿון גיטאַ שיפֿטער זעט מען, ווי זי פֿאָרט אין די שטעטלעך פֿון אירע טאַטע־מאַמע און פֿרעגט אויס בײַ די געבליבענע עלטערע לײַט, נישט־ייִדן, (קיין ייִדן זענען, פֿאַרשטייט זיך, נישט געבליבן) וועגן איר משפּחה. זי זוכט אויס די אַלטע היימען פֿון איר משפּחה און באַמיט זיך צו רעקאָנסטרויִרן די טראַגישע געשעענישן ווען מע האָט אויסגעהרגעט אָדער אַוועקגעפֿירט די ייִדן פֿון שטעטל.
איר מומע האָבן די גוטע פּויערים אויסבאַהאַלטן, און זי געפֿינט דעם בונקער. אַנדערע פּויערים געדענקען די משפּחה און די "לאַבירינטן" פֿון איר זכּרון באַקומען נײַע וועגן. צום סוף, בלײַבן די געשיכטעס פֿון ביידע פֿרויען געבונדן דורך זייערע זוכענישן פֿאַר אַן אמתער היים; אין ביידע פֿאַלן פֿילן זיי זיך נאָך אַלץ נישט אין דער היים, אָבער צופֿרידן פֿון דעם זוכעניש.
"רויטער ציון"
צום ערשטן מאָל אין אַמעריקע האָט מען געוויזן דעם פֿילם "רויטער ציון", אַ היסטאָרישער דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס באַהאַנדלט די געשיכטע פֿון די סאָוועטישע ייִדישע אַגריקולטור־קאָלאָניעס אינעם קרים און ביראָבידזשאַן פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן, זייער אויפֿקום און אונטערגאַנג. דער רעזשיסאָר עווגני צימבאַל האָט געהאַט בײַ דער האַנט נײַע פֿילם־אַרכיוו־מאַטעריאַלן, וואָס מיר אין די מערבֿ־לענדער האָבן נאָך נישט געזען און אַ דאַנק די אַרכיוו־פֿילמען, איז דער פֿילם אַן אינטערעסאַנטער.
אָבער דער אופֿן ווי דער רעזשיסאָר האָט אָרגאַניזירט זײַן פֿילם, איז נישט אַזוי שאַפֿעריש, און דער טאָן פֿונעם נאַראַטאָר, וואָס מע הערט די גאַנצע צײַט, גייט אויף די נערוון. קיין איין עדות פֿון די אַמאָליקע קאָלאָניעס אינטערוויויִרט מען נישט און דער צוגאַנג וואָלט בעסער געפּאַסט צו אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם, ווי פֿאַר אַ פֿילם.
פֿון דעסטוועגן, ווי געזאָגט, ראַטעווען דעם פֿילם די פֿראַגמענטן פֿון די אַלטע אַרכיוו־פֿילמען — סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע־פֿילמען וועגן די קאָלאָניעס, וועלכע מע האָט געוויזן אין די קינאָס איבער דער וועלט פֿאַרן חורבן, אָבער אונדז זענען זיי נאָך נישט באַקאַנט. דער פֿילם איז כּדאַי צו זען, נישט געקוקט אויף דער נאַראַטיווער אומגעלומפּערטקייט; אַ טרויעריק קאַפּיטל פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן אידעאַליזם.