פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זענען מיר שוין, ברוך־השם, — אָבער נישט אַזוי בשלום — איבערגעקומען דעם ווינאָגראַד־קאָשמאַר, וועלכער האָט איבער­געלאָזט דעם ציבור אַ צעטומלטן און אים קיין רו נישט געבראַכט. "דאָס וועט מסתּמא זײַן" — האָבן מיר באַטאָנט אין אונדזער פֿאָריקן אַרטיקל — "דער סוף פֿון דעם ווינאָגראַד־געשפּענסט, וואָס איז געהאָנגען ווי אַ שווערער דראָענדיקער וואָלקן איבער דער פּאָליטישער אַרענע קרובֿ אַנדערטהאַלבן יאָר". און מיר האָבן צוגעגעבן, אַז "אין דער זעלבער צײַט, וועט דאָס זײַן אַן אָנהייב פֿון אַ נײַעם פּאָליטישן קעסלגרוב, פֿון אַ נײַער פֿאַזע אין דעם געראַנגל פֿאַר דער געשטאַלטונג פֿון דער מדינה אין דער צוקונפֿט".

מדינת־ישׂראל איז אָבער אַרײַנגעטראָטן אין דעם נײַעם יאָר מיט אַ נײַער צרה, וואָס איז געקומען געפּאָרט פֿון צפֿון און פֿון דרום: — טאָמער איז ווייניק פֿאַר אונדז די טראַוומע פֿון דעם ווינאָגראַד־באַריכט, ווי אַ נאָכווייעניש פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה מיטן "כעזבאַלע" אויפֿן צפֿון — איז געקומען אויפֿן דרום דער אויפֿרײַס פֿון דער מויער און דאָס אַרײַנרײַסן זיך פֿון הונ­דערטער־טויזנטער פּאַלעסטינער פֿון עזה־שטרײַף דורכן טויער קיין מצרים אין רעזול­טאַט פֿון דער בלאָקאַדע; און גלײַך נאָך דעם — דער מערדערישער טעראָר־אַטענ­טאַט אין דימונה, די ווײַטערדיקע קאַסאַמען־אַטאַקן אויף שׂדרות אאַז"וו.

דער עולם אין ישׂראל, דער עיקר, די פּאָליטיש אַנגאַזשירטע — די זשורנאַליסטן און די פּאָליטיקער — האָבן געוואַרט אויף דעם צווייטן באַנד פֿון דעם ווינאָגראַד־באַריכט מיט דער זעלבער שפּאַנונג, מיט וועלכער די קינדער פֿון דער גאַנצער וועלט וואַרטן אויף יעדן נײַ־דערשינענעם באַנד פֿון דעם פֿאַנטאַסטישן ראָמאַן "האַרי פּאָטער" — אָבער, אין קעגנזאַץ צו יענעם שפּאַנענדיק־פֿאַנטאַסטישן בוך פֿון דזשיי. קיי. ראָולינג, דעקן אויף די 629 זײַטן פֿון דעם ווינאָגראַד־באַריכט אַ נישט ווייניקער פֿאַנטאַסטישע, אָבער אַ זייער טרויעריקע רעאַלע ווירקלעכקייט פֿון דער מלחמה אין לבֿנון. און — אין קעגנ­זאַץ צו יענע כּישופֿמאַכער און גיבורים פֿון דער שרײַבערינס שעפֿערישן מוח וועגן אַ נישט־עקזיסטירנדיקער וועלט — שטעלט דער צווייטער באַנד פֿון דעם ווינאָגראַד־באַריכט אַוועק פֿאַר איר אייגענעם שפּיגל די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט מיט אירע מנהיגים און גיבורים, מיט זייערע פֿאַטאַלע דורכפֿאַלן, וואָס זענען אויך אירע אייגענע דורכפֿאַלן — כאָטש זי טרייסלט זיך אָפּ פֿון זיי מיט אַזאַ אַנטשידענער זעלבסטפֿאַרלייקענונג.

פּאַסירונגען ווערן געוויינלעך אין ישׂראל פֿאַרגעסן פֿון הײַנט אויף מאָרגן. אַפֿילו אַזאַ ווי דער שאַנד־סקאַנדאַל אין הויז פֿון דעם פֿריִערדיקן מדינה־פּרעזידענט — ביז וואַנען ער וועט מסתּמא אויפֿטויכן פֿון דאָס נײַ, ווען די ריכטער וועלן ענדלעך אַרויסקומען מיט זייער אורטייל. דאַקעגן מלחמות, וועלכע ברענ­גען נאָך זיך אויספֿאָרש־קאָמיסיעס, ווערן לאַנג־לאַנג נישט פֿאַרגעסן — נישט נאָר דורך די פֿאַראומגליקטע משפּחות, וואָס האָבן גע­געבן זייער טײַערסטן קרבן: דאָס לעבן פֿון זייערע נאָענטסטע. עס ווערן נאָר פֿאַר­געסן די לעקציעס, די מסקנות פֿון די דאָזיקע מלוכישע קאָמיסיעס.

"די אַנטפּלעקונגען און אויספֿירונגען פֿון דעם ווינאָגראַד־באַריכט זענען אַ סך האַרבער, ווי עס קאָמענטירן זיי די זשורנאַ­ליסטן, די קאָמענטאַטאָרן און די כּלערליי פּאָליטיקער" — האָט געזאָגט איינער פֿון די פֿינף מיטגלידער פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע נאָכן פֿאַרעפֿנטלעכן פֿאָריקע וואָך איר באַריכט. מען דאַרף אים נאָר לייענען מער אויפֿ­מערקזאַם, זיך טיפֿער אין אים אַרײַנ­לאָזן און זיך פֿאַרטראַכטן אויף יעדן אָנדײַט און אויף די באַגרענעצונגען, וואָס די קאָמיסיע האָט געדאַרפֿט בײַקומען. ער איז אַ סך האַרבער פֿון אַלע ביז איצטיקע אויס­פֿאָרש־באַריכטן וועגן צה"ל. ערגער אַפֿילו פֿון דעם אַגראַנאַט־באַריכט וועגן דער יום־כּיפּור־מלחמה. אָבער, האָט צוגעגעבן דער מיטגליד פֿון דער קאָמיסיע, במילא האָט יעדער איינער פֿון די באַריכטלער און אויס­טײַטשער שוין פֿון פֿאָרויס אַ באַשטימטע מיינונג, לויט זײַן פּאָליטישער אָדער פּאַר­טיייִשער אײַנשטעלונג, יעדער איינער — זײַן ווינאָגראַד.

אויך דער פּרעמיער אָלמערט האָט זײַן ווינאָגראַד. מיט אָנדערטהאַלבן יאָר צוריק, נאָך דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, איז ער בײַגעקומען דעם אומגעוויינטלעך שטאַרקן דרוק פֿון זײַנע קעגנער — פֿון רעכטס און פֿון לינקס, פֿון דער אָפּאָזיציע, פֿון די דע­מאָביליזירטע זעלנער־רעזערוויסטן און פֿון די פֿאַריתומט געוואָרענע משפּחות, די דירעק­טע קרבנות פֿון דער מלחמה, וואָס האָבן געפֿאָדערט אַ יורידיש־מלוכישע אויספֿאָרש־קאָמיסיע מיט ברייטע פֿולמאַכטן, און זי זאָל נאָמינירט ווערן דורך דעם העכסטן געריכט. אָלמערט האָט זיך אָבער פֿאַרעקשנט — און האָט אויסגעפֿירט אויפֿצושטעלן די קאָמיסיע בראָש מיטן ריכטער עמעריט אליהו ווינאָגראַד, נאָמינירט פֿון דער רעגירונג.

ער איז אָבער נישט געוואָרן זײַן, אָל­מערטס, ווינאָגראַד. זײַן באַריכט האָט אָן רחמנות געשאָכטן דעם צה"ל, די הייליקע קו פֿון דעם ישׂראלדיקן "נאַציאָנאַלן קאָנסענזוס", וועלכער ווערט שאַרף קריטיקירט; דער עיקר, די אָנפֿירונג פֿון דער אַרמיי, אירע פֿאַל­שע קאָנצעפּציעס און דעם אופֿן פֿון פֿירן די מלחמה. ער שוינט אָבער אויך נישט דעם פּאָליטישן ראַנג בראָש מיטן פּרע­מיער אָלמערט, אויף וועמען ער לייגט אַרויף די עיקרדיקע אַחריות פֿאַר אַרײַנלאָזן זיך בחיפּזונדיק אין דער מלחמה, און גאָר באַזונדערס פֿאַר עפֿענען די אָפֿענסיווע פֿון די יבשה־איינהייטן ערשט נאָכן באַשטימען דעם פֿײַער־איבעררײַס, און — די טראַגיש־פֿאַטאַלע לעצטע 60 שעה פֿון דער מלחמה.

עס איז כּדאי צו באַטאָנען דעם פֿאַקט, אַז נאָכן סאַמע שאַרפֿסטן פֿײַער פֿון דער קריטיק, וואָס דער באַריכט האָט געריכטעט אויפֿן אַדרעס פֿון דעם שעף פֿונעם גענעראַל־שטאַב, וועלכער האָט במילא שוין געהאַט פֿאַרלאָזט זײַן אַמט; איז פֿון דעם באַריכט אַרויס כּמעט מיט חסד — דער פֿריִערדיקער זיכערהייטס־מיניסטער עמיר פּרץ, וועלכער איז פֿריִער צום מערסטן פֿון אַלעמען געוואָרן אַטאַקירט, באַשמוצט און דערנידעריקט, און דערנאָך באזײַטיקט פֿון דעם אַמט און פֿון דער פּאַרטיי־אָנפֿירונג, כּדי ער, ברק, זאָל איבערנעמען פֿון אים די ביידע פֿונקציעס.

איך בין "נישט גרייט זיך צו געוועטן" וועגן דעם, צי איז דאָס ווידער געווען אָל­מערטס מזל, וואָס האָט אים די גאַנצע צײַט באַשיצט און אים געהאָלפֿן איבערצוקומען אויך די דאָזיקע שטרויכלונג און נישט אַראָפּ­צופֿאַלן פֿון דער דינער שטריק, אויף וועלכער ער שפּאַנט ווי אַן אַקראָבאַט אויף זײַן יסורים־וועג צום איבערלעבן צוזאַמען מיט זײַן רעגירונג — אָדער איז דאָס אַ קונציק אויסגערעכנטער מאַנעווער פֿון אַ קלוגן פּאָליטיקער. עס זעט אויס, אַז אויך דאָס האָט ער גענומען אין באַטראַכט, ווען ער האָט זיך אײַנגעשפּאַרט פֿאַר דעם־אָ מאָדעל פֿון דער אויספֿאָרשונג־קאָמיסיע, וואָס זאָל אים נישט קענען אַראָפּשלײַדערן פֿון דער אַקראָבאַטן־שטריק. ווי אַ יוריסט פֿון זײַן באַרוף, האָט ער זיכער געוווּסט, אַז זי וועט נישט קענען אַרויפֿוואַרפֿן אויף אים די פּערזענלעכע אַחריות, ווײַל ווען זי האָט זיך געגרייט דאָס צו טאָן, האָט דאָס העכסטע געריכט, אויף דער ווענדונג פֿון דער מיליטערישער אַדוואָקאַטור, באַפֿוילן דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע אַרויסצושיקן וואָרענונג־בריוו צו אַלע באַדראָטע, דאָס הייסט — צו די אַלע, וואָס זענען עלול געטראָפֿן צו ווערן פּערזענלעך פֿון דעם באַריכט און פֿון זײַנע מסקנות. דאָס וועט באַוועגן יעדן אַזאַ באָדראָטן פון דער קאָמיסיע זיך צו פֿאַרזאָרגן מיט אַד­וואָקאַטן — און די אַרבעט פֿון דער קאָמי­סיע מיט אירע באַגרענעצטע פֿולמאַכטן וועט זיך פֿאַרציִען אויף לאַנגע חדשים און יאָרן.

צוליב אָט דער סיבה, האָט די ווינאָגראַד־קאָמיסיע זיך פֿאַרפֿליכטעט פאַר דעם העכסטן געריכט נישט אַרויפֿצוּוואַרפֿן אויף קיינעם קיין פּערזענלעכע אַחריות.

אָבער — דער אַקט פֿון דערלאַנגען און פֿאַרעפֿנטלעכן דעם אַזוי שפּאַנענדיק דער­וואַרטן באַריכט האָט לכתּחילה צעטומלט דעם ציבור. די שנײַדנדיק קלאָרע רייד פֿון דעם ריכטער ווינאָגראַד האָבן געמאַכט פֿאַר נישט קלאָר דעם עצם מהות פֿון דעם באַריכט. דער פּרעמיער אָלמערט איז געוואָרן אי געשמיסן און אי געגלעט און געלויבט. געשמיסן פֿאַר זײַנע בחיפּזונדיקע באַשלוסן און געלויבט פֿאַר זײַן אײַנגעהאַלטנקייט.

דער געדיכטער באַריכט איז אַזוי אַרום פֿול מיט "יאָ" און "ניין". דער קוכן איז גע­וואָרן אויפֿ­גע­געסן — און איז דאָך געבליבן גאַנץ.

אויפֿן ערשטן אויגנבליק האָט זיך געקאָנט אויסדאַכטן, אַז דער באַרג האָט געבוירן אַ מויז. זי זעט אָבער אויס ווי אַ פֿאַרסמטע מויז, וואָס לויפֿט אַרום אַ צעטומלטע אַהין און צוריק, צווישן "יאָ" און "ניין". דער ערשטער, וואָס האָט נאָך זײַן ערשטן אויבער­פֿלעכלעכן אַרײַנבליק אין דעם באַריכט אַפּגעאָטעמט פֿרײַער, איז געווען טאַקע דער פּרעמיער אָלמערט, ווען ער האָט געזען, אַז דער באַריכט האָט אים פֿרײַבאַרעכטיקט, צי "פֿרײַגעשפּראָכן" פֿון דעם בילבול פֿון מקריבֿ זײַן די סאָלדאַטן און זייערע לעבנס פֿאַר זײַנע פּאַליטישע אינטערעסן — אין וואָס עס האָט אים באַשולדיקט דער רעכטער לאַגער. למעשׂה איז דאָס אָבער געווען — אַ שולד־באַפֿרײַונג מחמת ספֿק, ווי דאָס ווערט געזאָגט אין יורידישן לשון...

די דאָזיקע באַשולדיקונג האָט אים פֿאַר­שאַפֿט אַ שווער געמיט, וואָס איז אים געלעגן ווי אַ שטיין אויפֿן האַרץ. אָבער דער רעכטער לאַגער, וועלכער האָט אויך אָנגעהעצט קעגן אָלמערטן די רעזערוויסטן און די משפּחות פֿון די געפֿאַלענע זעלנער, האָט צו דעם עלילת־דם נאָך צוגעגעבן און פֿאַרשפּרייט דעם שקר, לויט וועלכן אָלמערט זאָל האָבן, צוזאַמען מיט זײַנע נאָענטע געיובֿלט אין דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע מיט שאַמפּאַניער די שׂימחה פֿון זײַן "פֿרײַבאַרעכטיקונג".

דעם מאָנטיק אין דער פֿרי, אויף דער ערשטער זיצונג פֿון דער רעגירונג נאָכן פֿאַרעפֿנטלעכן דעם ווינאָגראַד־באַריכט, האָט אָלמערט מיט אַנטשיידנקייט אָפּגעוואָרפֿן דעם דאָזיקן נײַעם בילבול פֿון זײַנע קעגנער. ער האָט דערקלערט, אַז דער ווינאָגראַד־באַריכט איז אַ ביז גאָר שווערער, און אַז ער נעמט אויף זיך די פֿולע אַחריות פֿאַר די אויפֿגעדעקטע פֿעלערן — אָבער ער נעמט אויך אויף זיך די אויפֿגאַבע זיי צו פֿאַרריכטן.

געציילטע מינוטן פֿאַר אָט דער זיצונג האָט דער זיכערהייט־מיניסטער, אהוד ברק, געמאָלדן, אַז נאָך אַ שווערן ייִשובֿ־הדעת איבער דער דילעמע, דער פֿאַרלעסלעכקייט און דעם מלוכישן אינטערעס, האָט ער אויסגעקליבן דאָס צווייטע און האָט באַשלאָסן צו בלײַבן אין דער רעגירונג.

אַזוי אַרום, איז אָלמערטן נאָך איין שטיין אַראָפּגעפֿאַלן פֿון האַרצן, נאָך אַ שטרויכלונג איז געוואָרן באַזײַטיקט פֿון דעם יסורים־וועג אויף זײַן אַקראָבאַטן-גאַנג פֿון אויסדויערן. און דעם זעלבן טאָג איז ער אויך איבערגעקומען מיט אַ מערהייט פֿון 59 קעגן 53 שטימען די אָפּשטימונג אין דער כּנסת, כאָטש דרײַ דעפּוטאַטן פֿון "עבֿודה" און דרײַ פֿון זײַן אייגענער פּאַרטיי האָבן געשטימט מיט דער אָפּאָזיציע צוליב... "אהוד ברקס פֿאַרראַט פֿון זײַנע פֿריִערדיקע הבֿטחות און דעם פֿאַרראַט פֿון די מאָראַלישע ווערטן, וואָס עס פּרעדיקט די פּאַרטיי".

דער ווינאָגראַד-קאָשמאַר האָט זיך, ווי גע­זאָגט, פֿאַרענדיקט. געבליבן איז די טראַוומע.

תּל־אָבֿיבֿ, 5טער פֿעברואַר, 2008