קינאָ
דאָס ייִנגל, מיקעל יואלסאַס, מיט זײַן עלטערן שכן, גערמאַנאָ האַיִט
דאָס ייִנגל, מיקעל יואלסאַס, מיט זײַן עלטערן שכן, גערמאַנאָ האַיִט

דער סעזאָן פֿון "פֿילם־פֿעסטיוואַלן" און "פֿילם־פּריזן" האָט זיך אָנגעהויבן און דאָס שאַפֿט די געלעגנהייט צו זען פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע פֿילמען אין ניו־יאָרק מיט אַ ייִדישער טעמאַטיק. די דרײַ ווײַטערדיקע פֿילמען, איינער פֿון בראַזיל, איינער פֿון מעקסיקע און איינער פֿון רוסלאַנד באַהאַנדלען די אָרטיקער ייִדישע קהילות, און מע קען אַפֿילו הערן אַ מאָל אַ ייִדיש וואָרט אויך.

"דאָס יאָר ווען מײַנע טאַטע־מאַמע זענען אַוועק אויף וואַקאַציע"

דער "אָפֿיציעל אויסגעקליבענער" פֿילם פֿאַר די "אָסקאַר"־פּריזן פֿון בראַזיל הייסט "דאָס יאָר ווען מײַנע טאַטע־מאַמע זענען געפֿאָרן אויף וואַקאַציע", רעזשיסירט פֿון טשאַו האַמבורגער. אַ נישט־דערוואַרטער סורפּריז אינעם פֿילם איז, וואָס די עלטערע ייִדן רעדן אויף ייִדיש און דער עולם באַקומט אַ בילד פֿונעם ייִדישן לעבן אין בראַזיל מיט 38 יאָר צוריק.

די מעשׂה קומט פֿאָר אין 1970, ווען אין בראַזיל האָבן געקעמפֿט די "לינקע" און "רעכ­טע" כּוחות. דאָס 12־יאָריקע ייִנגל, מאַוראָ, ווערט געבראַכט צו זײַן זיידן, ווײַל זײַנע טאַטע־מאַמע מוזן אַנטלויפֿן אין אונטערערד. אָבער דאָס ייִנגל בלײַבט וווינען מיטן אַלטן ייִד, שלמה, דעם זיידנס שכן, אַן אימיגראַנט פֿון דער אַלטער היים, וואָס האָט זייער ווייניק בשותּפֿות מיטן אַסימילירטן ייִנגל. די צוויי הויפּט־כאַראַקטערן באַקענען זיך נעענטער, כאָטש זיי זענען פֿון צוויי גאָר פֿאַרשיידענע וועלטן. צווישן זיי אַנטוויקלען זיך וואַרעמע באַציִונגען. שלמה איז אַ שמשׂ אין דער אָרטיקער שיל און מאַוראָ ווערט אַ טייל פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער קהילה אין בראזיל. די געגנט, וווּ דער פֿילם קומט פֿאָר אין סאַן־פּאַולאָ, הייסט די "באָם־רעטיראָ". אין די 1970ער יאָרן איז זי באַשטאַנען פֿון אַן עטנישן געמיש פֿון פֿאַר­שיידענע אימיגראַנטן — אַראַבער, גריכן און איטאַליענער, וועלכע האָבן בשלום געלעבט צוזאַמען.

אין 1970 האָט דאָס לאַנד בראַזיל דורכ­גע­מאַכט אַ שווערע תּקופֿה. אַ מילי­טערישע דיקטאַטור האָט דעמאָלט גע­הערשט (אָנגע­הויבן אין 1964 ביז 1985) און די אוני­ווער­סיטעט־סטודענטן האָבן זיך אַקעגנ­גע­שטעלט. דאָס האָט געפֿירט צו בלוטיקע קאָנ­פֿראָנטאַציעס; אין דער זעלביקער צײַט האָט בראַזיל זיך באַטייליקט אין דער פֿוט­באָל־וועלט־מײַסטערשאַפֿט און דאָס גאַנצע לאַנד, אַרײַנגערעכט די עלטערע ייִדן־אימי­גראַנטן, איז געזעסן, ווי צוגעקלעפּט צו די טעלעוויזאָרן.

דער אַקטיאָר וואָס שפּילט דאָס ייִנגל מאַוראָ, מיקעל יואלסאַס, איז אַ ייִד און לערנט זיך אין אַ ייִדישער שול אין סאַן־פּאַולאָ. דער עלטערער אַקטיאָר וואָס שפּילט שלמה, הייסט גערמאַנאָ האַיִט און האָט זיך ערשט, אויף דער עלטער, אַרײַנגעלאָזט אין דער טעאַטער־וועלט, נאָך דעם ווי ער האָט געשפּילט אין ייִדישע קהילה־פֿאָרשטעלונגען.

אינעם פֿילם, וויל דער רעזשיסאָר און מיט־סצענאַריסט, האַמבורגער, דערציילן אַ מעשׂה וועגן מענטשן, וואָס זענען אין גלות אינעם אייגענעם לאַנד — סײַ צוליב פּאָליטיק, סײַ צוליב דער אימיגראַנטישער איבערלעבונג. ניצנ­דיק פֿוטבאָל ווי אַ הינטערגרונט, האָט ער מצליח געווען אין זײַן ציל סײַ פֿון אַ פֿאַר­ווײַ­לערישער זײַט, סײַ פֿון אַן ערנסטער זײַט.

"לאַבירינטן פֿונעם זכּרון"

ווי אַ טייל פֿונעם "ייִדישן פֿילם־פֿעס­טיוואַל 2008" אין ניו־יאָרק, האָט מען גע­וויזן אַ טשיקאַוון פֿילם פֿון מעקסיקע "די לאַבירינטן פֿונעם זכּרון", אַ פֿילם פֿון גיטאַ שיפֿטער. די רעזשיסאָרין שטאַמט פֿון קאָסטאַ־ריקאַ, אָבער וווינט יאָרן לאַנג אין מעקסיקע. אירע טאַטע־מאַמע זענען געקומען פֿאַר דער מלחמה קיין קאָסטאַ־ריקאַ, און איר טאַטע האָט זיך גוט צוגעפּאַסט צום נײַעם לאַנד, און לויט איר — "איז דאָס לאַנד געווען גוט צו אים, און ער איז געווען גוט צום לאַנד" — און איר משפּחה האָט דאָרטן געבליט.

אָבער אפֿשר ווי אַלע גלות־ייִדן און זייערע קינדער, אַפֿילו אין די בעסטע אומשטאַנדן, קריכט אַרײַן דאָס געפֿיל אין מוח, אַז דאָס נײַע לאַנד איז פֿאָרט נישט קיין היימלאַנד, און אַז מען איז אַ פֿרעמדער. האָט שיפֿטער אויסגעזוכט אַלטע לאַנדסלײַט פֿון אירע טאַטע־מאַמע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זיי אויסגעפֿרעגט וועגן דער אַלטער היים, און דערנאָך צוריקגעפֿאָרן קיין אייראָפּע צו זען די שטעטלעך, איינס אין אוקראַיִנע (דעלעטין, מיזרח־גאַליציע) און איינס אין דער ליטע.

אָבער דער פֿילם איז נישט קיין געוויינט­לעכער פֿילם אין וועלכן מע זוכט די "וואָרצלען" פֿון אָמאָל. שיפֿטער האָט באַשלאָסן צו פֿילמירן די געשיכטע פֿון נאָך אַ פֿרוי — אַ פּאַראַלעל צו איר לעבן. די אַנדערע פֿרוי, מײַטע גיטעראַס, איז געווען פֿון אַ מעקסיקאַנער אינדיאַנישער משפּחה אָבער איז אַדאָפּטירט געוואָרן פֿון אַ מעקסיקאַנער ווײַסער פֿרוי, אַ באַקאַנטער אַנטראָפּאָלאָגין, קאַליסטאַ גיטערעס (1905־1988), וואָס האָט זי גענומען מיט זיך קיין קובאַ, ווײַל זי איז געווען אַ פֿאַרברענטע "לינקע" און געגלייבט אין דער קובאַנישער אידעאָלאָגיע. איז די טאָכטער אויפֿגעוואַקסן אין קובאַ און חתונה געהאַט און אויפֿגעהאָדעוועט אַ משפּחה. נאָך דעם ווי איר "צווייטע" מאַמע איז געשטאָרבן, איז זי געוואָרן נײַגעריק צו וויסן, ווער איז געווען איר אמתע מאַמע.

האָט די פֿילם־מאַכערין אויסגעפֿונען ווער איר מאַמע איז געווען און זי האָט צונויפֿ­געפֿירט די אַדאָפּטירטע טאָכטער מיט איר אמתער מאַמע. די באַגעגעניש אין מעק­סיקע איז גאָר רירנדיק, און די מעשׂה וואָס די מאַמע פֿון מײַטע דערצייט — ווי אַזוי זי איז טראָ­געדיק געוואָרן ווי אַ מיידל, און פֿאַר וואָס זי האָט זי אַוועקגעגעבן אויף אַדאָפּ­טירונג, — וועט זיכער שאָקירן דעם עולם.

אין דער פּאַראַלעלער געשיכטע פֿון גיטאַ שיפֿטער זעט מען, ווי זי פֿאָרט אין די שטעטלעך פֿון אירע טאַטע־מאַמע און פֿרעגט אויס בײַ די געבליבענע עלטערע לײַט, נישט־ייִדן, (קיין ייִדן זענען, פֿאַרשטייט זיך, נישט געבליבן) וועגן איר משפּחה. זי זוכט אויס די אַלטע היימען פֿון איר משפּחה און באַמיט זיך צו רעקאָנסטרויִרן די טראַגישע געשעענישן ווען מע האָט אויסגעהרגעט אָדער אַוועקגעפֿירט די ייִדן פֿון שטעטל.

איר מומע האָבן די גוטע פּויערים אויס­באַ­האַלטן, און זי געפֿינט דעם בונקער. אַנדערע פּויערים געדענקען די משפּחה און די "לאַ­בירינטן" פֿון איר זכּרון באַקומען נײַע וועגן. צום סוף, בלײַבן די געשיכטעס פֿון ביידע פֿרויען געבונדן דורך זייערע זוכענישן פֿאַר אַן אמתער היים; אין ביידע פֿאַלן פֿילן זיי זיך נאָך אַלץ נישט אין דער היים, אָבער צופֿרידן פֿון דעם זוכעניש.

"רויטער ציון"

צום ערשטן מאָל אין אַמעריקע האָט מען געוויזן דעם פֿילם "רויטער ציון", אַ היס­טאָרי­שער דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס באַהאַנדלט די געשיכטע פֿון די סאָוועטישע ייִדישע אַג­ריקול­טור־קאָלאָניעס אינעם קרים און ביראָבידזשאַן פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן, זייער אויפֿ­קום און אונטערגאַנג. דער רעזשיסאָר עווגני צימבאַל האָט געהאַט בײַ דער האַנט נײַע פֿילם־אַרכיוו־מאַטעריאַלן, וואָס מיר אין די מערבֿ־לענדער האָבן נאָך נישט געזען און אַ דאַנק די אַר­כיוו־פֿילמען, איז דער פֿילם אַן אינטע­רעסאַנטער.

אָבער דער אופֿן ווי דער רעזשיסאָר האָט אָרגאַניזירט זײַן פֿילם, איז נישט אַזוי שאַפֿעריש, און דער טאָן פֿונעם נאַראַטאָר, וואָס מע הערט די גאַנצע צײַט, גייט אויף די נערוון. קיין איין עדות פֿון די אַמאָליקע קאָלאָניעס אינטערוויויִרט מען נישט און דער צוגאַנג וואָלט בעסער געפּאַסט צו אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם, ווי פֿאַר אַ פֿילם.

פֿון דעסטוועגן, ווי געזאָגט, ראַטעווען דעם פֿילם די פֿראַגמענטן פֿון די אַלטע אַרכיוו־פֿילמען — סאָוועטישע פּראָפּאַגאַנדע־פֿילמען וועגן די קאָלאָניעס, וועלכע מע האָט געוויזן אין די קינאָס איבער דער וועלט פֿאַרן חורבן, אָבער אונדז זענען זיי נאָך נישט באַקאַנט. דער פֿילם איז כּדאַי צו זען, נישט געקוקט אויף דער נאַראַטיווער אומגעלומפּערטקייט; אַ טרויעריק קאַפּיטל פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן אידעאַליזם.

Roiter Tzion

Es iz faran a greiser untersheid tzvishn idishe kolonisten in Krim un in Birobidzhan. Di kolonisten in Krim zainen fast alle umgebracht gevoren durch di daitchen, ober in Birobidzhan zei hobn alle iberlebt dem krig. Zeier einiklech leben "ad hayom" in Birobidzhan tomer zei zainen nisht gegangen kein Isroel oder Amerike. Un ich hob geleient az manche fun zei afile keren tzurik kein Birobidzhan fun Isroel un andere pletzer.