ליטעראַטור, געשיכטע
Владимир Хазан.
Одиссея капитана Боевского. Москва: Дом еврейской книги, 2007.
וולאַדימיר חזן.
קאַפּיטאַן באָיעווסקיס אָדיסיי.
מאָסקווע׃
Владимир Хазан. Одиссея капитана Боевского. Москва: Дом еврейской книги, 2007. וולאַדימיר חזן. קאַפּיטאַן באָיעווסקיס אָדיסיי. מאָסקווע׃

וולאַדימיר חזן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסיש אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, איז באַקאַנט מיט זײַנע פֿאָר­שונגען פֿון פֿאַרגעסענע פֿיגורן פֿון דער ייִדיש־רוסישער קולטור. ער איז ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין די ליטעראַטן און קולטור־טוער, וואָס זייער לעבן און אַרבעט איז געווען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן מיט ארץ־ישׂראל. אָבער אַפֿילו צווישן זיי איז די פֿיגור פֿונעם קאַפּיטאַן אַריה באָיעווסקי (1891—1942) אַ יוצא־דופֿן. אַ רוסישער ים־מאַן, וועלכער האָט נאָך דער אָקטאָבער־רע­וואָלוציע געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין ארץ־ישׂראל און איז געוואָרן איינער פֿון די גרינדער פֿון דעם ישׂראלדיקן פֿלאָט, איז דערצו נאָך געווען אַ באַגאַבטער דיכטער און זשורנאַליסט. לויט פּראָפֿעסאָר חזנס מיינונג, געפֿינען זיך באָיעווסקיס לידער צווישן די בעסטע מוסטערן פֿון רוסישע פּאָע­טישע ווערק, וועלכע זײַנען געשאַפֿן גע­וואָרן אין ארץ־ישׂראל פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. די לידער, וועלכע זײַנען אַרײַּן אין דעם בוך, באַרעכטיקן די דאָזיקע אָפּ­שאַצונג.

די ביאָגראַפֿיע פֿון קאַפּיטאַן באָיעווסקי איז אַ שפּאַנענדיקע און טרויעריקע געשיכטע. געבוירן אין אַן אַריסטאָקראַטישער, אָבער פֿאַראָרעמטער רוסישער משפּחה, איז גלעב אַלעקסייעוויטש באָקלעווסקי (אין ארץ־ישׂראל האָט ער געביטן זײַן נאָמען אויף אַריה באָיעווסקי) אויפֿגעוואַקסן אין אוק­ראַיִנע אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה. ער האָט אָנגע­הויבן שטודירן אינעם פּעטערבורגער פּאָלי­טעכנישן אינסטיטוט, אָבער נאָכן דריטן יאָר איז ער אַוועק צו דינען ווי אַ מאַטראָס אינעם רוסישן פֿלאָט. די ערשטע וועלט־מלחמה האָט ער פֿאַרבראַכט אויף דעם באַלטישן ים. בעתן רוסישן בירגער־קריג, איז ער געווען אויף דעם צד פֿון די "ווײַסע", ניט געקוקט אויף זײַנע סאָציאַליסטישע אָנזיכטן. נאָך דער מפּלה פֿון דער "ווײַסער אַרמיי" איז ער אַנטלאָפֿן, אין איינעם מיט די רעשטן פֿון דעם ווײַסן פֿלאָט, קיין איסטאַנבול. פֿון דאָרטן האָט ער זיך אַריבערגעקליבן קיין חיפֿה. עס איז ניט קלאָר וואָס האָט אים, אַ רוסישן מאַטראָס, געצויגן קיין ארץ־ישׂראל, אָבער גאָר אין גיכן האָט ער געפֿונען זײַן אָרט אין איינער פֿון די קאָלאָניעס פֿון "גדוד־העבֿודה" לעבן ים כּינרת. באָיעווסקי האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדיש מיידל, אָבער אין גיכן האָט זיך זײַן פֿרוי און זייער טאָכטער אומגעקערט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד מיט אַ גרופּע פֿון אַנטוישטע חלוצים. זיי זײַנען געפֿאָרן צו בויען דאָס נײַע סאָציאַליסטישע לעבן אין קרים אין דער קאָלאָניע "וואָיאַ נאָוואַ". מער האָט באָיעווסקי וועגן זיי ניט געהערט.

דער קראַך פֿון זײַן פֿאַמיליע־לעבן האָט אַרײַנגעבראַכט באָיעווסקין אין אַ שווערער דעפּרעסיע, וואָס האָט אים ניט אָפּגעלאָזט ביזן סוף פֿון זײַן לעבן. ער האָט געלעבט ווי אַ נע־ונדניק אין חיפֿה, תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים, שווער געהאָרעוועט, און האָט ליב באַקומען דעם ביטערן טראָפּן. אָבער ער האָט געהאַט אַ חלום צו שאַפֿן אַ ייִדישן פֿלאָט אויף דעם מיטלענדישן ים, מיט אַ פּאָרט אין תּל־אָבֿיבֿ, און אויסצושולן ייִדישע מאַטראָסן. די אַדמיניסטראַציע פֿונעם ייִשובֿ האָט זיך ניט באַצויגן צו דעם ערנסט, אָבער זײַנע פּראָיעקטן האָבן צוגעצויגן דעם אויפֿ­מערק פֿון וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי און דעם "ביתּר". אין די 1930ער יאָרן האָט באָיעוו­סקי באַקומען אַ לערער־שטעלע אין דער מאַטראָסן־שול "זבֿולון". אין 1937 האָט ער געדינט ווי אַ פֿאַרטרערער פֿונעם קאַפּיטאַן אויף דעם לער־שיף "שׂרה א" און געמאַכט אַ נסיעה קיין איטאַליע. אָבער די דאָזיקע טעטיקייט האָט זיך איבערגעריסן מיטן אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, און באָיעווסקי איז געשטאָרבן אין ביטערן דלות אין ירושלים.

דאָס לעבן פֿון אַ רוסישן ים־מאַן, וועל­כער האָט געהאָלפֿן צו שאַפֿן דעם ישׂראל­דיקן פֿיש־ און קריג־פֿלאָט איז געוואָרן אַ שטאָף פֿאַר אַ סך לעגענדעס. אָבער נאָך אינטערעסאַנטער איז באָיעווסקיס אייגענע לי­טעראַרישע שאַפֿונג, וועלכע איז ביז איצט געווען פּראַקטיש אומבאַקאַנט. ער איז געווען פֿילזײַטיק אָנגעלייענט פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, פֿאַרמאָגט אַ רײַכן כּוח־הדימיון און אַן אָריגינעלן רוסישן סטיל. דערצו נאָך איז ער געווען אַ קלוגער און שאַרפֿער אָבסערוואַטאָר מיט אַן איראָנישן קוק אויף זיך און אויף דער וועלט. זײַנע לירישע לידער זײַנען אָפֿטמאָל ביטער, אָבער קיין מאָל ניט סענטימענטאַל; און זײַנע פּאָעטישע בילדער פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ זײַנען אַ ביסל ראָמאַנטיש, אָבער דערבײַ טרוקן און שאַרפֿזיניק. באָיעווסקי האָט איבערגעלעבט אַ סך אַנטוישונגען אין זײַן לעבן, פֿאַרלוירן זײַן היימלאַנד און זײַן געליבטע פֿרוי מיט דער טאָכטער. ער איז געוואָרן אַ שׂונא פֿון דעם בירגערלעכן אידעאַל פֿון וווילן לעבן און האָט אויסגעלאַכט די פֿיליסטערישע השׂגות פֿון דער ייִדישער קליין־בורזשואַזיע, וועלכע האָט גענאָסן פֿון דער שווערער חלוצים־מי.

אייניקע רוסישע שרײַבער האָבן שטאַרק געהאַלטן פֿון באָיעווסקיס ליטעראַרישן טאַלאַנט. פּאַוועל מיליוקאָוו, דער אַמאָליקער מיניסטער פֿון דער צײַטווײַליקער רעגירונג און דער רעדאַקטאָר פֿון דער גרעסטער פּאַ­ריזער רוסישער צײַטונג, האָט אים פֿאָרגעלייגט צו ווערן אַ קאָרעספּאָנדענט אין ארץ־ישׂראל, אָבער באָיעווסקי האָט ניט געהאַלטן פֿון אַזאַ מין פּרנסה. אַן אידעאַליסט אין לעבן און ליטעראַטור, האָט ער ניט געוואָלט זײַן אָפּהענגיק פֿון יענעמס טובֿה.

קאַפּיטאַן באָיעווסקיס געשיכטע אַנט­פּלעקט נײַע צדדים פֿון דער ישׂראלדיקער קולטור, בפֿרט וואָס שײַך דעם אָרט פֿון רוסיש אינעם לעבן פֿונעם ייִשובֿ. הגם רוסיש איז געווען די טאָג־טעגלעכע שפּראַך פֿאַר אַ סך טוער און בויער פֿון דער ייִדישער מלוכה, איז דער באַנוץ פֿון רוסיש פֿאַרבליבן באַגרענעצט דורך דער פּריוואַטער ספֿערע. די צאָל רוסישע ביכער, וועלכע זײַנען דערשינען אין ארץ־ישׂראל פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז געווען זייער קליין. רוסישע שרײַבער, דיכטער, זשורנאַליסטן, וועלכע האָבן געוווינט אין ארץ־ישׂראל — צווישן זיי אַזעלכע וויכטיקע פֿיגורן ווי וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי — האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט זײַערע ווערק אין די אייראָפּעיִשע צענטערס פֿון דער רוסישער עמיגראַציע. דערפֿאַר בלײַבט די רוסיש־שפּראַכיקע קולטור פֿונעם ייִשׂובֿ כּמעט אין גאַנצן ניט באַקאַנט.

די שטודיע פֿון וולאַדימיר חזן דערציילט ניט נאָר די שפּאַנענדיקע לעבנס־געשיכטע פֿונעם רוסישן ים־מאַן אין ארץ־ישׂראל, נאָר וואַרפֿט אַ נײַע שײַן אויף דעם גרעסערן פֿענאָמען פֿון דער רוסיש־ישׂראלדיקער קול­טור. באָיעווסקיס וועגן און אומוועגן האָבן אים געבראַכט צו אַ פֿאַרבינדונג מיט מענטשן פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענע סאָציאַלע שיכטן און פּאָליטישע לאַגערן, פֿון אַראַבישע פּויערים ביז די גדולים פֿונעם ציוניסטישן ייִשובֿ, פֿון דעם רעכטן נאַציאָנאַליסט זשאַבאָטינסקי ביז דעם קאָמוניסט און העברעיִשן דיכטער אַלכּסנדר פּען. אַ זײַטיקער מענטש, אַ "גר־צדק" אינעם ייִדישן לאַנד (הגם באָיעווסקי איז פֿאַרבליבן אַ פּראַוואָסלאַוונער קריסט) האָט ער איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ באַשיידענע, אָבער זייער וויכטיקע ירושה, וואָס בלײַבט עד־היום מחוץ דעם תּחום פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע.