פֿאַרשײדנס

אַ שלעכטע בשׂורה?

"פֿון יעדן איינעם קען מען זיך אָפּלערנען אַ מוסר־השׂכּל", פֿלעג זאָגן מײַן מיטלשול־ (און דערנאָך מײַן פּריוואַטער) לערער, פֿישל הערשטיין, און דערנאָך צוגעבן, בדרך־הלצה — "אַפֿילו פֿון פֿרויען אויך". האָט ער שוין מיט אַ ברייטערן שמייכל דערקלערט, אַז דאָס האָט ער ווי אַ מסורה פֿון זײַן אייגענעם רבין. יענער פֿלעג אויפֿקלערן — "והוא ימשל בך" — מיטן טײַטש — "ער זאָל זיך בײַ איר אַראָפּנעמען אַ משל"! אָט דער שפּאַסיקער טײַטש איז מיר אײַנגעפֿאַלן בעתן לייענען אייער­נעכטן אויפֿן לשונות־אַדרעס פֿון דער ייִדישער אינטערנעץ־זײַט — "מענדעלע" — אַ ידיעה וועגן מײַנע אַלטע באַקאַנטע, די קאָרניש­לײַט: די תּושבֿים פֿון קאָרנישלאַנד אין סאַמע דרומ­דיקסטן טייל פֿון ענגלאַנד. לויט דער ידיעה, האַלטן איצט די שפּראַך־אַקטי­וויסטן בײַ זיי, אַז מע דאַרף זיך קודם־כּל אָפּ­געבן מיט דער אָרטאָגראַפֿיע פֿון דער שפּראַך.

איך האָב זיך פֿון זיי נישט געריכט אויף דעם. נאָך אַזוי פֿיל יאָרן פֿון זײַן אַרײַנ­געטאָן (אָדער אויב איר ווילט: אַזוי פֿיל יאָר­הונדערטער אַרײַנגעטאָן) אין דער שפּראַך־אַר­בעט, זאָל מען נאָך אַלץ לפּנים באַגיין אַזאַ האַרבן טעות. דאָס איז באמת ניט צו פֿאַר­שטיין און איז אויך ניט קיין גוטער סימן.

וואָס קומט דאָ פֿאָר? ווען אויסלייג איז באמת די וויכטיקסטע פֿראַגע אויפֿן טיש, קען מען דערנאָך זיך נעמען צו שרײַבן לערן־ביכער פֿאַר קליין און גרויס. פֿון אַזאַ סדר פֿון פּריאָריטעטן באַקומט זיך, אַז אויסלערנען יענעם, און אויך זיך אַליין, דאָס געדרוקטע צי געשריבענע לשון ווי, למשל, מען טוט בלית־ברירה בײַם דעשיפֿרירן אַ היסטאָרישן טעקסט פֿון די אור־אַלטע צײַטן פֿון פֿינף אָדער צען טויזנט יאָר צוריק, איז מער וויכטיק ווי דאָס רעדן די שפּראַך. אַזאַ צוגאַנג קומט פֿאָר, ווען קיין לעבעדיקער זכר פֿונעם לשון איז שוין לאַנג ניט געבליבן, ווי ס‘איז דער פֿאַל מיט צענדליקער אויסגעלערנטע לשונות; דאָרטן למשל, ווי סע זענען אויפֿגעקומען און דאַן ערשט אונטערגעגאַנגען די קלאַסישע אימפּעריאַלע לשונות, מערסטע, עד־היום, נאָך נישט קיין דעשיפֿרירטע, למשל דאָס "לי­ניאַראַ א" און דאָס "ליניאַראַ ב" בײַ די עטרוס­קער; ווי אויך דאָרטן, וווּ שׂונאים האָבן אויסגעהרגעט אַלעמען, אָדער בײַ די וואָס דאָס אייגענע לשון איז בײַ זיי אין די אויגן אַזוי פֿאַרמיאוסט געוואָרן.

בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן האָט מען מיט הונדערט יאָר צוריק געהאַלטן, אַז עבֿרית טויג נאָר פֿאַרן לימוד סידור־לייענען, מיטן תּירוץ, אַז אויף דעם דאַרף מען דאָך ניט פֿאַרשטיין, וואָס מען לייענט! דאָס איז געווען אַ מעכאַניש לייענען, וואָס האָט פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון לייענען און שרײַבן עבֿרית/לשון־קודש מיט פֿאַרשטאַנד. אין די תּפֿוצות, איז דאָס לייענען עבֿרית מיט פֿאַרשטאַנד פֿאַרן געוויינטלעכן תּלמיד געוואָרן אַ מעגלעכע ציל ערשט נאָך דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל. דעמאָלט האָט די פּערזענלעכע פֿאַרבינדונג מיטן לאַנד און אירע לערערישע פֿאָרשטייערס געקענט דערגרייכן דעם ציל.

אין מיזרח־אייראָפּע האָט דאָס זאַץ־נאָך־זאַץ טײַטשן אויף ייִדיש במשך פֿון יאָרן לאַנג צוגעגעבן אַ מיין צום לשון־קודש, וואָס קאָרניש האָט קיין מאָל ניט געקענט באַקומען לגבי ענגליש. דעם מעטאָד פֿון "מעכאַניש לייענען אָן קיין שום פֿאַרשטאַנד" האָט מען אויך באַנוצט אָן טענות בײַם לערנען לאַטײַן און גריכיש, כאָטש וואָס שייך יענע קלאַסישע לשונות איז קיינעם נישט אײַנגעפֿאַלן זיי מחיה־מתים צו זײַן.

אויב ניט באַלד לייענען, איז וואָס זשע דען זאָל מען לערנען?

מע זאָגט, אַז "דער וואָרעם קריכט אַרײַן אין כריין און מיינט, אַז קיין זיסערס איז נישטאָ". אַזוי איז אויך בײַ די לערערס פֿון קאָרניש, אָדער אויך די לערערס פֿון וועלט­לעכן ייִדיש, אָדער פֿון אַנדערע לשונות, וועמען עס פֿעלט נעבעך אַ לעבעדיקע פּול­סירנדיקע לשונדיקע סבֿיבה אַרום דער שול, אַרום די תּלמידים, אַרום די לערערס, אַרום די עלטערן פֿון די קינדער און זייערע קרובֿים, און ממש אַלץ און אַלעמען וואָס לעבט אין אַ נאַטירלעכן, לעבעדיקן שפּראַכלעכן קאָנ­טאַקט. אָט די סבֿיבֿה איז די ערשטע וואָס די שולן קאָאָפּטירן, כּדי צוצוציִען די תּלמידים צו דער שול דורך אויסלערנען דאָס נײַע לשון. טאַקע אין דעם שײַכות דערזעען מיר קאָנקרעט דעם גרויסן חילוק צווישן דעם לימוד פֿון לשון און יעדן אַנדערן לימוד וואָס די שול נעמט אַרײַן און פֿירט דורך.

אַנדערע לשונות וואָס זענען אינעם זעלבן מצבֿ ווי קאָרניש

די וואָס רעדן הײַנט, מער ווייניקער, פֿרײַ קאָרניש ציילן בלויז אַ הונדערט מענטשן. די וואָס קענען כאָטש עפּעס, ציילן ווייניקער ווי טויזנט, אָבער אַפֿילו זיי וווינען צעזייט און צע­שפּרייט איבער די בריטישע אינדזלען. סימ­פּאַ­טיקער זענען שוין דאָ מער, אפֿשר מער ווי טויזנט. דערפֿאַר דאַרף מען זײַן אַזוי שפּאָרעוו­דיק לגבי פֿאָנדן און מענטשן־כּוחות. זו­מער־קורסן און אָוונט־קורסן אַנטוויקלען אַ פּאָ­זיטיווע באַציִונג, נאָר צו דער אַנטוויקלונג פֿונעם שפּראַך־באַניץ קומען זיי ניט. הכּלל, וווּ מען גיט זיך אַ דריי איז דאָ אַ דוחק אין שפּראַך־באַניץ. דערפֿאַר דאַרף מען זיך גוט באַ­טראַכטן, ווען מען לייגט צו אַ האַנט צום העלפֿן. קיין צרות און קריגערײַען פֿעלן אויך ניט. די צײַט שטייט ניט אויף אַן אָרט און די שטאַר­ביקייט צווישן די וואָס קענען רעדן פֿרײַ איז העכער ווי בײַ אַלע אַנדערע, ווײַל זיי זענען, אין דורכשניט, עלטער ווי אַלע אַנדערע.

אָבער דער עולם אין קאָרנישלאַנד פֿילט זיך ניט אָפּהענטיק. דאָרט וווּ ס‘זענען פֿאַראַן עלטערע און ייִנגערע רעדערס אין דער זעלבער, צי אין נאָענטע געגנטן. ברענגט מען זיי צונויף (אויב זיי זענען אַן ערך אין זעלבן עלטער איז אַוודאי גוט) אויף עטלעכע שעה אַ וואָך פֿאַר פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן וואָס זאָלן האָבן טיילווײַז אַקאַדעמישע און טיילווײַז פֿאַרווײַלערישע קאָמפּאָנענטן: רעדן, זינגען, דערציילן מעשׂיות און וויצן, ווערטלעך; מע זאָל ניט פֿאַרגעסן אינעם פֿאָלקלאָר פֿון די קאָרנישלײַט. עס טוט זיך הײַנט אַ ביסל, און דאָס איז אַ סך בעסער ווי די טויט־שטילקייט וואָס האָט שוין לאַנג דאָרט געהערשט. הלוואי, זאָל עס זיי גיין מיט דער פּוטער אַרויף!

ווײַל וואָס הייסט דען "פֿרייד?" פֿרעגט אַ באַקאַנט אַמעריקאַנער ווערטל. "פֿרייד הייסט ווען דאָס קינד ענטפֿערט דיר אויפֿן לשון וואָס דו רעדסט צו אים". אינעם פֿאַל פֿון די קאָרנישלײַט דאַרף מען בלויז מוסף זײַן: "אָדער וואָלסט געוואָלט צו אים רעדן (ווען דו וואָלסט אים געקענט פֿרעגן אויף קאָרניש און, ווען איר וואָלט נאָך ביידע געקענט פֿאַרשטיין אָט דאָס לשון?) פֿון אַזעלכע פּראָסט־פּשוטע חלומות ווענדט זיך די מענשטלעכע פֿרייד. די מענטשלעכע פֿרייד ווענדט זיך אין אַ דורכזיכטיק געוועב פֿון סובטילע גלוסטענישן, וואָס, עס דאַכט זיך אַמאָל, וועלן איבערגעריסן ווערן דורך אַ ווינטל. דאָס גאַנצע מענטשלעכע לעבן איז געבויט פֿון, און ווענדט זיך אין, איבערצײַגונגען דווקא ניט צו פֿאַרתּכלעווען די טעג בלויז אויף זאַכן וואָס מע קען זיי אַרײַנלייגן אין באַנק אָדער אין דער קעשענע.